א מעשה רציחה, א וואונק פון הימל?
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 9:11 pm
השגחה איז פון די יסודות הדת היהודי, אין די ראשונים איז דא א מחלוקת, ווי שטארק עס גייט, צו אויף יעדע פעולה וואס א פרטיתדיגע מענטש טוט, צו אפשר נאר באופן כללי, (זעה רמבן פרשת חיי שרה, אויף כי ידעתיו), צו אפילו אויף חיות אין בהמות אדער אפשר אפילו אויף יעדע שאקל פון א בלעטל גאר, הכל פנים אין עפעס א מין השגחה איז כולי עלמא מודי, און על פי דרך החסידות איז עס ביזן עקסטרעם פון השגחה פרטית אפילו אויף א דומם.
אין דו תורה ווערט דערמאנט השגחה פרטית אין פרשת משפטים. 'ואשר לא צדה והאלהים אנה לידו' , ד.ה. דער אייבערשטער האט גורם געווען אז איינער זאל הרגענען א צווייטן בטעות. רש"י פרעגט גראד אויפן פלאץ פארוואס? ווי קען זיי אז דער אייבערשטער איז גורם אז איינער זאל זיין א רוצח בטעות, און נאכדעם זאל ער ליידן פארדעם? און נאכמער, וואס האט דער נרצח נעבעך געזינדיגט, אז ס'קומט זיך עם מיתה פון בורא אליין? און ער ענטפערט דערויף מיט א לאנגע מעשה וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען אז ביידע זענען זיך טאקע ווערט געווען דאס געלט.
ווען איינער הארגעט איינעם במזיד, דארט איז קיינמאל נישט בייגעפאלן צו פרעגן אזא קשיא, דעס איז דאך פשוט אז א מענטש האט א בחירה, און דער אייבערשטער וועט נישט שטערן דעם רוצח פון אויספירן זיינע פלענער, אין אזא פאל, האבן מיר א חיוב, קעיר צו נעמען פונם פראבלעם, און זיך נוקם זיין אינעם רוצח, ובערת הרע מקרביך, און נישט ווארטן אויפן אייבערשטען.
וואס דארף מען טון אויב מווייסט נישט ווער דער רוצח איז, אויף דעם איז אויך דא א ספעציעלע פרשה אין די תורה, די פרשה פון עגלה ערופה, דו זקני העיר, דער מעיאר אין די אנדערע שטאטס פירערס ברויכן זיך צאמנעמען מאכן א פרעס קאנפרענס אין הויעך דערקלערן אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, מיר זענען נישט שילדיג מיר פראבירן אז די סעפטי אינעם שטאט זאל זיין אויפן העכסטן שטאפל, מיר באגלייטן אפילו א גאסט ער זאל זיין סעיף ווען ער גייט אוועק. דאס וואס האט פאסירט האט גארנישט מיט אונז, עפעס א פרעמדער רוצח האט זיך דא אריינגעכאפט, און מיר בעטן דעם אייבערשטען, כפר לעמך ישראל, גיס נישט אויס דיין צארן אויפן גאנצן שטאט, ווייל מיר זענען אומשילדיג.
ווארנט אבער די תורה אן, ואתה תבער דם הנקי מקרבך, דו קענסט נישט סתם רעדן, דו מיזט עפענען א טעסק פארס, און פראבירן מיט אלע מיטלן צו כאפן דו פארברעכער, און נאר אזוי וועט אראפגיין דער חרון אף, אויב וועסטו טרייען צו שטופן זאכן אונטערן קארפעט, קענסטו אפהאקן וויפיל קעלבערנע קעפ דו ווילסט, דער חרון אף וועט פון ענק נישט אראפגיין.
ליידער איז אין אונזער שטאט, טאקע דא אין די ירושלים דאמעריקע,פארגעקומען אט אזא שרעקליכע מעשה רציחה. איך בין נישט קיין משוגענער, און באלאנג נישט אין משוגעים הויז, עס פאלט מיר נישט ביי אויף א רגע אז איינער משלנו איז שילדיג אין דעם, איך בין זיכער אז עפעס א שלעכטער גוי האט אים פאר עפעס א אומבאקאנטע סיבה דערהרגעט, צו ווייל ער איז עם געווען שילדיג געלט, צו ווייל ער איז געווען אן אומציפרידענער טעננענט, צו אפשר סתם א סיריעל קיללער, א גלאטער רוצח לשם תאוה, אן א פארוואס און און א פארווען. איך ווארט און האף אזוי ווי יעדער איינער , אז מען זאל טרעפן דעם פארברעכער, און אים באשטראפן מיטן הארבסטן, למען ישמעו ויראו.
איז דאך אלעס זייער פיין און וואויל. למשה אבער זעה איך ווי מער טעג עס גייט אריבער הייבן אן קורסירן קלאנגן אז מיר זענען שילדיג. יד ישראל גאר באמצע ר"ל. איך ווייל מיין סעל איז אפען צו קאווע שטיבל, מיין ווייב ווייל זי קוקט אויס שיין, און די ווייל דו האסט איר אנגעקוקט, יעדער איז שילדיג אינעם מארד. עס הייבן אן ארויסצושפראצן צעטלעך ווי שוואמען נאך א רעגן, רבותי נחפשה דרכינו ונחקורה, אסיפות התעוררות רבתי'ס און דער ברעסליבער בעל מחנך נפלא פון בית שמש, וועם מען האט אימפארטירט אהער וועגן די רבותינו נוחי גלובנציץ, און מסתם איז ער שטעקן געבליבן דא ווייל זיין פליגער קען זיך נישט הייבן צוליב די קעלט, ער האט אויך עפעס ספעציעל אונז איבערגעבן, א פערזענליכע מעסעזש פון גאט ברוך הוא אליין, פאר וואס ער האט דערהרגעט ר מנחם משלם'ן.
אבער רבותי, ווי איז דא דער אייבערשטער פלוצלונג געווארן א מחותן דא אונז צו שיקן מעסעזשעס? עס האנדעלט זיך נישט דא פון עפעס אן עקסידענט, פון א מענטש וואס איז פונקט געווען אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע צייט, דוגמת ר' יחזקא' שמש, עס רעדט זיך דא פון א אויסגערעכענטע מעשי רציחה פון צוויי בעלי בחירה, נו ווי קום איך דא אריין אין די פרשה? וואס עפעס דארף. איך מיך יעצט פארנעמען א גוטע זאך?
ווער עס קען, זאל מיך ביטע מסביר וואס גייט דא פאר.