בלאט 1 פון 1
קאווע שטיבל עפענט פיזישע לאקאציע!
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:19 pm
דורך יידל
מיט גרויס אינטערעסע האב איך ענהאלטן די נייעס אז נישט מער און נישט ווייניגער נאר קאווע שטיבל פלאנט צו עפענען א פיזישן לאקאציע אין בעדפארד סטיי, הארט נעבן חסידיש-מאדערנעם ניי וויליאמסבורג. פאר מער, ליינט דא
http://www.brownstoner.com/blog/2014/01 ... -bed-stuy/לכבוד דעם מאורע, האט קאווע שטיבל געעפנט א נייעם טוויטער אקאאונט
https://twitter.com/kavashteeble
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:33 pm
דורך ברסלבער
מער אינפארמאציע ביטע. עס גייט זיין א צימעס אפטיילונג? א מאחורי?
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:41 pm
דורך טאמבל סאס
לאמיך שנעל זיין פון די ערשטע תגובות אינעם אשכול.
פשיהא. איך טאנץ שוין פאר שמחה. ענדליך רעדט מען ווערטער. קען איך זיין די סארווער?

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 5:52 pm
דורך טאמבל סאס
נאר לידיעת הרבים, אויב קומט איר אהין און איר פרעגט פאר טאמבל סאס און מ'דערלאנגט אייך א קאווע איבערן קאפ, ווערט נאך נישט דערשראקן אז ס'איז א דזשאוק. ס'קען זיין אז דאס איז טאמבל סאס'נס יוניק וועג פון טיילן קאווע...
פרובירט צו מאכן אויג קאנטאקט און זאגט די קאוד 'אתרוג'
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 6:04 pm
דורך מאטי
איך טרונק א קאווע אין קאווע שטיבל אויף קאווע שטיבל ....