בלאט 1 פון 1
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:24 am
דורך שמעקעדיג
שיין!
וועלקאם בעק יאנקל.
We missed you
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:24 am
דורך משה געציל
פאטעזירן פאעזיע
שמעקט פאנטאזיע
נישט אומזינסט
א חידוש'דיגער קונסט
א תשובה קלארן
נישט פארהאן
יעדער טוט פארן
לויט זיין שפאן
דאס קעפל גערעכט
(פאעזיע) עכט
איין האלב וואר
נאר נישט קלאר
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:28 am
דורך אפטעמיסט
א מאדנע ערשיינונג,
די לעצטע פאר שעה'ן,
די עולם גראמט אויף כוחות,
וואס איז דער שיגעון?
וואס איז דא געשעהן,
האלטס ענק אין די ראמען,
וואס עפעס פונקט,
טוט יעדער היינט גראמען?
פון יאנקל'ס פאעזיע,
א תשובה כ'שעפ,
גראמען קען יעדער,
ווייל מ'קען שרייבן קרעפ.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:30 am
דורך רויטע וואנצעס
מיין לייק באטען ווערט שוין צובראכן!!!!!!!!!!!!
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:33 am
דורך שמעקעדיג
מיין הארץ וואקסט פון פרייד.
ממש א מחיה. קאווע שטיבל בתפארתו.
דער שמייכל טוט זיך נישט אפ פונעם געזיכט מבואו ועד צאתו.
פאזיטיוו, געשמאק, רואיג, הומאר, געפיליש... איז עס דען נישט בעסער אזוי?
לעומת די קריגעריי און נעגאטיווע טענות אויף דער גאנצער וועלט....
Way to go, חברה. אזוי, און נאר אזוי!
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:37 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]שמעקעדיג[/tag], איך האב מיך איינגעהאלטן ביז יעצט... אבער נא... יעלה הייב אן..
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:38 am
דורך מאראנצןזאפט
נאך קיינמאל נישט אזויפיל צאמגעלאכט ווי היינט נעכטן.
נאך קיינמאל נישט געטיילט אזויפיל לייקס ווי היינט נעכטן.
גענוג געסיסטעמט. פון היינט און ווייטער פרייליך זאל זיין.
פון מיין מויל צו גאטס אויערן.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:40 am
דורך רויטע וואנצעס
מאראנצן דיין קרעדיט, יו סטארטעד די טרענד!
לכבודך מאך איך היינט נאכט קידוש אויף מאראנצןזאפט!
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:41 am
דורך מאטי
קאווע שטיבל אויף סטיראודס...
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:43 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]פישל'ע העררינג[/tag] געבט ארויס צוויי בענדער פאר די ערשטע חצי שבט, מעות קדימה איז וועלקאם.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:47 am
דורך שמעקעדיג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
פון מיין מויל צו די ניקס אויערן.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:50 am
דורך רויטע וואנצעס
איך מיין ס'איז פשוט אונז וויל מיר אנטלויפן פון אזא שרעקליכע וואך, פיל מיט צער, שמוץ אויף אידן, די עולם דארף א פאזעטיווע ברעיק פון אזא צוקלאפטע וואך.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:55 am
דורך רויטע וואנצעס
ווער איז גרייט פאר 35 בלעטער פאזעטיוו!!!!!!!!