מיהו היימיש?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

מיהו היימיש?

שליחה דורך הערשי »

א היימיש פלאץ איז אן ארט וואו מ'שפירט זיך באקוועם. א היימיש מאכל איז א געקעכטץ ווי די באבע פלעגט מאכן. וויאזוי אבער איז מען מגדיר א היימישער מענטש? סינאנים מיט חסידיש? אידיש? נישט אלע אידיש רעדנדע זענען היימיש. אלזא, מיהו היימיש?
אינספירירט דורך @פישעלע.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

היימיש מיינט לכאורה איינער וואס קען די סימנים. ער ווייסט ווי איין און ווי אויס אן קיין הסברים.
(- - -)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

היימיש איז באמת א געפיהל נישט א סטאטוס פון א געוויסע מענטש אדער זאך. ביי יעדעם מיינט היימיש עפעס אנדערש ד"ה ווי ער פילט זיך באקוועם. א ליטוואק איז היימיש מיט צוקערדיגע זופ און חבירים פון גבוה, און א חסיד מיט קרויט און זיין חבר אין שוהל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווי איך האב דערמאנט אין א שמועס מיט דעם ברסל'בער חקלאי פון צפת וועלכער גייט מיט א לאנגער טלית קטן צעפלאשעטע פיאות און רעדט א פליסיגן אידיש דער מושג פון א "היימישער". ער האט מיר אנגעקוקט ווי פון די לבנה אראפגעפאלן. אוי איז דאס געווען א לעקציע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך זעה די דיקשענערי איז מסכים: (ס'איז א דייטשע ווארט במקורה)

haim·ish also heim·ish (hmsh)
adj. Slang
Warm and comfortable; homey; folksy: "It is very gentle and sweet up here. It's . . . sort of haimish" (Janet Malcolm).
http://www.thefreedictionary.com/haimish


haim•ish or heim•ish (ˈheɪ mɪʃ)

adj. Slang.
homey; cozy and unpretentious.
http://www.thefreedictionary.com/heimish
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

גיי זיי מסביר פאר א נישט-היימישן וואס ס'מיינט היימיש...
ווילסט וויסן אויב ער איז א היימישער, פרעג אים וואס מיינט היימיש.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך זעה די דיקשענערי איז מסכים: (ס'איז א דייטשע ווארט במקורה)

haim·ish also heim·ish (hmsh)
adj. Slang
Warm and comfortable; homey; folksy: "It is very gentle and sweet up here. It's . . . sort of haimish" (Janet Malcolm).
http://www.thefreedictionary.com/haimish


haim•ish or heim•ish (ˈheɪ mɪʃ)

adj. Slang.
homey; cozy and unpretentious.
http://www.thefreedictionary.com/heimish


וואס ברענגט איר מיר ראיות פון א דייטשע ווערטערבוך? א כפרה וואס די שורש פון די ווארט איז. וואס באדייט היימיש פאר אונז? ס'קלאר ס'האט א געוויסע באשטימטע באדייט. ווען א וויליאמסבורגער זאגט אויף א דאקטאר ער איז א היימישער, וואס מיינט ער? ער גייט א קאפל? קען אידיש עפעס מער ווי "מאך אויף דיין מויל"? גיבט א דיסקאונט פאר חסידים?
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

קאם אן הערשי, א דיסקריפציע אויף אן אוט אוו טאון קאלעזש סטודענט אלס היימיש איז פארפירעריש.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

גור, למשל, איז נישט היימיש.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מיט זייערע ווייבער מיינסטו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

אפטעמיסט האט געשריבן:גור, למשל, איז נישט היימיש.

דאכט זיך אז ליטוואקס זענען נישט היימיש.
אזוי אויך ליבאוויטש איז נישט היימיש.
בעעלי תשובה זענען נישט היימיש.

לכאורה מכל זה יוצא אז היימיש איז א ראסיסטיש ווארט. דאס איז א וועג וויאזוי מיר אידענטיפירצירן די בעסערע ראסע.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

ראש הישיבה האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:גור, למשל, איז נישט היימיש.

דאכט זיך אז ליטוואקס זענען נישט היימיש.
אזוי אויך ליבאוויטש איז נישט היימיש.
בעעלי תשובה זענען נישט היימיש.

לכאורה מכל זה יוצא אז היימיש איז א ראסיסטיש ווארט. דאס איז א וועג וויאזוי מיר אידענטיפירצירן די בעסערע ראסע.


מוחה!!! :lol: :lol: :lol:
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך הילל »

דאס אז מ'קען פרעגן "מיהו היימיש?" זאגט שוין אויס דעם תירוץ און ווייזט אז עס איז נישט קיין הארטע זאך וואס האט נאר איין משמעות, נאר עס ווענדט זיך ווי דער חמר שטייט איין.
ווען צוויי עלטערע אידן אין ראדני זאגן "יענער איז א היימישער" מיינען זיי אביסל אנדערש ווי ווען איינער זאגט עס פאר זיין חבר אין מונקאטשער שוהל. איינעם אן א שטריימל וועט שוין מסתמא נישט מיינען היימיש. אבער אפילו ביי די צוויי ראדני-אידן אליין ווענדט זיך אויך לגבי וואס זיי רעדן. אויב למשל לגבי זיין זון זאל זיך חבר'ן מיט יענעמ'ס קינד, וועט עס נישט מיינען סתם איינער מיט פיאות אויב זיי האבן ווידיא אין שטוב (איז דען דאס היימיש?...), נאר טאקע "א עכט היימישער". אויב זיי רעדן לגבי גיין צו יענעם עסן אויף שבת, קען עס מיינען סך הכל אז יענער עסט גוטע הכשירים. און אויב רעדן זיי לגבי א דאקטאר, קענען זיי מיינען מיט "היימיש" בלויז אז יענער רעדט אידיש.
ווייטער ווען דער בלאט שרייבט א "היימישער איד" קען ער מסתמא מיינען יעדן חסידישן איד, אבער מסתמא וואלט ער עס נישט גענוצט אויף קיין שטריימל-לאזע אדער ליטוואקעס. אבער ווען א ליטוואק וועט זאגן "א היימישער" וועט ער מסתמא יא קענען אינזין האבן אויך א חסיד (אפילו באמת קען זיך דארט אויך ווענדן לויט די קאנטעקסט).
בקיצור, איך קלער אז "ער איז א היימישער" איז א בחינה ווי ווען מען זאגט "He is one of us", וואס דעמאלט ווענדט זיך דאך ווער עס איז דער "אונז" און ווער עס זאגט דאס און לגבי וואס ער זאגט עס.
די זעלבע איז מסתמא מיט "א משלנו", "אן אונזעריגער", און ענליכס (ווען מ'זאגט עס אין עירפארט אויף איינעם מיינט עס געווענליך סיי וועלכן מענטש מיט א קאפל, אבער ווען איינער זאגט עס אין אן ארונישע מקוה מיינט ער געווענליך נאר א הייסן ארוני...)
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

היימישער מענטש, איז א בחינה פון א היימיש- מאכל וואס ברויך נישט קיין השגחה. מיט א היימישן אינגערמאן טרויען (יע) די עלטערן דאס קינד זאל כאפן א רייד, פארן ערגעץ, פארברענגן ביי אים אינדערהיים, עסן ביי אים, וכדו'. יעצט ס'איז דא וואס נוצן בלויז וואלעווע, די בדרך כלל טערעריזירן די קינדער מיט וועמען זיי מעגן זיך חבר'ן (בעסער געזאגט מיט וועמען נישט). אנדערע וואס זענען מער ליבעראל איבער הכשרים, איז דער "היימיש" באקס, געוויס ברייטער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פשוט אזוי, א היימישע עלעקטרישען\פלאמער מיינט אז ער האט נישט קיין לייסענס, היימישע טעראפיסט מיינט אז ער האט נישט קיין לייסענס, און היימישע קוגל האט נישט קיין הכשר, חושבנא הדין כחושבנא הדין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הערשי האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך זעה די דיקשענערי איז מסכים: (ס'איז א דייטשע ווארט במקורה)

haim·ish also heim·ish (hmsh)
adj. Slang
Warm and comfortable; homey; folksy: "It is very gentle and sweet up here. It's . . . sort of haimish" (Janet Malcolm).
http://www.thefreedictionary.com/haimish


haim•ish or heim•ish (ˈheɪ mɪʃ)

adj. Slang.
homey; cozy and unpretentious.
http://www.thefreedictionary.com/heimish


וואס ברענגט איר מיר ראיות פון א דייטשע ווערטערבוך? א כפרה וואס די שורש פון די ווארט איז. וואס באדייט היימיש פאר אונז? ס'קלאר ס'האט א געוויסע באשטימטע באדייט. ווען א וויליאמסבורגער זאגט אויף א דאקטאר ער איז א היימישער, וואס מיינט ער? ער גייט א קאפל? קען אידיש עפעס מער ווי "מאך אויף דיין מויל"? גיבט א דיסקאונט פאר חסידים?

נעמט מעדיקעיד. :lol: :roll: :oops: :o
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

געפילטע פיש האט געשריבן:פשוט אזוי, א היימישע עלעקטרישען\פלאמער מיינט אז ער האט נישט קיין לייסענס, היימישע טעראפיסט מיינט אז ער האט נישט קיין לייסענס, און היימישע קוגל האט נישט קיין הכשר, חושבנא הדין כחושבנא הדין.

און ווען א יונג און א מויד ווערן צו היימיש מיינט דאס אז די עלטערן האבן אויף זיי אראפגענומען די השגחה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

גמירנא שמעתתא משמיה @ברסלבר. דעפיניציע:
א היימישער איז עמיצער וועם מען דארף נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

אזוי פריער דערמאנט הכל לפי המקום האיש והזמן..
פארשפארט