וואס איז יא גיט מיט אינז?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

וואס איז יא גיט מיט אינז?

שליחה דורך טיטאניק »

יעדער איז דערשטיטערט און ציפליקט יעדער איז בייז און גערעגט אויף די העכסטע מדרגה יעדער האט ווילדע חלומות און שרעקעדיגע דמיונות
יעדער קריץ אין טיר אינמיטען נאכט ציט אן די נערווען, יעדער שיכור וואס מאכט געוואלדעס אין גאס שפרינגט אינטער דעם עולם מיט שרעק
פארשטייט זיך אז יעדער ארים כאפט ציליב די אנגעצויגענקייט וואס שוועבט ווי א שווערע וואלקען אין די ליפט
די קינדער אינדערהיים די ווייב און בעיקר דער קי בארד ווען מען שרייבט אויף קאוועש שטיבל
יעדער פראסקעט יעדעם יעדער כאפט פון יעדעם אלעס איז באנקראטירט און אלעס איז שלעכט
יעדער איז שילדיג אז כלל ישראל וועקט זיך אויף זייט דאנערשטאג אויף די לינקע זייט
די גליקע צווישען אינז האבען זיך איינגעהאנדעלט די "משפטים בלעכענע הויזען" מיט פאר וואכען פריער פשוט אלץ די סכנה וואס הערשט איבעראל
עס איז גרויסע צרות, נאך א נס פון הימעל אז עס איז נישט יעצט געפאלען אויך ערב פסח ווייל טאמער יא וואלט טאקע געווען נאך אפאר הרוגים רח"ל

תכלית, איך האב שוין נישט קיין כח מער צי די אנגעצויגענע מצב
איך האב באשלאסען צי מאכען דעם עולם און מיר בעיקר אביסעלע רוהיגער און מער פאזעטיווער ווי נעגעטיוו
געניג איז געניג
לאמרי דאס סטאפען באצייטענס

דערפאר האב איך באשלאסען צי עפענען א אשכול און ארויס ברענגען "מעלות" און יעדע פאזעטיווע ווארט, אלעס מיז דאס זיין אויף די פרייליכע פאזעטיווע זייט, אז דער וואס זיכט א קאלטע בור זיך אפציקילען פון די הייסע ברענעדיגע בורות זאל האבען ווי צי גיין

און איך גיי טאקע זיין דער מתחיל במצוה און לאמרי זיכען מעלות און גיטע זאכען און טאקע מתוך צרה המציאם גיטע פונקטען

1) ווי וואויל און זיס כלל ישראל איז, נישט צי גלויבען, ווי זעט מען דאס ביי א גוי? וויפיל גויים אפילו קינדער ווערען נעלם טאג טעגליך און קיינער הערט נישט קיינער ווייסט נישט, וויפיל מערדערייען (אסאך ערגער פון די סארט) געשעט טאג טעגליך ביי גויים ואין פוצה פה, קיינער ווערד נישט נערוועז יעדער שלאפט רוהיג, אפילו דער ניו יארק פאסט שרייבט נישט גארנישט, די עצם זאך וואס מיר זענען אזוי נערוועז אין אנגעצויגען די עצם זאך וואס די מערדעריי נעמט ארים די גאנצע גלאוב ווייזט וואס פארא עם הנבחר מיר זענען וואס פארא שיין פאלק מיר זענען, יעדער איז דערשיטערט אפילו 90 פראצענט עולם האט קיינמאל נישט געוויסט איבער דער נפטר ע"ה, אלע מחיצות וואס איז דא ביי כלל ישראל איז פארשווידנען געווארען יעדערס הארץ איז דא, יעדער וויל זען אז מען זאל דער רוצח אראפ נעמען פון די גאסען, הצד השוה שבכולם יעדער וויל נאר גיטס יעדער מיינט עס באמת
2) עסקנים, וויפיל אינז האקען אויף זיי, ווער איז אבער געווען אויף נעכט ביז מען האט געברעגנט דעם נפטר ע"ה לקבר ישראל? ווער? נאר די עסקנים קודם מיט די זיכעריי נאכדעם מיט איבערגעבען פאר די משפחה נאכדעם די קבורה בשעת מעשה מחזק זיין דעם עולם און די משפחה נאכדעם די הילף וואס מען טיילט פון אלע זייטען, און די שפיץ איז די וויי געשריי קעגען דעם רשעותדיגער פסאט, ווען מען האט געזען עסקנים פון ביידע זייטען, יעדע מטבע האט צוויי זייטען און יעדע זאך קען מען ברענגען תילי תילים פון נעגעטיווע זאכען און פאזעטיווע זאכען נעמט ארויס די פאזעטיווע חלק ווי שיין דאס איז געווען, ווי אזוי וואלט אויסגעזעען וועל על שארפטאן שיקט ארויס פראטעסטירען? אלע גאסען וואלטען געווען א שלאכט פעלד, ווי אזוי זעט אויס ווען אינז פראטעסטירען? רוהיג געלאסען מענטשליך
3) די שרעקליכע חשדות, ווען גאנצע שעות זיצען יונגעלייט ליידיג גייערס און נעמען זיך אן פאר דער שותף כאטש ווער האט עם געקענט פארדעם? אבער די פאקט אז מען באשרמיט א איד דאס טיט יעדעם וויי, ווי אזוי וואלט דאס אויסגעזען ביי די גויים? וועמען וואלט עס אנגעגאנגען? פארקערט, יעדער וואלט מיטגעטאנצען יעדער וואלט עם נאך מער באשמיצט
4) די גאנצע קאווע שטיבעל, יעדער האקט אז קאווע שטיבעל איז אלעס שילדיג, אפשר טראכט מען פארקערט, גיי אדארעך בלעטל ביי בלעטל וויפיל אידיש הארץ וויפיל אידיש געפיל עס ליגט דא קיקט וויפיל אזייגער אין די נאכט אריין זענען אידען געזיצען און פראבירט לכל אשר לאל ידם צי העלפען מיט יעדע וועג מעגליך
5) איך ווייס נישט צי מען האט יא אויפגעטיען אדער נישט, צי די עסקנים צי די שרייבערלעך, אבער די פאקט היוצא לנו איז די גיטער ווילען די גיטער רצון וואס יעדער האט דא צי א צווייטער איד, ווי טרעפט מען נאך א פאלק אין די וועלט וואס וואלט אזוי מיטגעלעבט און מיטגעפילט אזא טראגעדיע? נישטא!
6) מיר זענען דער עם הנבחר א טייער פאלק, א איידעל פאלק, נישטא זיינס גלייכנס,
7) דאס אז מען ווערט אזוי אויפגעציטערעט ווייזט ווי שטארק זעלטען די סארט מעשיות זענען ביי אינז, און מען דארף זיך מחזק זיין און זיך נישט לאזען, דאס געשעט נישט יעדען טאג און וועט בעזר דער שומר ישראל מער נישט פאסירען

חברה שרייבט ווייטער גיטע זאכען לאמרי זיין פאזעטיוו
:)
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

הייסט ס'איז טאקע גארנישט דא גוט ביי אונז in its own right? נאר אנטקעגן דער גוי זענען מיר גוט? אגב, ווער איז דער (singular) גוי פון וועם די רעדסט? די פאר גוים וועם איך קען וואלטן זיך אויפגעפירט פונקט ווי די הייליגע אידן וועם די מאלסט אויס אין דיין ארטיקל.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

פידלער האט געשריבן:הייסט ס'איז טאקע גארנישט דא גוט ביי אונז in its own right? נאר אנטקעגן דער גוי זענען מיר גוט? אגב, ווער איז דער (singular) גוי פון וועם די רעדסט? די פאר גוים וועם איך קען וואלטן זיך אויפגעפירט פונקט ווי די הייליגע אידן וועם די מאלסט אויס אין דיין ארטיקל.

לויט דיין פראפייל בילד פארשטיי איך דיר, ביסט אנגעזעצט פינקט ווי יעדעם
אבער דא אין דעם אשכול קיקט מען אויף די פאזעטיווע חלק

בנוגע גויים
גיי אין די ליסטע פון מענשטען וואס זענען נעלם געווארען אין די לעצטע יאר און פון וויפיל פון זיי האט מען בכלל גערעדט אדער געטיען עפעס
און קיק וואס געשעט ווען איין איד ווערט נעלם ווי עס דרייט זיך איבער א וועלט
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

אגב, ס'נישט אזויפיהל מענטשן וואס פעלן אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא.

דא איז די פולע ליסטע פון די עף. בי. איי. 71 בסך הכל.

http://www.fbi.gov/wanted/kidnap/@@wanted-group-listing

און דא האסטו א גאנצע רשימה פון וועלט באשאף ביז ימינו אלה פון מענטשן וועלכע זענען מיסטעריעז פארשוואונדען געווארן. יעדעס איינס פון זיי קען זיין א גאנצע ארטיקל אין דער שפאקטיוו.
http://en.wikipedia.org/wiki/List_of_pe ... steriously
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

פידלער האט געשריבן:הייסט ס'איז טאקע גארנישט דא גוט ביי אונז in its own right? נאר אנטקעגן דער גוי זענען מיר גוט? אגב, ווער איז דער (singular) גוי פון וועם די רעדסט? די פאר גוים וועם איך קען וואלטן זיך אויפגעפירט פונקט ווי די הייליגע אידן וועם די מאלסט אויס אין דיין ארטיקל.


א באקאנטע טייטש פון צדיקים אויף "ולא יצטרכו עמך בית ישראל לעם אחר".
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:אגב, ס'נישט אזויפיהל מענטשן וואס פעלן אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא.

דא איז די פולע ליסטע פון די עף. בי. איי. 71 בסך הכל.

http://www.fbi.gov/wanted/kidnap/@@wanted-group-listing

און דא האסטו א גאנצע רשימה פון וועלט באשאף ביז ימינו אלה פון מענטשן וועלכע זענען מיסטעריעז פארשוואונדען געווארן. יעדעס איינס פון זיי קען זיין א גאנצע ארטיקל אין דער שפאקטיוו.
http://en.wikipedia.org/wiki/List_of_pe ... steriously

און ס'איז שטיל
אבער משא"כ ביי א איד? די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער
וויפיל אזוינע לייבלי קלעצקי מעשיות זענען געווען ביי גויים וואס קיינער אויסער די ליסטע ווייסט נישט פון דעם
משא"כ ביי לייבי הי"ד איז די גאנצע גאנצע גאנצע וועלט געווען וואך ווייל ער איז געווען א איד!!!!!
נו מי כעמך ישראל?
זאל מען דאס זען נאר ביי גיטע זאכען
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

העלא טיטאניק, וועלקאם טו מיי קלאב, שוין לאנג וואס איך שריי און כ'ווער כמעט הייזעריג אז קאווע שטיבל איז זייער א נעגאטיווער פלאץ, א חוץ זיך אפרעדן איז נישטא צופיל אשכולות (לכה"פ אין געזעשאפט),

איך האב געוואלט אנהייבן א קאמפיין פון עפענען פאזעטיווע אשכולות, מיט אונזערע מעלות,
עטליכע האב איך שוין געעפנט,
איינס קומט מיר יעצט אויפן זכרון איז מעלות פון די היינטיגע רבי'ס
viewtopic.php?f=24&t=4995

און דא האט מען אויך אביסל געשמועסט מיט די מעלות פון אונזער סיסטעם
viewtopic.php?f=24&t=1077

עס איז פאראן נאך אשכולות, אבער כ'האב נישט יעצט די געלעגנהייט אפירצוזוכן, אפשר קען א צווייטער צולינקען.

# לאמיר זיין פאזיטיוו!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

עס קומט נישט אריין דא, אבער כ'האב יעצט געזען די נייעס און געטראכט אז אפשר דארף מען עפענען א אשכול "נייעס וואס איז 'נישט' געשען ביי אונז"...
מען האט ארעסטירט אסאך ניו יארקער פאליס NYPD און FDNY וואס מען האט געכאפט אז זיי האבן פאלשערהייט זיך געמאכט און געשפילט ווי זיי זענען קראנק און ליידן פון מענטל אילנעס, כדי צו קענען קאלעקטן פון דרייסיג ביז פופציג טויזנט דאלאר א יאר אין סאושעל סעקיוריטי בענעפיטס. אריבער הונדערט אזעלכע באנדיטן האט מען געכאפט, און אלע טאקע פון די הויכע אנשטענדיגע פאליציי אליין!
אויסער די עצם אינטערעסאנטקייט פון די נייעס, וויל איך זען צי מען וועט יעצט זען די זעלבע העסליכע קאמענטארן און שעלטערייען קעגן אלע פאליציי אזוי ווי ווען מען הייבט אן שעלטן אלע אידן פאר שווינדלער און פאראזיטן נאכדעם וואס מען האט געכאפט צוויי אידן פאר'ן נעמען עסן דורך "וויק" אדער פ.ס. וואס איז זיך זיי נישט געקומען...
די חברה וואס געפירט דעם רינג האבן געגעבן פונקטליכע אינסטראקשענס וואס צו שרייבן אויף די צעטלעך ביים סייקעטריסט און וויאזוי זיך אויפצופירן, וואס האט מיך דערמאנט וואס אונז אידעלעך פלעגן אמאל טון זיך ארויסצודרייען פון צה"ל...
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

איך מיין עס זייער ערנסט
מען כאפט זיך נישט אבער יעדע נעגעטיווע זאך (אפגעזען די גערעכטיגייט פון די תגובה אדער נישט) יעדע נעגעטיווע תוגבה האט א השפעה אויף דער שרייבער און דער ליינער
און דאס ברענגט און הויפענט אן נאך און נאך נעגעטיווקייט און נערוועזיקייט און מרה שחורה'ידגער לופט ביי אינז, ועל למה?
אמת מען דארף קלאגען אויף א חבר שנפטר באופן נורא ומחריד, אבער גיין אראפ שלעפען דעם גאנצען היימישען עולם אין א דעפרעסיע אז אלעס איז אין די ערד און אז כלל ישראל איז ערגער ווי דער גוי, אזנס טאר מען נישט צילאזען
און דערפאר בין איך דא געקימען אביסעל דרייען דאס היטעל צים גיטען זייט
קיקטס אויף דעם פילען גלעזל
ווען נישט אינזערע גרויסע שומרים טאטעס אדער אינזערע מעכטיגע עסקנימלעך וואלטען אסאך גיטע זאכען נישט אלעדיגט געווארען
נעם די פאקט אז ווען דיין רב אדער רבי מאכט עני שיינע מצב ווער אלעדיגט די פעירמעט און געיטס?
ווען א איד פארפלאנטערט זיך מיט לעגאלע זאכען ווער איז דא צי העלפען? אמת נישט יעדער ווערט פאקטיש געהאלפען אבער געניג און נאך אידען דערציילען זיסע שיינע מעשיות
איז דאס דא ביי גויים????
מיר האבען זיך נישט צי שעמען פון קיינעם!!!!
מתוך גנותו בא לידי שבחו, אויב דאס איז אינזער שאנדע איז דאס די גערסטער ראיה ווי שיין מיר זענען
פארשפארט