בלאט 1 פון 1

האט שומרים גטוהן אן עוולה מיט נישט גיין תיכף צו די פאליס ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:00 am
דורך היימישער ליטוואק
אין אלע צייטנגען ווערט יעצט רפארטדעט בקשר מיט די פחד'ליכע רציחה אויף שטארק הי"ד אז די פאליס דפ. וואלט גקענט זיין אסאך מער בייהילפיג טאמער זיי וואלטן פריער גוואוסט פון דעם קידנאפינג.
זיי שרייבן דאס פאלגנדע
Shomrin did not tell the NYPD until nearly 2 a.m., when a member walked into the local precinct to file a report.

“They didn’t do Stark any favors by waiting,’’ said a law enforcement source. “I don’t know if we could have saved his life, but I will tell you that it’s unlikely that minivan would have made it out to Long Island.

The weather was horrible that night. The LIE was closed. It would have been a real challenge for [the kidnappers] to get out there while we’re looking for them.’’

וואס איך וויל וויסן איז ווער אין חברת שומרים מאכן אזוינע לעבן-און-טויט הכרעות?
האבן זיי א וועד הרבנים?
אדער די פאר פריצקלאך מיט דיפידי-דו פיאות, טרינקן א גלעזל קויקא קוילא און קלערן ווען מזאל רופן די פאליס?
פארוואס מאכט מען נישט רעגליוליישונס? אויב סאיז דא, זייט אזוי גוט און ווייזט פארן פובליק.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:05 am
דורך דער (פינטעל) איד
Does anyone believe that if someone calls police that an adult is missing for 2 hours they would even considered this a case???? Come on!

Thanks to the quick work of Shomrim it took less then 2 hours to make this a homicide investigation! The second they saw the video they contacted police!

What a disgrace to blame Shomrim here!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:07 am
דורך היימישער ליטוואק
האבן זיי א מהלך? האבן זיי פארשריפטן אינטרוקשענס? אויב נישט זענען זיי נישט ווערט זייער לעדדערהעד.
פארוואס טאקע נישט גיין צו פאליס די ערשטע?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:45 am
דורך איחוד פעלד
די שאלה איז אויב זיי זענען געגאנגען תיכף ווען זיי האבען געזעהן דער ווידיא פין דער פארכאפונג. זיי זאגען אז יא, דעמאלס האבען זיי געטוהן כהלכה.

וויזוי טאקע זענען זיי אנגעקומען אויף.לאנג איילאנד?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 8:41 am
דורך איינער
איך וויס נישט צו זיי האבן געטון אן עוולה, אבער א פי. אר. דורכפאל איז עס זיכער, נאך די קלעצקי מעשה וואלטן זיי זיך געדארפט אויס לערנען אז מען ריפט די פאליציי גלייך, העכטענס טוט די פאליציי גארנישט ווילאנג די שומרים טרעפט די ווידאו, אבער דאן קען די פאליציי נישט בלעמען שומרים נאר זיך אליין.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:09 pm
דורך שעפטל
און נאכדעם?????

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:17 pm
דורך היימישער ליטוואק
די עוולה, און די שאלה צו עס איז אן עוולה, איז נישט נאר אויף חברת שומרים נאר אויך אויף די משפחה מיטגלידער וועלכע האבן גוואוסט אז ער פעלט און נישט באלד אנגרופן 911
אויך א לימוד פאר די רעסט אוף אס ח"ו בעתיד.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:26 pm
דורך שעפטל
קיין עולה נישט! ווער ס'האט שוין אמאל מיטגעהאלטן א זיכעריי האט שוין געזעהן ווי אזוי די פאליציי ארבייטן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:29 pm
דורך שאולי
די אמת קען מען נישט וויסן :roll:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:37 pm
דורך קרעקער
ספאסירט אפט אז פרויען קאלען אריין שומרים אז זייער מאן איז נישט אהיימגעקימען, און נאך א שטיקעל זיכעריי טרעפט מען דעם מאן ער האט זיך פארשמיסט אין שוהל אדער איז ער אזוי אריינגעטין אינעם טעלער טשולענט ביי גאטליעבס אז ער שפירט נישט זיין טעלעפאן דריזעלט
סאיז נאר 11:30 ווען שומרים האט עם אנגעהויבען צי זיכען, פארגעס נישט סאיז ליל שישי, קען זיין 1000 זאכען וואו ער איז און זיין בעטערי פין טעלעפאן איז געגאנגען שלאפען, מיינט נאכנישט אז מדארף ריפען די פאליס גלייך און איבערקערן די שטאט

נאכדעם וואס שומרים האט געזעהן די סורוועילענס האבען זיי באלד געריפען די פאליס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:41 pm
דורך היימישער ליטוואק
שעפטל האט געשריבן:קיין עולה נישט! ווער ס'האט שוין אמאל מיטגעהאלטן א זיכעריי האט שוין געזעהן ווי אזוי די פאליציי ארבייטן

עוולה איז נישט די הויפט נקודה. די שאלה איז בעתיד, זאל מען גיין תיכף אויך צו די פאליס אדער נישט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:52 pm
דורך שעפטל
ניין! האסט ח"ו א פראבלעם רוף שומרים! וועסט בעסער אנקומען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 1:54 pm
דורך חביבי
אין די עתיד קענסטו(איך מיין נישט די) ריפען גלייך די פאליס אז אן ערוואקסענע פעלט צוויי שעה אין ער הייבט נישט אויף זיין טעלעפאן
אבער זיי גרייט אז די דיספעטשער וועט דיך אויס לאכען מיט א שמייכעל פון איין אויער צים צוייטען
אין די פאליציי וועט אנקימען בערך די זעלבע צייט ווען זיי קומען אן צי א עקסידענט (וואס איז נישט קיין עמערגעסי)
אויב נישט שפעטער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 5:12 pm
דורך היימישער ליטוואק
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:קיין עולה נישט! ווער ס'האט שוין אמאל מיטגעהאלטן א זיכעריי האט שוין געזעהן ווי אזוי די פאליציי ארבייטן

עוולה איז נישט די הויפט נקודה. די שאלה איז בעתיד, זאל מען גיין תיכף אויך צו די פאליס אדער נישט?