בלאט 1 פון 1

(היימישע) [אידישע] בחור פארשוואונדען!!

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 10:54 am
דורך פישלע העררינג
כלב יעקובי, דער 16 יעריגע זוהן פון דער דזשעפף יעקובי, דער קאנסערוואטיווע קאלומניסט פון דער באסטאן גלאוב, איז פארשוואונדען געווארן זינט 12:30 מיטאג.מאנטאג פרשת בשלח.

יעקובי, אן איינוואוינער פון ברוקליין (נישט ברוקלין), איז אין דער 11'טע קלאס פון דער רמב"ם שולע. לויט א צעטל וואס דער שולע האט אויסגעטיילט, איז יעקובי 5 פיס מיט 11 אינטשעס הויך, און וועגט ארום 140 פונט, דאר געבויט, און האט ליכטיג ברוינע האר.

די פאליציי פון ברוקליין זאגט אז דער יונג איז צום לעצט געזעהן געווארן טראגענדיג בלויע הויזן, א בלויע פאלא העמד, א ברוינע ווינטער מאנטל מיט א הוד, ברוינע שיך, און ווייסע זאקן. ער האט ליב געהאט צו פארברענגן אין די פאבליק לייברערי'ס און אין דער יאנג איזראעל אוו ברוקליין אויף גרין סטריט.

יעקובי'ס חברים און די לאקאלע באסטאן'ער אידישע קאמיוניטע גרופעס האבן אויסגעטיילט צעטלאך דורכאויס באסטאן מיט יעקובי'ס בילד און אינפארמאציע.

אפרת ליפשיץ, יעקובי'ס רבי, וועלכע פירט אן מיט'ן אויסטיילן די פאמפלעטן, האט געזאגט אז יעקובי איז צום לעצט געזעהן געווארן מאנטאג מיטאג צייט. "מיר ווייסן גארנישט, מיר האבן אפילו נישט קיין אנונג" האט ליפשיץ געזאגט.

ליפשיץ האט אפגעמאלן יעקובי ווי א שטילע אבער ערענסטע תלמיד. "ער האט גענומען זיינע לימודים זייער ערענסט. ער נעמט דאס לעבן זייער ערענסט. ער איז נישט קיין ליידיגגייער" האט ליפשיץ געזאגט.

"ער איז זייער א שטילע בחור, ער איז אבער אויכעט זייער א גוטער" זאגט ליפשיץ. "מענטשן האבן איהם באמת ליב אין ישיבה וויבאלד ער איז אזא גוטע מענטש".

דער עולם וועט זיך צאמקומען זאגן תהילים און מתפלל זיין פאר זיין וואוילזיין אין דער יאנג איזראעל שוהל אויף 62 גרין סטריט.

ווער עס האט עפעס אינפארמאציע ווערט געבעטן צו רופן די ברוקליין פאליציי אויף 617-730-2222.

כלב יעקובי.jpg