פרויען, קויפט עיר פאונס און עסט עץ הדעת!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

פרויען, קויפט עיר פאונס און עסט עץ הדעת!

שליחה דורך אפטעמיסט »

עס קומט מיר כמעט נישט אויס צו פארן אויפן בארא פארק-וויליאמסבורג באס, אבער ס'מאכט זיך אמאל אז איך פאר מיטן באס צוליב פארקינג און דרייווען וואס איך קען באשטיין צו פארמיידן.

יעצט, כ'האב שוין אסאך געהערט און געליינט וועגן די אנשטוקעניש און קאפוויי וואס די נשים צדקניות מאכן פאר די מענער רייזענדע, מיט זייער געשרייען און פלאפלערייען. יעדער וואס פארט אמאל מיט דעם באס ווייסט און ליידט פון דעם פראבלעם. די פרויען פלויזשען אויף תולה ארץ און באגנוגען זיך נישט מיט די שפע'דיגע תשעה קבין, נאר זענען שואל שלא מדעת אונזער קארגע קוים גענוצטע קב. מען קען שאפן מער אינפא פון איין פופצן מינוטיגע רייזע קיין בארא פארק ווי א שטונדע געגוגלאכטס אויף וויקיפידיע. איך פלעג ביז היינט קוים וויסן וויאזוי צו קאכן אן אייערשפייז, אבער איך בין געווארן, אין אפאר מינוט, א מעסטער שעף אין די פעלד פון חלה רעסעפיס און באבקעס.

אין די צייט וואס פון דער מענער אפטיילונג הערט מען נישט קיין מוק, טוט זיך אין די אונטערשטע חלק א טומל און געמישאכטס פון לאכערייען, רעדערייען, שטותימרייען און ברעכערייען.

וואס איז פשט?

די גאנצע התנהגות איז מיר זייער מאדנע. לייג אין דער זייט די א.ג. איידעלקייט און כל כבודה בת מלך'קייט וואס אונזערע "איידעלע" פרויען און "בא'חן'טע" ווייבלעך זענען אפיציעל באשאנקן מיט, לאמיר נישט אריינגיין אין דעם. וואו איז אבער די נארמאלקייט, דיגנעטי און סעלף רעספעקט? די גאנצע באס דארף מיטהאלטן ענקער בויך וויי? איך דארף עפעס וויסן אז די בלויע באגאבא הוד איז דיסקאנטיניוד און באנדא'ס גראסרי איז אפן ביינאכט? דער כינעזער דרייווער, און זיין בר פלוגתא אויפן אנדערע זייט טרייבל, רעדט שוין שטילער ווי ענק. כ'מיין אמת'דיג, קאם אן!

ווען מ'פארט מיט דעם סיטי באס איז דער מצב גאר אנדערש. די נישט-אידישע פרויען זיצן איינגעלייגט, שא שטיל און רוהיג. קיינער שמועסט נישט, אפגערעדט אז מ'שרייט נישט. נו, פארוואס טאקע? זיי זענען דאך געקנויטן פון דעם זעלבן טייג און אינסאלירט מיט די זעלבע הארמאנס. איז מאי נפ"מ? דער תירוץ איז פשוט. כמעט אלע נישט-אידן, מענער און פרויען, זיצן אויפן שנעל-צוג און אויפן סיטי-באס מיט עיר פאונס. זיי הערן מוזיק אדער ראדיא און א מופת, זיי שווייגן! איר הערט טייערע פרויען? ס'איז דא א פתרון. פאר א נישטיגע פאר דאלער קענט איר זיך איינהאנדעלן עיר פאונס און דאס וועט ברענגן א סוף צו ענקער שעמום און אן ענדע צו ענקערע האקערייען. טוטס א טובה פאר די מין האנושית און קויפט א פעקל שטאפערס און שלום על ישראל. אויב אייער מאן האלט ס'איז נישט צניעות (פרעג פארוואס) האב איך א צווייטע עצה: עס און טרינק און הער נישט אויף. האקטס שטיקער און אכל'טס אריין עד שיבוא אליהו. ברענגטס ענק מיט סעודות לויתן, פרישטיגס און נאכטמאל כסעודת שלמה בשעתו, און לאזט אונז לעבן אפאר מינוט רוהיג. פון מיין זייט ברענגטס אפילו מיט עץ הדעת סאלאט און עסט עס מיט אפעטיט ווי די באבא חוה, ס'העט מקרב זיין די מיתה אביסעלע? כ'מיין ס'ווערד די מנוחה.

כ'וועל ענק נישט מאכן ארבעטן צי שווער. אויב האט איר נישט קיין עלעקטראניק געשעפט אין געגענט, גייט אריין אין דעם לינק און באשטעלט א פאר פינקע עיר פאונס, אבער שוין! גענוג איז גענוג.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר