כולל יונגערלייט גייען זיך לערנען א פאך - אדמו"ר מבעלז

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

כולל יונגערלייט גייען זיך לערנען א פאך - אדמו"ר מבעלז

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איך האב יעצט גהערט פון א מקור מוסמך אז ביי א גרויסע דרשה ביי א כינוס פאר חסידי בעלז האט איינער פון די גבאים ר' יחיאל מיכל פירר איבערגעגעבןבשם בעלזער רבי אז כולל יונגעלייט זאלען אוועק געבן 2 טעג א וואך אין די נאכמיטאג שעות זיך צי לערנען א פאך. דער גבאי האט מסביר געווען אז תורה איז די חשוב'סטע און העכער אלעס אבער וויבאלד רוב יונגעלייט גייען נישט צו בלייבען ביים לערנען אויף אייביג, אן דאס אז מען לערענט פינף יאר אין כולל און מען גייט שוין ארויס נאר ממש ווען מען האט שוין נישט קיין צייט זיך צי לערנן א פאך טוט שאטען אז דער יונגערמאן זאל קיינמאל נישט זיין מסודר, א יונגערמאן האט א חיוב צו ברענגן פרנסה אין שטוב און מען זאל גיין לערנען א פאך אז עס זאל אנקימען בדרך כבוד. די יונגעלייט וואס וועלן פאלגען און אויסניצען צוויי נאכמיטאג'ס א וואך זיך צי לערנען א פאך, וועלן באקימען זייער כולל געלט פינקט ווי דער יונגערמאן וואס בלייבט א גאנצן טאג אין כולל און גייט נישט לערנען קיין פאך.


ווייסט איינער מער דערוועגן?
לייקענן דאס אפ די בעלזער חסידים?
גייען זיי דאס איינפירן אין אמעריקא און אין קאנאדע אויך?
זענען די בני תורה ובראשם מרן רב שטינמאן שליט"א מסכים?
גייען זיי עס נאכטוהן? (100% אז ניין!!)

לדעתי איז עס א דבר טוב. כאטש איך האב וואס מוסיף צו זיין אך לא עת לאריכות עכשיו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

דא האסטו די נייעס
און דא איז שוין דא א גאנצע אנאליז צו עס איז א גוטע זאך אדער עס דארף פארדאמט ווערען
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

הייבט זיך אן א נייע סטייל?
איז דאס א רעפארם מבית מדרשם של בעלז?
וויאזוי גייט סאטמאר, ביידע, רעאגירן?
ווען ער זאל זיך נישט האבן פארפאטשקיט מיט יעדן וואלט ער איצט גווען א מוסטער פאר אלע. אבל...
גייט אזא סארט פלאן גנומן ווערן אין באטראכט דורך די ישראל'ישע ממשלה אלס לימודי חול, און גיבן פינאנציעלע שטיצע?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

לעמיל האט געשריבן:דא האסטו די נייעס
און דא איז שוין דא א גאנצע אנאליז צו עס איז א גוטע זאך אדער עס דארף פארדאמט ווערען


א עקל צו קוקן דארט אנשטאט גראטולירן דעם מנהיג אויף זיין דרייסטע און זאכליכע איינפיר איז מען דארט דן צו עס וואלט יא דער נישט געווען לרוחו פון רעבע'ן זכרוינעלברוכע, און איינער וואס רופט זיך - ווייזט אויס בלשון סגי נהור - בעל דעת שרייבט גאר אז עס איז איבריג דן צו זיין ווייל ממילא מרשעים יצא רשע!

לאמיר האפן אז אלע וועלן נאכגיין אין זיינע פוסטריט און איינמאל פאר אלעמאל טוהן עפעס אויסצולייזן די חרדיש'ע אידן אין ארץ ישראלפון זייער שוידערליכע עניות דחקות און ליידיגגייעריי
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

גרעכט איש עברי. לעמיל, אז איך וואלט גוואלט גיין קיין אוי-וועלט וואלט איך אליינס גגאנגען...
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

וואס האט סאטמאר'ע רב ז''ל בכלל געהאלטן וועגן כולל אין א''י?, אין אמעריקע האט ער געשיקט ארבייטען
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אונטערעסאנט. סאטמאר האט געשריגען תש''ם, אז דער חתן דינן רבי בערל זז''ג, איז א אויפגעקלעטע אפיקורס, עס האט זיך געדאכט פאר מאנכע אז עס איז גאר איבערגעטריבען, ביזדערווייל זעט כלל ישראל איין, טאג נאך טאג, אז די סאטמורים האבן אים אונטערגעשאצט, ער איז נאך פול א גרעסערע אפיקורס וואו מען האט זיך נאר געקענט פארשטעלן.

ווען עס קימט צו אפשפעטן אדער אריין ברענגען נייע זאכן בכרם ישראל סבא, איז ער דער גרויסער ריזיגער, אלעמאל דער ערשטער, און ער טיט דאס בהידור רב.

ער איז נאר א געריבן סוחר, ער האט נישט קיין חשק אז סאטמאר זאל אים כסדר פארדאמען פאר זיין השכלהשע מעשים, האט ער געמאכט די גאנצע מחילה שפיל, או... איז ער א לייצן, און בעלזא און דער אלטער היים, וואלט ער געווען די מערסט אויסגעשפיגענער באשעפעניש, יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו....
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

סאטמאר רבי זי"ע וואלט זיכער ברוגז געווען יעצט אויף בעלז. ער האט דאך געהאלטן אז אינגעלייט האבן נישט וואס צו זוכן אין כולל, מען דארף גיין גלייך ארבעטן, און דא קומט בעלז איינפירן אז מען זאל א האלבן טאג גיין אין כולל...

אגב, יארמער רב פרעגט א חתן: גייסט אין כולל נאך די חתונה?
..יא
..א גאנצן טאג אדער א האלבע?
..א גאנצע. און אפשר אפילו פאר עטליכע טעג...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

קאך לעפעלע! דו ווייסט וואס טוט זיך אפ אין די כרם פון ישראל סבא? דער זיידע רבי ישראל פרעסט זיך אין קבר איבער וואס גייט פאר אין דעם כרם, דער כרם איז פארלאזט, פוסט און פרוכטלאז, דו ביימער וואס האבן אמאל ארויסגעגעבן פיינע זאפטיגע פירות שטייען צובויגן און פוסט, און סאיז א נעבעך אנצוקוקען דעם כרם.
די כרם וואס פלעגט ארויסגעבן פיינע עהרליכע אידן וואס פלאגן זיך אויף צו ברענגען פרנסה און תלמידי חכמים וואס ארבעטען ביי די זייט צו מפרנס זיין די שטוב, האט אנגעהויבן וואקסן שנארערס, פאראזיטן אין בעסט'ן פאל, אדער גנבים און שווינדלער'ס וואס לעבן נאר אויף רעגירונג פראגראמען,
אויב ביזטו א שטיקל אוהב ישראל ווילסטו אויך אז דו אומרעאליסטישע סיסטעם פון נישט ברענגען פרנסה און אריינפאלן אין דחקות און אין עניות המעביר את האדם על דעתו ודעת קונו זאל נעמען א סוף, און יונגעלייט זאלן פרוט אנהייבן מקיים צו זיין וואס מנעמט זיך אונטער אין די כתובה.
די בעטסט דער בעל הכרם זאל קומען מכלה זיין די קוצים, דו ווייסט וואספארא שווערע דשאב דאס איז? צימערמאנס קלאר'ס אלתר משה גאלדבערגער'ס און נאך געפערליכע קוצים וואס זענען מכלה דעם כרם הלוואי זאל מען קענען אויסרייניגען דעם כרם!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער א שיינע זאך פון בעלזער רבי. סאטמאר רבי איז דאך אינגאנצען געוועהן קעגן כולל. ווי ברסלבער זאגט שוין אזוי שיין
הלוואי זאל דאס זיין די ישועה
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:הדברים עתיקין

דו האלטסט אז דאס איז א הצעה מצד הונליין, און דער בעלזער רבי האט שנעל און תיכף מסכים גווען?
שווער אנצונעמען.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאך_לעפל האט געשריבן:ווען עס קימט (צו אפשפעטן אדער) אריין ברענגען נייע זאכן בכרם ישראל סבא, איז ער דער גרויסער ריזיגער, אלעמאל דער ערשטער, און ער טיט דאס בהידור רב.


פאני איז, אז סאטמאר זעהט אלץ איין 10 יאר שפעטער זיין "חכמה" און מאכט אים נאך!

לעצטנס האט מען געמאלדן ביי מוהרז"ל אז מען גייט שטעלן חבורות און יעדע חבורה וועט האבן א ראש החבורה. פון וואו קומט דאס? דאס איז שוין אזוי יארן לאנג ביי "ר' בערל'ען",
סאטמאר האט ארויסגעגעבן קאסעטעס, ווערצבערגער וכדומה, נאכן פארדאמען יארן לאנג ר' בערל'ען הלמאי ער פראדוצירט אזא מאדערנע זאך ווי טעיפס (אגב, די שענסטע חסידי'שע טעיפס איז פון בעלזא). היינט וואלט זיך סאטמאר געוואונטשן אז מען זאל הערן בעלזא טעיפס.
ר' בערל האט יארן צוריק איינגעזהן אז חינוך מיוחד איז א וויכטיגע זאך, און מען מוז אויפנעמען געלערנטע ספעציאליסטן, ווען אין סאטמאר האט מען געשריגן "ממש השכלה, היינטיגע גוי'אישע דעות" און בשעת מעשה געשמיסן אלע שוואכע קינדער אן רחמנות,
ר' בערל האט נישט פלעין געשריגן 'אינטערנעט איז אסור' א_ווי אלע אנדערע וואס שרייען ג-י-וו-א-ל-ד, נאר ער האט דאס במו עיניו זיך אוועקגעזעצט ביי א קאמפיוטער און אדורכגעטון דעם ענין, גערעדט מיט בעלי בתים און ביזנעסלייט צו הערן די מעלות און חסרונות, די עצות ווי אזוי צו קענען מקיים זיין דעם תוכו אכיל וקליפתו זרק, און נאר נאכדעם האט ער מסדר געווען זיינע תקנות. אין סאטמאר האט מען שפעטער נאכגעטון דאס זעלבע.

די ליסטע איז נאך א לאנגע. איך בין נישט קיין בעלזער, אדרבה, איך שטאם דאך פון חדר שכנגד, אבער דאס מין משוגעת צו נעמען א רבי וואס פרובירט אויפצוטון (זאל-זיין לפי דעתו העניה) און אים כסדר פארשרייען אלס אן אפיקורס אויף יעדע זאך איז נידריג און אוממענטשליך, עס מאכט נישט קיין סענס.

בין איך אלעס מסכים צו אים? אבסאלוטלי נישט. איז ער א דרייסטער מנהיג מיט צופיל גאטס? זיכער אז יא. אבער דאס טוט נישט פארמינערן זיינע מעלות פון זיין א חכם הרואה את הנולד. און נאכמער, די חסרון פון צופיל גאטס קומט אונז אלע צוניץ, טאקע דערפאר ווייל ער האט די דרייסטקייט צו אלעמאל (כלשונך) "זיין דער ערשטער צו אריינברענגען נייע זאכן בכרם ישראל סבא בהידור רב". און אנדערע טוען אים נאך!

אדרבה, פוק חזי ווער עס האט איינע פון די שענסטע חסידות'ער אויפן כדור העולם מיט די ווייניגסטע אפפאל!!

לענינינו: אשרי חלקו פאר די נייע איינפיר פאר כולל יונגעלייט. עס איז וויכטיג, און יישר כחו וחילו פארן אנהייבן א מערכה אז יונגעלייט זאלן ארבעטן אפאר טעג, אין קעגנזאץ צו אנדערע רבי'ס וואס הייסן פרעגן א שאלה צי מען מעג ארויס פון כולל און צי מען מעג דרייוון א קאר.

איך זאג נאכאמאל, איך בין נישט איינשטימיג מיט זיינע שיטות לגבי ציונות, איך בין אויפגעוואקסן אויף דעם פארקערטן דרך; אבער פון דארטן ביז זאגן אז יעדע תיקון וואס ער מאכט איז השכלה און א מעסער אין רוקן פון "דרך ישראל סבא" איז סתם נאריש און זינלאז.

סארי אויב כ'האב מיך צולאזט, איך עקספעקט אפאר באמבעס אויף צוריק ברבים און אין אישית, אבער ההכרח לא יגונה.
(נאר,,פרייליך, ביטע אטאקירן מיט רחמנות.....)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:הדברים עתיקין

דו האלטסט אז דאס איז א הצעה מצד הונליין, און דער בעלזער רבי האט שנעל און תיכף מסכים גווען?
שווער אנצונעמען.


אזוי זעה'ך נאך אפשאצער דא

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

די בעלזא זאגן אז זיי האבן פראצענטאל די ווייניגסטע נושרים
טאמיר ס'איז אמת איז עס לכאורה די שטארק חינוך סיסטעם פין בעלז צי פארדאנקן
אדער וועגן זיי האבן נישט קיין מחלוקת וואס מאכט חרוב דעם סיסטעם בשעת די מחלוקה
אדער וועגן דער ס"ם פארלייגט זיך נישט אויף זיי ער פארלייגט זיך נאר אויף חב"ד אויף סאטמאר אין סקווירא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זלמן זאפיר האט געשריבן:
אדער וועגן דער ס"ם פארלייגט זיך נישט אויף זיי ער פארלייגט זיך נאר אויף חב"ד אויף סאטמאר אין סקווירא

:like :like
:lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:הדברים עתיקין

דו האלטסט אז דאס איז א הצעה מצד הונליין, און דער בעלזער רבי האט שנעל און תיכף מסכים גווען?
שווער אנצונעמען.


אזוי זעה'ך נאך אפשאצער דא

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

ביסט טאקע אזא בהמה אדער דו מאכסטעך נאר? פון די שטארקע מקורותדיגע בחדרי פורום ברענגסטו א ראיה אז בעלזא רב האט געהערט פון הונלויין אז מ'זאל שיקען ארבייטען און גלייך דערנאך געשיקט?! בעלזא רעדט מען שוין יארען פון זיך גיין לערנען א פאך, און כ'מיין אז בעלזא רב האט שוין גערעדט פון דעם שוין צעהן יאר צוריק..
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

הונליין ביים מרן אין דגל התורה
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=63463

אצינד איז שוין איינער פארנימען אז די פארטרעטער פון עדה מיט הרב אויערבאך זענען בכעס אויף דעי שריט
וואס לכ' וועט דאס פירען צו א צוזאמארבעט פון די קנאי'ש סארט מיט די אנדערע אינערהאלב אגודת ישראל
זיסע חלומות, ליין דא א ספין,

אתמול נכנס הסיקריק אברהם פרויליך לשמואל אויערבאך בשערי חסד לדבר נגד האדמו"ר מבעלזא על כך שהורה לחסידים ללמוד מקצוע מחוץ לשעות הכולל
שמואל אויערבאך שלמרות שרוב בוגרי מעלות התורה הם אנשים עובדים וחלק גדול ממקורביו מארגנים את השירות האזרחי במקומות שונים הוא רוצה להצטייר כלפי חוץ כאיש השקפה
הוא התבטא בחריפות נגד האדמו"ר מבעלזא, "הוא תמיד היה וילדר חיה ועשה מה שהוא רוצה, הוא הורס את היהדות החרדית, הוא הכניס את השומרים שעושים שירות אזרחי בתוך החסידים שלו"
פרויליך ביקש שיכתוב מכתב נגד האדמו"ר מבעלזא, אמר שמואל אויערבאך "אני לא יכול לעשות את זה, הם כיבדו אותי בחתונה האחרונה ושרו לי ימים אני לא יכול לפגוע בהם, אבל אדרבא אתם צריכים להילחם ולעשות פשקוילים וכתבי פלסתר בכל ירושלים נגדו".
שמואל אויערבאך גם נדב לפרויליך 2000$ למען המערכה
יצויין כי הצביעות של פרויליך עוברת כל גבול, הוא לחם נגד מרן הגרי"ש אלישיב זצ"ל, וכיסה את כל רחובות ירושלים בכתבי פלסתר נגדו בפרשיית הקברים בגבעת זאב ובפרשיות אחרות, גם בכל התקופה שמרן הגרי"ש אלישיב זצ"ל הנהיג את דגל התורה יחד עם מרן הגראי"ל שטיינמן שליט"א לחם פרויליך נגדם ויצא בכתבי פלסתר נגד הנהגתם והיה בקשרים טובים עם נתי גרוסמן כדי לפגוע בהם כשהמייעץ היה נתי גרוסמן שהעיז פניו גם לפגוע במרן הגרי"ש אלישיב זצ"ל כשהגיע ההכרעה של חוק טל.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

איינער וואס ליינט אביסעל די הייליגע שיחה צווישען הונליין מיטן מרן זעהט אביסעל על מה אדני היציאה ל'שטודירען הוטבעו עס האט שטארקע מסמרות פון די ראשי השלטון

טעפל ביטע זיי מסביר וואס דא גייט פאר.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ברענג נאך אפאר גוטע מקורות כדוגמת שאוהלזון..
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

די יושבי חושך וצלמוות די וואס ביי וועם "חדש אסור מן התורה" איז וויכטגער ווי י"ג עיקרים ג' חמורות און עשרת הדברות, די האבן זייער מורא פון די בעלזער רב און וועלן מיט אלע כוחות פרובירן אים צו אפמאלען אלס משכיל, ווייל ער איז א הוכחה אז מען קען אדורכפירן וויכטיגע רעפארמירונגען, אויפטוהן און מחדש זיין, און דאך בלייבן אינגאנצן עהרליך און אנהאלטן די גאנצע חסידישע טראדיציע מיט'ן גאנצן קנאק, און דאס איז שומט די קרקע פון די פאסיווע מנהיגים וואס טוען גארנישט ערנסט צו פאררעכטן פראבלעמען און גלייזן מיט די אויגן און זאגן "חדש אסור מן התורה"
דעריבער מיין איך אז מ'זאל נישט נוצען די ווארט "שטודירן" ווייל די היציגע מוחות אסאציאטירן דאס גלייך מיט מלחמות חרמות און אזוי ווייטער, בסך הכל רעדט זיך דא פון א נאבעלע איינפיהר אז די יונגעלייט וואס לערנען א פאך זאלן קענען בלייבן אין כולל במשך די צייט וואס זיי לערנען דאס,
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

למעשה דוכט זיך מיר אז ביי די סאטמארע פאכלאזע אידן איז דא פיל מער געלט ווי אין בעלז.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אמת ,ווייל דארט האט מען מקדש געווען ערך הכסף (סיי ביי זיך ,סיי מיטן טיילן צדקה ,און סיי מיטן האלטן אנדערע חסידות אין שפאן מיטן סטראשן מען וועט אפהאקן די קראן) און אויך אנערקענט די גבירים מיט זיי געבן פאוער.

בעלזא איז אייביג געווען א באנדע שנארערס און וועט אייביג זיין ,א גביר האט נישט קיין שום ווארט מער ווי א ארימאן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט