בלאט 1 פון 2

קאמענטארן אויף שריפט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:38 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אין ליכט פון היימישער ליטוואקס נייע משוגעת צו שרייבן זיינע תגובות מיט א העל בלויע קאליר האב איך געפענט אן אשכול פון דער עולם זאל קענען קאמענטירן און דעבאטירן אלעס אויף שריפט און ארום.

בנוגע היימישערס העל בלוי קאליר געשרייבאכטס זענען דא וואס דרשנ'ן לשבח און עס זענען דא וואס דרשנ'ן לגנאי. ס'דא וואס זאגן אז דאס האט צוטוהן מיט דעם וואס ער האט נישט דאס נאטירליכע חסידישע פארכט פון אן עבירה ולכן ברויך ער זיך כסדר דערמאנען פונעם קאליר בלוי, וואס דאס איז דער קאליר פון תכלת, וואס דאס איז דער קאליר פונעם הימעל, וואס דאס איז דער קאליר פונעם כסא הכבוד וכו'... עשרת (כהאב שוין קיין כח מער כדארף כאפן דעם אטעם).

ס'זענען דא וואס דרשנן לגנאי אז דאס קומט פון א פסיכלאגישן דראנג פאר אטאנציע ארויסצושטארצן ווי א בלויער צווישען א באנדע שווארצע שרייבער. אנדערע טוען דאס מיט אונטערעסאנטע אוואטארן, אונטערשריפטן, און יעצט איז געקומען ליטוואק און מחדש געווען אז מען ברויך נישט קריכן צו חיבוק ונישוק אוואטארן אדער משוגעים הויזן אונטערשריפטן צו כאפן דעם אטענשען פונעם עולם נאר מען איז ביכולת מיטן עצם חלות פונעם קאליר פונעם שריפט ארויסנעמען יענעמס אויגן.

ס'דא וואס זאגן לא לגנאי ולא לשבח אלא להצליף, אז עס האט מיט דעם געזעץ פון אנערשיאע ער האט איינמאל געטוישט זיין קאליר לכבוד זיין חתימה און ער האט נישט געזען פאר וויכטיג צוריקצוטוישן.

בכל אופן איז דא אסאך צו רעדן און שרייבן וועגן סטייל פונעם עולם'ס שריייבעריי. למשל, חזקיהו המלך און פראפעססער שפירא וואס נוצ(ט)ן נאר קאממעס און לייג(ט)ן קיינמאל נישט קיין פינטלעך. אדער וועגן איחוד פעלד וואס לאזט איבער דריי שורות ספעיס פון איין שורה צום צווייטן. (וועגן בערל בעל עגלה'ס פענימער און סמייליס וויל איך אפילו נישט רעדן דאס ווערט שוין קעירגענומען מיט מסירות נפש דורך שמעקעדיג און נאך אפאר ניקס).

עניוועי חברה העוו פאן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:49 pm
דורך יאיר
לאמיר אביסל ארומרעדן פון דעם מנהג צו לייגן א פינטל נאך דעם ווארט "שריפט", כזה "שריפט." צדיקים דערציילן אז ווען פרענקלין האט געוואלט פארן פון ניו אמסטערדאם קיין פילאדעלפיע האט ער נישט פארמאגט קיין שריפטן, און ער איז אריין צו הייליגן ניו אמסטערדאמער, וועלכער האט אויפ'ן פלאץ גענומען א ווייסע שיכט פאפיר און געמאכט דערויף א פינטל. פרענקלין האט עס געגעבן פאר די וועכטער און זיי זענען אלע אראפגעפאלן טויט, כן יאבדו כל אויביך ה'. זייט דעמאלט פירט ער זיך צו לייגן א פינטל נעבן די שריפט צו דערמאנען די גרויסע ניסים וואס האבן פאסירט ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון ניו אמסטערדאם.
אנדערע זאגן אז דאס איז די (פינטעלע) איד פון וואס פרענקלין האט געזוכט פטור צו ווערן, (כידוע אז ער האט געשטאמט פון משפחת בית ברק בזמן הבית וואס האבן איבערגעגעבן דעם סוד פון די בליץ כאפער בירושה).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:50 pm
דורך אפטעמיסט
א וויכטיגע אשכול.
כ'האב עטליכע זאכן וואס כ'פארשטיי נישט, דא זענען אפאר:
1) וואס איז פשט פון "שפתים קישאק", כ'זעה דעם שפרעך ווארט היפש אסאך.
2) אסאך מאל זעה איך ניקס ציטירן שטיקלעך אנע מוסף זיין קיין כלשהו. למה?
3) נאכן ענדיגן שרייבן זיין הודעה, לאזט [tag]הוגה[/tag] איבער אפאר ליידיגע שורות, ווארפט א פינטעל, און יאגט פון שטח. וואס איז פשט?
4)צום סוף פון געוויסע הודעות זעהט מען אפט אפאר ליינס (כזה: ----) און דערנאך: "פלוני אלמוני האקט", וואס איז די סוד אונטער דעם?

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:07 am
דורך רויטע וואנצעס
שפתים קישאק TM איז אן אויסדריק coined ביי חברינו [tag]שפתים ישק[/tag]. ס'מיינט אז איינער זאגט אזוי גוט אז מ'קען אים קושן ווי אין הילל'ס אלטע אוואטאר. נעקסטע מאל [tag]אפטעמיסט[/tag] דו שרייבסט עס, מאך זעכער צוצולייגן TM. שפתים האט שוין געשלעפט אפאר ניקים אין ערכאות איבער דעם.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:14 am
דורך מאראנצןזאפט
אדער מיינט עס קענסטוך גיין קישן ודפח''ח וש''י.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:20 am
דורך שמעקעדיג
אפטעמיסט לעבן, האסט געפרעגט 4 קשיות, זיי מוחל און הער אויס דעם תירוץ

וועגן "האקן" האט מען שוין דעבאטירט דא
viewtopic.php?f=7&t=4330

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 12:51 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אפטעמיסט האט געשריבן:2) אסאך מאל זעה איך ניקס ציטירן שטיקלעך אנע מוסף זיין קיין כלשהו. למה?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 1:03 am
דורך שמעקעדיג
לאשמועינן שמסכים לדבריו.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 1:15 am
דורך היימישער ליטוואק
איך האב במקרה באמערקט דעם אשכול. בנימין האט מיך נישט ג'טעג'ט, פאר די זעלבע סיבה פ"וו ער לייקט מיר זעלטן.
איך שרייב בדרך כלל נישט אין די בלוי קאליר. בעיקר האב איך דאס גטוהן זייט די שטארק טראגעדי. איך בין גווארן שטארק צוטראגן, און שרייען העלפט.
איך זע אז עס ציהט אטענשון ווי א רויט קלייד, גיי איך עכ"פ איצט ממשיך זיין. אפשר וועלן א פאר פריינט מיך באמערקן און שענקן איטליכע "לייקס".
קוקט אויף מיין פראפיל, איך מיין אז דער פרופארשין צווישן גיבן לייקס און באקומן - איז זייער הויך ביי מיר. דהיינו, איך פארגין א סאך מער ווי איר פארגינט מיר.
איינע פון די סיבות פ"וו איך קלער צו פארלאזן דעם שטיבל. איך בין נישט אנערקענט.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 1:22 am
דורך petergrifin
איך האב מיך אײנגשריבען נאר כדי דיך צו געבן א לײק.
יו פיל דאה לאװ?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 1:32 am
דורך zurich
היימישער ליטוואק פארוואס פילסטו אזוי? גיי נישט אוועק!
ס'קען זיין אז מ'גלייכט נישט דיין ניק קען זיין אז דו וועסט טוישן דיין ניק וועט מען דיך מער עקסעפטען.

בד"וו וואס איז טאקע פשט אין דיין ניק?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 1:34 am
דורך היימישער ליטוואק
zurich האט געשריבן:היימישער ליטוואק פארוואס פילסטו אזוי? גיי נישט אוועק!
ס'קען זיין אז מ'גלייכט נישט דיין ניק קען זיין אז דו וועסט טוישן דיין ניק וועט מען דיך מער עקסעפטען.

בד"וו וואס איז טאקע פשט אין דיין ניק?

איז דא א מעגליכקייט צו טוישן א ניק? אדער דארף מען פשוט מגולגל ווערן אין א צווייטע ניק?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 1:35 am
דורך zurich
מגולגל ווערן איז דיין איינצוגסטע אפציע :lol:

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 1:38 am
דורך zurich
zurich האט געשריבן:ן.

בד"וו וואס איז טאקע פשט אין דיין ניק?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:17 am
דורך היימישער ליטוואק
וועלכע חלק פארשטייסטו נישט?
אזוי ווי דו ביסט זרח, אדער שטאמסטו פון צוריך - אזוי זעלבסט בין איך היימיש און שטאם פון די ליטא.
וועלכע פארט איז שווער צו פארשטיין?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:39 am
דורך zurich
ליטוואקס האבן נישט געווענליך אזא היימישע יודישע שפראך

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:48 am
דורך היימישער ליטוואק
zurich האט געשריבן:ליטוואקס האבן נישט געווענליך אזא היימישע יודישע שפראך

דו האסט נישט מדייק גווען נישט אין מיין ניק און נישט אין וואס איך האב דיר גענטפערט.
והשנית, זרח'ס האבן אויך נישט אזא שפראך...
און , בד"וו, וויפיל ליטוואקס קענסטו?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 3:37 am
דורך משה געציל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך האב במקרה באמערקט דעם אשכול. בנימין האט מיך נישט ג'טעג'ט, פאר די זעלבע סיבה פ"וו ער לייקט מיר זעלטן.
איך שרייב בדרך כלל נישט אין די בלוי קאליר. בעיקר האב איך דאס גטוהן זייט די שטארק טראגעדי. איך בין גווארן שטארק צוטראגן, און שרייען העלפט.
איך זע אז עס ציהט אטענשון ווי א רויט קלייד, גיי איך עכ"פ איצט ממשיך זיין. אפשר וועלן א פאר פריינט מיך באמערקן און שענקן איטליכע "לייקס".
קוקט אויף מיין פראפיל, איך מיין אז דער פרופארשין צווישן גיבן לייקס און באקומן - איז זייער הויך ביי מיר. דהיינו, איך פארגין א סאך מער ווי איר פארגינט מיר.
איינע פון די סיבות פ"וו איך קלער צו פארלאזן דעם שטיבל. איך בין נישט אנערקענט.

אוי, כ'גלייב נישט!
געמיינט אז נאר חסידים ליידן פון נידרידע זעלבסט אפשאצונג... זעט אויס עפעס היימישקייט פארמאגט איר טאקע...
הער אויף מיט די בי"ת שי"ן, דו שרייבסט גאר גוט!

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 3:42 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
משה געציל אמור מעט ולייק הרבה. מ'ברויך טוען למעשה לייקן דעם ליטוואק עד שיצא מאפו.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 3:44 am
דורך איש עברי
היימישער ליטוואק! אויב דו פלאנסט צו פארלאזן די שטיבל וועלן מיר נעמען די אלטע חסידישע טאקטיק
מיר וועלן זיך אונטערווארפן די רעדער פון די פערד און וועלן דיך נישט לאזן אוועק!

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 3:47 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
פאר פילע וואס פרעגן אין אישי פשט אינעם פינטעל אינעם קעפל העל איך זאגן אזוי: דאס האב איך מיר געמאכט א צייכן אז ווען מען וועט אנפאנגן צו רעדן פון דעם פינטעל העל איך וויסן אז אלעס אויסער דעם בין איך אלרייט, וברוך שהחיינו וקיימנו לזמן הזה.. הקב"ה אנחנו אוהבים אותך...ולמי עוד יש קוקו? שיבא.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 3:59 am
דורך משה געציל
לייג דעם קעפל צום סוף וועסטו וויסן אז אלעס ביז דארט איז מסודר... דער עולם שטעלט זיך אויף דעם ווייל דעס איז פשוט דער ערשטער און בולט'דיגער פון א רייע קריאזן...

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:08 am
דורך הוגה
אפטעמיסט האט געשריבן:3) נאכן ענדיגן שרייבן זיין הודעה, לאזט הוגה איבער אפאר ליידיגע שורות, ווארפט א פינטעל, און יאגט פון שטח. וואס איז פשט?


נישטא קיין כוונות וייחודים. ווען איך שרייב אביסל א לענגערע תגובה טו איך עס ליתן ריוח למען ירוץ בו הקורא און עס זאל נישט אויסזעהן ווי די תגובה פארט אריין אין די חתימה.