בלאט 1 פון 1

מהדון מחמוד הי"ד, ווער אין געווען אינטערעסירט ער זאל לעבן?

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:53 am
דורך יאסל ראקאווער
מחמוד איז געווען מחסידי אומות, אסאך עמך מענטשען וואס האבן געקענט מחמוד באוויינען אים. א ארנטליכע גוי וואס געגעבן פרנסה פאר די היימישע טשעיק קעישינג געשעפטען יארן לאנג.

מחמוד קומט פון די גלילות פון אינדיע-פאקיסטאן. ער איז א בענגלאדאשי אימיגרענט. ער איז שטארק פארטרויעט געווען ביי זיינע היימישע מענטשען און ער פלעגט מאכן זייטיגע געשעפטען אלץ טשעיק בראקער.

זאל ער זוכה זיין צו א ליכטיגע גן עדן התחתון אויבען אין די עולם האמת..

מחמוד איז אויך געווען א לענדלורד אין זיין טענענט איז נחשד אלץ די מערדער.

א נייע פינאמונעם. גיי נאכן לענדלורד מיט וויילענס. עפעס א נאקאוט טרעינד פארומט זיך דא. מחמוד איז לכאורה א דירעקטע קרבן פון די אנרייץ פון די ניו יורק פ"ץ.

מחמוד איז די צווייטע לענדלורד די וואך צו ג'הרגט ווערן אויף א גרויזאמען וועג די וואך.

ווי איז העלען ווינסטון היינט, קוים אפאר פאריגראפען,
http://nypost.com/2014/01/07/cops-eye-t ... ome-death/

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 2:49 am
דורך עץ השדה
איך וואונדער מיך וואס מען שרייבט אויף אים השם ינקום דמו, סוכ"ס רעדט זיך עס פון א פאלנער אראבער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 3:33 am
דורך דער (פינטעל) איד
יעצט אז איך האב דיר געגעבן דיין ערשטן לייק וועסט מער נישט פרעגן אזעלכע נארישע פראגעס, מדארף קומען צום טעם ;)