בלאט 1 פון 3
פעיוואריט ניגונים
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 3:40 pm
דורך הילל
איך האב געזוכט א קאלעקשאן פון גוטע ניגונים, אבער איך טרעף נאר פון "אלגעמיינע", ממילא וועל איך מוזן גיין פתיחה פון אידישע ניגונים (לאו דוקא די באקאנטע). ווער עס האט עפעס גוטס, ביטע צולייגן.
אני רוצה לעוף - אבישי רוזןhttp://www.youtube.com/watch?v=Sna5B5lvFfo&safe=active(איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען אימבעדן די ווידיא. הילף?)
דא צו דאונלאודן
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 3:52 pm
דורך הילל
אן אנדערע (קיינדע דיפרעסינג) ניגון וואס איך גלייך:
עבדים - בנימין לאנדאוhttp://www.youtube.com/watch?v=GvtF3NLy8Uc&safe=activeדא צו דאונלאודן
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:27 pm
דורך ודי למבין
אל הילד הזה התפללתי פון חיים ישראל (כ'טרעף נישט קיין יו-טוב דערפון)
אם פגע פך פון יצחק פוקס (כנ"ל)
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:34 pm
דורך איש עברי
איך בין א פאברענטע חסיד פון דעם מייסטער ארטיסט "שולי רנד" א ברסלב'ע בעל תשובה, וואס מסתם האבן אסאך געזעהן זיין פילם "אושפיזין" אט איז זיין ניגון "אייכה" וואס איז געוואלדיג שיין און טיף און טראץ די שטארקע רעליגיעזע תוכן איז עס גאר פאפולער אפילו אין די פרייע גאס אין ישראל
http://www.youtube.com/watch?v=Ql5CUuBFAQ[youtube][/youtube]
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:42 pm
דורך הילל
נאך איינס, פון אן אנדערע סטייל. (ווי העכער, אלץ בעסער).
אשאל - אייל גולןhttp://www.youtube.com/watch?v=-yJHghnJofo&safe=active
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:42 pm
דורך הילל
עברי, די לינק ארבעט נישט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 6:56 pm
דורך דער (פינטעל) איד
הילל האט געשריבן:עברי, די לינק ארבעט נישט.
http://www.youtube.com/watch?v=0PmFgM4as0Q
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 7:38 pm
דורך הילל
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:55 am
דורך טעפל
איש עברי האט געשריבן:איך בין א פאברענטע חסיד פון דעם מייסטער ארטיסט "שולי רנד" א ברסלב'ע בעל תשובה, וואס מסתם האבן אסאך געזעהן זיין פילם "אושפיזין" אט איז זיין ניגון "אייכה" וואס איז געוואלדיג שיין און טיף און טראץ די שטארקע רעליגיעזע תוכן איז עס גאר פאפולער אפילו אין די פרייע גאס אין ישראל
http://www.youtube.com/watch?v=Ql5CUuBFAQ[youtube][/youtube]
דא איז עס נאך בעסער אראפגעלייגט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=32rB20Cx6J0[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 8:57 pm
דורך הילל
אדון עולם - שרולי גרין (א נעפיו פון ליפא שמעלצער) צו הערןצו דאונלאודעןדי עבודה The Avoda - פארשפרייט די ליכט Spread The Light צו הערן און זען
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 12:51 am
דורך petergrifin
א ניגון פון "8th day" מיט דעם נאמען ״May You Be Blessed״. ערגעץ האב איך געלײנט אז זײ האבן עס
קאמפאזט לכבוד זײער מאמע.
דער ניגון איז (פאר מיר) עפעס מורא׳דיג, גאר װארעם און הארציג.
די לינק איז צו דער בענדס myspace account װי מען קען הערן דעם ניגון בחנם.
https://myspace.com/sm8thday/music/song ... 4-97839523
נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:02 am
דורך petergrifin
איך האב לעצטענס געהערט דער ניגון און ס׳גײט נישט ארויס פון קאפ. איך האב קײנמאל נישט געהערט פון דער זינגער עכ״פ װאס איך געדענק.
סײ זײן הערליכע שטימע װאס ענדעלט צי Jo Amar און סײ די מוזיק װאס ציהט מיר צו װעלן הערן נאך און נאך.
דער זינגער הײסט ״דקלון״ און דער מוזיק איך מײן איז דורך ״צלילי הכרם״.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TeCEFML_ssM[/youtube]
נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2016 4:06 pm
דורך פרייוויליג
זייער טיפע ניגון פון
louisa johnson ״אייביג יונג״ - לכאו׳ גייט דאס זיין די נעקסטע אפגעקויפטע אידישע ניגון.
זהירות קול באשה.
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 11:19 pm
דורך פרייוויליג
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:23 am
דורך רויטע וואנצעס
נפשי חולת פון די ניגון און ווערטער. דורך ביני לאנדו.
בן אדם, עלה, למעלה עלה
עלה למעלה, עלה בן אדם
עלה, למעלה עלה
כִּי כֹּחַ עַז לָךְ
יֵשׁ לָךְ כְּנָפִי רוּחַ,
כְּנָפִי נְשָׁרִים אַבִּירִים.
אֶל תכחש בָּם
פֶּן יכחשו לְךָ.
דּרושׁ אוֹתָם –
דרוש בן אדם
ויימצאו לך מיד.
(הרב קוק)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ieg5AvyikfA[/youtube]
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:04 pm
דורך ונבנתה העיר
Re: פעיוואריט ניגונים
נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 8:18 pm
דורך תוהו ובוהו
https://youtu.be/OU2IQYU75p8שפתיים יושק, כמו שרק 'שולי רנד' יכול
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:42 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'ווייס נישט וואס ס'איז די מעשה מיט דעם ניגון. ס'איז אנדערש, ס'איז טיף, ס'איז יום כיפור'דיג.
וויפיל כ'הער עס איבער, ווערט עס אלץ בעסער.
https://www.youtube.com/watch?v=OzHXdwsQux4
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 10:22 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: ווען איך וועל (אי"ה) דאוונען אין חב"ד ווילל איך הערן אט דעם ניגון...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 8:39 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
אביב אלוש דער מייסטער אקטיאר האט אין די לעצטע יארן זיך געפנט דאס מיילעכל און אנגעהויבן זינגען ווי אן אלטגעזעסענער, פון בלויז דריי לידער וואס ער האט ארויסגעגעבן איז "כל יום" אנגעקומען אויף א הויכן פלאץ אינעם יערליכן "גלגלץ" פארמעסט, גלגלץ איז די שטערקסטע מוזיק פארמעסט אין ארץ ישראל און צו זיין פון די אויבערשטע אויף די ליסטע איז ווייט נישט קיין קליינער דערגרייכונג.
איך פערזענליך בין ממש געפאלן פאר זיינע לידער, כבין באמת מסופק געווען וועלכע צו ברענגען אבער כבין געגאנגען אויף דאס וואס זינגט מיר היצט אין אויער "הכי קרוב אלייך" א לידל מיט אזא שארלאטאנישקייט ביים אנהויב געזינגען מיט א האלבע מאפיאנערישער טוויסט, דאן צום צווייטן פאל ווי אויפן ווילדן ריטעם זעצט זיך ארויף מער א קלאסישער שטיקל מיט א ניינטיז שמעק אבער הצד השוה שבהן איז אז ביידע זענען געאייגנט פארן היינטיגן אויער אין אמאליגן הערצל.
הערט און האט הנאה "הכי קרוב אלייך" געזינגען דורך אביב אלוש, אראנדזשירט דורך עילי בוטנר.
https://www.youtube.com/watch?v=Sqi1cdBvXm4
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 11:07 pm
דורך קהל'ס נער
לא יכול שלמה רג'ה
https://youtu.be/EjoHhpLQ5wI די ניגון ציווארפט מיר מיין געפילן, איך פיל מיך ציריק אין ישיבה גדולה, ווען די הארמאנען זענען צישאקלט ווי א לולב, איין טאג פילט מען ווי מען איז א חלק פון די מרכבה, די נעקסטע טאג אין שער נ' מצד הטומאה, מען דרייט זיך שפעיט ביינאכט אויפן גאס, מען ווייסט נישט וואס פליט, פון איין זייט האט מען נישט קיין חשבון מיט קיינעם, מצד שני איז מען מלא קאמפלעקסעס, מען לערנט קבלה, בו זמנית וואס פינף מינוט פריער האט מען געטין מעשים אשר לא יעשו (איידל גערעדט), מען שטייט אויף פארטאגס צי לערנען א בלאט גמרא, מען שלאפט נאכדעים אפ א האלבע טאג ביזן שקיעה, מען גייט צום כותל דורך שער שכם, מען רייכערט ביז די האלדז איז אויסגעריבען אז מען באקימט א קול ווי יצחק פוקס, מען שלאפט איבער אין א טענט אין מירון, שפעיטער האקט מען גפ"ת פינף שעה רציפות, מען טיט דורך אפאר מהלכים פון ראשונים אויף א דאך פון א בנין בשעת'ן עסן אייסקרים, מען גייט זיך טובל'ן אין ים הגדול, מען פארברענט פלייש אין מדבר און מען ריפט עס א גריל, מען לייגט תפילין א מינוט פארן שקיעה, מען שטייט ביים רבין'ס טיש אין מען איז זיכער אז די רבי טראכט פון דיך א גאנצן צייט, מען לויפט נאך משפיעים און זינגערס אדער עני סעלעבריטי.........
איינער פארשטייט מיך דא?
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2022 11:25 pm
דורך שאלתיאל
בעני פרידמאן 'A yid'
א פשוט'ע בחנ'טע תנועה, נישט עפעס טיף אדער ארטיסטיש אבער אין דער זעלבע צייט זאגט עס אזויפיל! ס'קרעכצט פון פיין און ווייטאג, לעכצט נאך האפענונג און שפרודלט מיט טרייסט און חיזוק.
ווען איך גיי אריבער א שווערע מינוט צינד איך אן דעם ניגון און הייסע שנירלעך טרערן באנעצן מיין פנימ'ל..
https://www.youtube.com/watch?v=zGz_eVH ... reload=102
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2022 6:02 pm
דורך שאלתיאל
אסף הרוש, א ברעסלעבער בעל תשובה, א פרישע אויפגייענדע שטערן, האט ארויסגעגעבען פאר צוויי יאר צוריק א סינגל מיטן נאמען ''בסוף יהיה טוב''. א אפטימיסטישע לייכטע ניגון.
https://www.youtube.com/watch?v=PCZuNTdniDM