בלאט 1 פון 1

אשריך ר' אברהם רובין

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:52 pm
דורך שעפטל
אברהם אברהם. ויאמר הננו. אזוי האט אברמי אלץ געענפערט ווען מ'האט אים גערופן פאר א טובה! א איד וואס האט הנאה געהאט ווען ער האט געטאן א טובה פאר א צווייטן איד. א איד וואס האט אייביג געהאט א אפענע טיר פאר סיי וועם אין איעדע צייט.

דער איד האט היינט באקומען 4 חדשים תפיסה פארן זעלבן סיבה. ווייל ער האט פרובירט צו העלפן א צווייטן איד, וואס ער האט מיט אים גארנישט געהאט בעפאר. (אפגעזעהן צו ער האט געטוהן א גוטע זאך צו נישט). ער האט דאס געטוהן כולו לשם שמים, אן קיין שום אנדערע פארמישטע אייגענע אגענדעס.

אבער ר' אברהם האלט פאר די אויגן. א פעקל טראגט זיך גרינגער ווען מערערע שלעפען עס. ביסט נישט אליין. מיר אלע טראגן דעם זעלבן פעקל מיט דיר. עס איז אונזער צער אונזער ווייטאג. אבער די שכר איז דיינס. אשריך שנתפסת על דברי תורה. האסט געטאן וואס די תורה פארלאנגט פון אונז בני אברהם יצחק יעקב. האלט זיך שטארק. ברעך נישט אונטער. מיר זענען ווייטער מתפלל פאר דיר. דער אייבערשטער פארלאזט נישט אין קיין שום מצב. מיר זענען מאמינים בני מאמינים. עס איז געפאלן אויף דיין גורל מקדש זיין ה' שמים אן קיין פניות.

אשריך! העם אתך.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:56 pm
דורך הוגה
בין איך די איינציגסטע וואס ווייסט נישט וואס די מעשה איז? וואס האט מען אים חושד געווען אז ער האט געטון? האט ער עס טאקע געטון אדער נישט? ביטע א הסבר אדער לינק. יישר כח.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:54 pm
דורך אליצפן
פאר א גוט יאר קען איינער פליז שרייבן וואס דער מעשה מיט דעם אברהם רובין איז? וואס איז דער ענין דא פון שרייבן אלעס ברמיזה?

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:57 pm
דורך שמעקעדיג
אליבא דאמת האט געשריבן:http://www.nydailynews.com/new-york/brooklyn/man-bribe-sex-assault-victim-jail-sentence-article-1.1575450

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 4:21 pm
דורך העלא
די מעשה איז אז בארי דייטש פלעגט אסאך עסען ביי ר' אברהם רובין שבת,
איין שבת ביי די סעודה האט ר' אברהם געפרעגט בארי צו פאר א געוויסע גרויסע סכום געלט צו ער איז גרייט צו דראפן די קעיס קעגן ר' נחמי' וועבערמאן,
דער בארי האט געהאט א רעקארדער אין טאש בשעת מעשה ווי די שמועס איז געווארן אפגעכאפט און ער האט געקלאגט זיין בעל אכסניא פאר וועלן געבן שוחד,
יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר

און ר' נחמי' מיט ר' אברהם און גאנץ כלל ישראל זאלן וווי שנעלער באפרייט ווערן מיד העוכרים

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 4:34 pm
דורך דענקער
[tag]הוגה[/tag] און [tag]אליצפן[/tag], וועם אינטערעסירט אזעלכע שטותים צו ער איז יא אדער נישט באגאנגען א פארברעכן? אויב ר'אברומי רובין איז א חסיד און ער עסט זכר בונדלעך פרייטאג צונאכטס, איז ער העכער פון יוסטיץ!