עס איז א פארנומענער צייט ביי כלל-ישראל, יעדער איינער איז פארנומען מיט דאס מארד פון הרב ר' מנחם שטארק ז"ל. די נושא איז שוין באטראכט געווארן פון פילע וואונקלען און שוין דיסקאסירט געווארן פון פילע שטאנדפונקטן. איין זאך איז זיכער; די פאליציי פראבירט עפעס צו באהאלטן, עפעס גייט דארט פאר.
צום אלעמען ערשטן, זעט יעדער איינער ווי אזוי זיי פראבירן נאכאלס מיט אלע קרעפטן צו באשמוצן ר' מנחם, ארויסלאזנדיג ליקס צו דער פאסט, אינקלאדעט אזעלכע אינפארמאציע וואס האט געזאלט זיין סילד אז מען זאל עס נישט נוצן... פארוואס אין די וועלט האבן זיי אזא שטארקע אינטערעסע אים צו באשמוצן? - דאן פאלן די חשדות אויף אנדערע אידן, וואס נעמען אוועק ענטענשן צו די גוי'אישע נחשדים און צו די מלווה'ס און טענענט'ס פון ר' מנחם. עס איז שוין דורך כמעט א וואך און קיין שולדיגער איז נאכנישט דא אויפן האריזאנט. אינצווישן קומען ארויס ווידיא'ס וואס וואלטן שוין געדארפט זיין ביי די פאליציי שוין לאנג און הערשט יעצט קומען זיי ארויס, מיט בלורי פענעמער.
ריכטיג; מען קען יעדע זאך פארענטפערן, אבער מאיזה סיבה שטינקט עפעס דא... עס איז פאראן די הרגשה אז די פאליציי איז נישט גענוג איבערגעגעבן אין דעם קעיס און טוט נישט גענוג, און עס קוקט אויס זייער בולט אז זיי ווילן נישט טון און זיי טוען בלויז בעל-כרחם....
ואחרון הכביד, בשעת זיי נעמען זיך רעגן אויף די שומרים אז מען האט נישט גערופן תיכף די פאליציי, זאגנדיג אז מען וואלט געקענט טון פיל מער... עפעס שטינקט דא.
דא קום איך צו די גרויסע שאלה, וואס אינטערעסאנט אז קיינער רעדט נאכנישט דערפון: וואו איז טאמסאן, ער האט דאך אפיציעל אונטערגעזעצט היינס ווייל ער האט נישט געטאן גענונג. אלזא, וואו איז ער? - פארוואס האט ער איינענומען א שטיל שווגעניש?
וועט נאך אמאל ארויסקומען וואס גייט דא פאר מיט די פאליציי?
וואס וויל די פאליציי באהאלטן?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
דא אין שטיבעל האט איינער גוט אראפגעלייגט וויאזוי דער אזויגערופענער 'עסקן' קויפט פיצא פאר אפאר פאליסלייט, עייש ותמצא נחת.
דער ני פאסט רעפארטער טוט גענוי דאס זעלבע. דערנאך רעדט ער צו אט די פאליסלייט, וואס זענען לגמרי נישט פארמישט אינעם קעיס, און לאזן זיי ארויסגרעפטסען אלע רומארס וואס מען שמועסט און די פאליס סטעישאן מקוה. און אט האבן זיי א סאורס source פון "law enforcemen".
זיי האבן זיך ניטאמאל געשעמט צו קוואטען פון אן אנאנימער קאממענטאר אויף די hate site פעילד מעסייע.
דאס איז די לעוועל פון רעפארטינג פון טעבלאידס
דער ני פאסט רעפארטער טוט גענוי דאס זעלבע. דערנאך רעדט ער צו אט די פאליסלייט, וואס זענען לגמרי נישט פארמישט אינעם קעיס, און לאזן זיי ארויסגרעפטסען אלע רומארס וואס מען שמועסט און די פאליס סטעישאן מקוה. און אט האבן זיי א סאורס source פון "law enforcemen".
זיי האבן זיך ניטאמאל געשעמט צו קוואטען פון אן אנאנימער קאממענטאר אויף די hate site פעילד מעסייע.
דאס איז די לעוועל פון רעפארטינג פון טעבלאידס
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 236
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
- האט שוין געלייקט: 80 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל
עס שטינקט נאך אסאך מער אז די מעשה איז פארגעקומען א 100 פיס אוועק פון די פאליס סטעישאן און פונקט יענע נאכט האט די קעמערעס נישט געארבעט, עס זעהט אויס אז איינער פון די פאליציי דעטעקטיווס האט דא א טיפן יד אין דער גאנצע זאך, אנגעהויבן מיט די מעשה אין די סאבוועי ווי דער אנדערקאווער פאליס האט געוואלט ארויף שמירן אויף ר׳ מנחם שטארק הי״ד א מיאוס׳ע מעשה אין דעם צייט וואס איז קיין וויקטים נישט פארהאן, און דערנאך דאס צושמירט אין די פאסט מיאוס און ליגענט, און דערנאך אים באשמירן מיט די ליעקס פון נ.י.פ.ד. וואס מאכט נישט קיין סענס אינמיטן אן אינוועסטיגעישאן זאל ליעקן אינפארמעישאן, איז ממילא עס שטינקט פון אלע זייטן פונעם קאפ פון וויידעל און פון ווי נישט, איך מיין אז אנשטאט נעמען ר׳ שמעון ישראל אלץ סאספעקט זאל מען נעמען דעם אנדערקאווער פאליס וואס האט אים געוואלט אנשמירן, עס מאכט מער סענס אז ער וויל זיך נוקם זיין, אבער וואס קען מען טוהן עס ליגט אין זייערע הענט....
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל