בלאט 1 פון 1
וואס טוט מען מיטן אלטן ?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 8:48 pm
דורך נהורא נפישא
איך זיך אן עצה.
ביי מיר אין שול'כעל דאווענט אן אלטער פולישער יידל העכער די ניינציג וואס ער רופט יעדן איינעם- יינגעלייט, קינדער- שייגעצל, "שייגעצל קאנסט מיר זיי מוחל ברענגן א חומש'ל" "שייגעצל וואס א סדרה האט מען געלערנט ביי אייך די וואך" און דערביי געווענליך געבענדיג א לויזן קניפ אין בעקל מיט זיין פארציטערטן האנט. איך ווייס דאס ער לעבט נישט אזוי ווייט מיט די צייט ווי די שטייגער פאר אזא איינעם וואס איז אין אזא טיפן עלטער, אבער ער געדענקט גאנץ פיין זיין היסטאריע, כאטש ס'איז אביסל שווער אים צו פארשטיין, אז ס'איז מיר פונקט אויסגעקומן צו כאפן מיט אים א שמועס בין איך פשוט מיעד געווארן פון אויסהערן זיינע איבערלעבעניש.
אלזא מיין קינד א זיבן יעריגע וואס איז געלערנט צו רעדן אן איידלן שפראך, ווי געב איך זיך אן עצה אים צו ערקלערן וואס עפעס דער זקן רעדט אזא שפראך, דער זקן איז נישט סתם עפעס אן אורחא פורחי ער קומט דוקא אלס און באגלייטונג פון עטליכע זיסע בחנ'טע אייניקלעך זיינע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:00 pm
דורך מאטי
זיי אים מסביר, אז דער אלטער האט נעבעך געהאט א אינגעל דיין זונס עלטער מיטן נאמען ״ישעי׳ געציל״, און די רשעים האבן אים נעבעך........ זייט דעמאלט רופט ער א יעדן איינעם שיי געציל.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:04 pm
דורך נהורא נפישא
וואס איך האב געטוען ביזדערווייל, מיין יינגעל פרעגט מיר וואס עפעס ריפט ער מיר שייגעצל, זאג איך אים ער ריפט יעדן אזוי, פרעגט ער מ'מעג זאג איך חלילה דאס איז עפעס א פויליש ווארט, שוין ווייסט ער שוין נישט וואס איך רעדט, אבער דיינס איז גאנץ אן אינטערסאנטער צוגאנג.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
ער האט אלדסהיימערס, ער מיינט יעדער איז זיין האום אטענדענט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:15 pm
דורך ברסלבער
איך ווייס נישט אויב מען מעג עס טוהן אויף יענעמ'ס חשבון, אבער אין א געוויסן זין קען מען דאס ניצן אלס מוסר השכל, און אויסלערנען די קינדער אז אויב מען רעדט נישט איידל אלס קינד, וועט מען דאס נישט אויסוואקסן קיינמאל, אפילו אויף דער עלטער, און דאן וועט עס זיין גרויסע בושות.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:59 pm
דורך טיטאניק
איינס ביי איינס גיטע תגובות
וואס וועט אבער זיין ווען מיר וועלען זיין אלט?
היינט ניצט מען דאך ווערטער וואס מען האט קיינמאל נישט געניצט
וויזאוי גייען מיר אויסזען????????
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:03 pm
דורך דער (פינטעל) איד
J
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:14 pm
דורך ממרום שלח אש
ווען די מח ווערט לויזער גליטשט זיך ארויס וואס עס האט זיך געזאמעלט דורכאויס די יארן.
מארק מיי ווארדס! ווען אונזער דור וועט זיין אין די ניינציגער, זאל גאט באהיטן, סוועט זיין א בושה צו גיין אין שול.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:29 am
דורך שמעקעדיג
עס וועט זיין א בושה? אונזערע אייניקלעך וועלן לאכן פון אונזערע ווערטער... השם ישמרנו וואס זיי וועלן רעדן.. משיח זאל פריער קומען.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:58 am
דורך יואב
כשמעקעדיג ועוד. אונז וועלן בלויז זאגן דעם פיי הידועה ווען ס'קומט אריין אינעם קאנטעקסט, זיי וועלן דאס זאגן סתם אזוי צווישן יעדן צווייטע ווארט, כידוע ביי די וואלגארישע צוציקלעך. בקיצור, אז אונז זאלן ברויך זיך שעמען פון אונזער איינקלעך, דאס איז שוין א ווייטע מעגליכקייט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:43 am
דורך משולם שטיינפעלד
ממרום שלח אש האט געשריבן:ווען די מח ווערט לויזער גליטשט זיך ארויס וואס עס האט זיך געזאמעלט דורכאויס די יארן.
מארק מיי ווארדס! ווען אונזער דור וועט זיין אין די ניינציגער, זאל גאט באהיטן, סוועט זיין א בושה צו גיין אין שול.
דו ברענגסט מיר ארויף אן עפיזאד אין זכרון.
עס איז מיר אמאל אויסגעקומען צו מבקר חולה זיין א רב אין שפיטאל, א חשובער רב וואס איז שוין בעולם העליון, ווען איך בין אריינגעקומען אין צימער איז קיינער פון די משפחה נישט דארט געווען. [דער רב האט מיר לכאורה נישט באמערקט], עס איז געווען א נוירס וואס האט געהאלטן אינמיטן עפעס טוהן, און דער רב איז ל"ע געווען גאר שטארק מדוכא ביסורים, און ער האט אנגעהויבן מאכן קולות אויף די נוירס אין ענגליש, בתוך הקללות האט ער איר אנגערופן ב***ש, איינמאל און נאכאמאל. איך בין געווען געפערליך שאקירט אז דער רב ווייסט בכלל פון אזא ווארט.
איך האב מיר תיכף ארויסגעשלייכט פון צימער, אז דער רב זאל נישט זעהן אז איך האב אים געהערט נוצן די דאזיגע ווערטער, איך האב נאר געדארפט בארואיגן די נוירס, אז עס איז גארנישט, ער מיינט נישט איר, ער איז פשוט גאר שטארק מדוכא ביסורים.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:39 am
דורך טעפל
זאל די אייבישטער אונז אפהיטען פון די מצבים.
כ'האב אמאהל געהערט פון אן אלטען איד אז אינדערהיים פלעגט מען שרייען אויף א קינד די קליינע ממזר'ל, האט ער געזאגט ווייל אז מ'וועט שרייען גנב'ל וועט ער גיין ווערען א גנב, אבער קיין ממזר קען ער שוין נישט ווערען..
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:26 pm
דורך איחוד פעלד
עס איז א געוועהן א פוילישער וועג פין רעדען, ווי מען האט זיך גערופען נעמען, פערד שוטה בהמה, און מען האט צוריק געזאגט, נעה, רוף מיך נאכנישט בהמה, כ'בין נאך ווייט פין דעם.
דער ענין איז געוועהן נאר צווישען זיך איינער דעם אנדערען וואס מען האט געקענט, און איז געוועהן געמאכט חוזק צו מאכען פין די פאלשקייט פין אנדערע מענטשען וואס רופען יעדעם רבי אפילו ער האלט נישט ביי דעם, און דער אנריפער האלט אויך נישט אז יענער איז א רבי, און זאגט עס נאר פאר חנופה.
בעצם קענסטו דאס אויך ארויסברענגען פאר דיין זוהן, און מסביר זיין ווי ווייט אמאליגע אידען זענען געוועהן פין שקר, און האבן געוואלט כסדר דערמאנען קינדער אז טאמער וועסטו נישט אכטונג געבען וועסטו אויך זיין א שגץ'ל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:02 pm
דורך days
עס דערמאנט מיך ווי אלס קינד פלעגט מיך מיין טאטע אייביג צו טראגן איך זאל באגריסן זיין מלמד פון חדר א עלטערע איד געווען.. און ער פלעגט מיר געבן א פאטש און זאגן זאסט פלייסיג לערנען און זיין אן ערליכער איד.. ביז איך האב ענדליך געפועלט ביי מיין טאטן אז איך בין נישט שילדיג אז זיינע מלמדים זענען קריגס געליטענע און טיילן פראסקעס אנשטאטס א גלעט.... און איך האלט נישט ביים גריסן זיינע רבי'ס..
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:08 pm
דורך days
יואב האט געשריבן:כשמעקעדיג ועוד. אונז וועלן בלויז זאגן דעם פיי הידועה ווען ס'קומט אריין אינעם קאנטעקסט,
אגב כאפט א פחד ווי שטארק נפרץ דאס ווארט איז לעצטענס ביי אינז
איך בין געווען מיט מיין ווייב אין קינדער אויפן גאס און א אינגערמאן האט געמאכט א יו-טורן און אויפגעהאלטען די טרעפיק פאר איין מיניט, א צווייער חסידושע אינגערמאן געט א עפען אויף זיין פענסטער און שרייט הויעך אויפן גאס פ.. איך האב נישט געוויסט ווי זיך צו באגראבן פאר בישה שטייענדיג מיט מיינע קינדער
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 7:05 am
דורך Atgan
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:ממרום שלח אש האט געשריבן:ווען די מח ווערט לויזער גליטשט זיך ארויס וואס עס האט זיך געזאמעלט דורכאויס די יארן.
מארק מיי ווארדס! ווען אונזער דור וועט זיין אין די ניינציגער, זאל גאט באהיטן, סוועט זיין א בושה צו גיין אין שול.
דו ברענגסט מיר ארויף אן עפיזאד אין זכרון.
עס איז מיר אמאל אויסגעקומען צו מבקר חולה זיין א רב אין שפיטאל, א חשובער רב וואס איז שוין בעולם העליון, ווען איך בין אריינגעקומען אין צימער איז קיינער פון די משפחה נישט דארט געווען. [דער רב האט מיר לכאורה נישט באמערקט], עס איז געווען א נוירס וואס האט געהאלטן אינמיטן עפעס טוהן, און דער רב איז ל"ע געווען גאר שטארק מדוכא ביסורים, און ער האט אנגעהויבן מאכן קולות אויף די נוירס אין ענגליש, בתוך הקללות האט ער איר אנגערופן ב***ש, איינמאל און נאכאמאל. איך בין געווען געפערליך שאקירט אז דער רב ווייסט בכלל פון אזא ווארט.
איך האב מיר תיכף ארויסגעשלייכט פון צימער, אז דער רב זאל נישט זעהן אז איך האב אים געהערט נוצן די דאזיגע ווערטער, איך האב נאר געדארפט בארואיגן די נוירס, אז עס איז גארנישט, ער מיינט נישט איר, ער איז פשוט גאר שטארק מדוכא ביסורים.
זיי נישט בייז, רוב רבי'ס ווייסן וואס דאס מיינט.
זיי קענען איר פון די נאנט, געווענליך איז דאס די רביצין\מאמע\שוויגער. אבער סאיז אלס צום געפינען אזא פיגור אין די פאמיליע.