ווען דער "בעקאפ" דרייוו קומט אריין אין בילד
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 5:28 pm
יעדער אקט וואס א מענטש טוט, יעדע איבערלעבעניש וואס א מענטש האט, יעדער דורכגאנג, יעדע ערפארונג, אלעס וואס ער זעט און הערט - אלעס ווערט רעקארדירט אינעם מוח. א קאפי דערפון ווערט אוועקגעלייגט אינעם הינטערן-באוואוסטזיין, וואו עס בלייבט זיצן לעולם וועד. פונעם זכרון קענען זאכן פארגעסן ווערן. און זאכן האלטן אין איין פארגעסן ווערן. ווי מער צייט לויפט דורך פון א געשעעניש, אלץ בלאסער ווערן די זכרונות. רוב זאכן ווערן מיט דער צייט סוף כל סוף אינגאנצן פארגעסן.
אינעם הינטערן-באוואוסטזיין, דעם subconscious, פארבלייבט אלעס אוועקגעלייגט. היות דאס הינטערן-באוואוסטזיין האט א ממשות'דיגע השפעה אויף דעם מענטש'ס באוואוסטזיין, זיינע נטיות, געדאנקען און התנהגות, בלייבט דער רושם פון יעדער אזא איבערלעבעניש איבער און האט א ממשות'דיגע השפעה אויפ'ן מענטש, אפילו לאנג נאך דעם וואס ער האט עס שוין פארגעסן.
זמן איז א שטארקער כוח. אויבנאויף, איז צייט א פאסיווע זאך, וואס "געשעט פון זיך אליין." אבער אן דעם געלויף פון זמן וואלטן מיר קיינמאל גארנישט פארגעסן. און אונזערע מחשבות האבן קלאר א השפעה אויף אונזערע מעשים און אויפפירונג. נמצא, אז צייט, וואס זי זאל נאר נישט זיין, האט אויף אונז א למעשה'דיגן עפעקט.
מקום און זמן פעלן אויס בתנאי תחילה פאר סיי וועלכער געשעעניש זיך אויסצושפילן. אונזער מוח, די פאנטאזיע און זכרון, איז אן אויסנאם. מחשבות פארנעמען נישט קיין פלאץ. פלאץ דארפן זיי, אונזערע מחשבות, טאקע נישט, אבער זמן - יא. א מחשבה שפילט זיך אויס אין זמן. אויב די צייט זאל פארפרוירן ווערן, עבר-הוה-עתיד אויפהערן זיין, וועלן קיין מחשבות אויך נישט קענען געטראכט ווערן.
קיינער ווייסט נישט וואו די מחשבה פונעם מענטש געפינט זיך. וויסנשאפטלער האבן דערוועגן פארשידענע שפעקולאציעס. איין זאך איז אבער גאנץ קלאר, אז דעם מענטש'ס פיזישער מוח איז נישט גענוג גרויס צו קענען דערהייבן אזויפיל שטיקלעך "דאטא" ווי ער האט למעשה, עכ"פ, לויט דער טעכנאלאגיע וואס מיר פארמאגן און לויט די אנגענומענע סייענטיפישע כללים.
מ'קען אפשר טראכטן אז דאס הינטערן-באוואוסטזיין איז טייל, אדער גאר די אייגנטליכע זאך, וואס מיר רופן "נשמה". ווען דעם מענטש'ס גוף ווערט אפגעדינט, בלייבט ער מיט זיך אליין. ער בלייבט בלויז די עסענץ, דאס עצמיות פון זיין וועזן. דער גוף עקזיסטירט אין א מציאות פון מקום און זמן. ווען דער מענטש לאזט איבער דעם גוף, לאזט ער גלייכצייטיג אויך איבער די דאזיגע פיזישע וועלט, מיט אלע אירע כללים און געזעצן.
אלעס וואס ער איבערגעלעבט דורכאויס זיין נסיעה אינעם גוף, אינעם פיזישן מציאות, זענען געבליבן אינעם הינטערן-באוואוסטזיין. יעצט איז שוין נישטא קיין זמן. דערזעט דער מענטש פאר זיך אויפאמאל זיין גאנץ לעבן וכל אשר בה אלס איין גרויסע בילד. ס'איז נישט שטיקלעך און חשבונות. ס'איז אלעס איין גרויסע זאך.
קיין מקום איז דארט אויך נישטא. דער חלל צווישן איין געשעעניש און דער צווייטער עקזיסטירט נישט. במילא געשעט דאס זעלבע מיט די מעשים און אנדערע זאכן וואס שפילן זיך דא אויס אין מקום.
אלעס אינאיינעם דערזעט דער מענטש פאר זיך פלוצלינג זיין גאנץ לעבן אלס איין גרויסן "שטיק", נאר דאסמאל, אן אלע חשבונות און נגיעות. ער זעט אלעס און פארשטייט דאס שייכות צווישן זאכן. ער פארשטייט אויך פונקטליך די סיבות פון זיינע מעשים וואס ער האט יא געטאן און וואס ער האט זיך אפגעהאלטן פון טאן.
דארט זענען נישטא קיין אויגן וואס קענען וויינען. ס'זענען אויך נישטא קיין חשבונות און מעגליכקייט פון באשולדיגן אנדערע. דער מענטש זעט אלעס קלאר. ער זעט אויך דעם אפעקט וואס זיינע מעשים האבן געהאט. דאס קען זיין זיסער פון זיס און אויך פיינליך ביז גאר. רוב רובם מענטשן האבן מסתמא א געמיש פון ביידן.
און דאס, זאגן גוטע אידן, איז א מהלך וויאזוי ממחיש צו זיין גיהנום און גן עדן לויט אונזערע השגות פון דער תקופה אין וועלכער מיר לעבן.