שידוכים און שדכנים.
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
שידוכים און שדכנים.
[justify]אין ליכט פונעם לעצטיגן שידוכים קריזיס, נאט אייך אן ארטיקל וואס וועט אייך (מן הסתם) קאסטן א שמייכל. האט אינזין בשעת מעשה אז דער שמייכל זאל עולה זיין לרצון און זאל זייך א זכות פאר די אלע עלטערע בחורים און מיידלעך וואס האבן נאך נישט געטראפן זייער באשערטע.
וואס טוען אינגע פארלעך וואס האבן שוין געענדיגט עפענען אלע מתנות פון די חתונה?
מען פאנגט אן אנטראגן שידוכים. ווי שטייט דארט, מה הוא מזווג זיווגים אף אתה מזווג זיווגים.
זיצט די פארל איבער א פיינעם פרישטאג, און אזוי צווישן דעם שפיגל איי און דעם וועטשטעבל סאלאט גייט דער פרישער אינגערמאן איבער די גאנצע ליסטע פון בחורים וואס ער האט איבערגעלאזט אין ישיבה, און פון די ישיבה פארדעם, און פון די ישיבה וואס מען האט אים ארויסגעווארפן צוויי יאר צוריק. און זי דאס ווייבל רעכנט אויס אלע מיידלעך וואס זי האט זיך באקאנט געמאכט אין אלע סקולס, קעמפס, ארבעטס פלעצער, און סתם אזוי פון פלוישעריי אויף די וויליאמסבורגער טראלי.
זיצט מען אזוי און מען איז משדך שידוכים:
ווויינבערגער פאר וויינשטאק, דאווידאוויטש פאר ראבינאוויטש, שווארץ פאר ווייס, ווערטהיימער פאר שוווארצנעגער, כיד הדמיון הטוב עליהם. און אינאיינוועגס רעדט מען און מען בארעדט יעדעם און יעדער, אבער נישט חלילה קיין לשון הרע ווייל אלעס איז נאר לתועלת.
ס'איז נישט קיין סוד אז עס דרייען זיך היינט אויף די גאסן עלטערע בחורים און מיידלעך כאילו נישט זיי מיינט מען. זיי דרייען זיך מיט א גרויסע שמייכעל אויפן פנים און מיט אויסגעשלאפענע אויגן אוון מאכן זיך נישט צו טוען וואספארא שרעקליכע ליידן זיי טוען אונז אן.
איך קען נישט רעדן פאר יעדעם איך קען נאר רעדן פאר מיר אליינס וואס איך מאך אלץ מיט וועגן די בחורים און מיידלעך. איך האב שוין קעניינע הארע צוויי קינדער מיט נאך אפאר קליינטשיגע אין דער זייט, און מיין חבר דוד איז אפילו נאך נישט קיין חתן, עטץ הערט, ניטאמאל א ווארט!
צוויי אויפדערנאכט, אינמיטן מיין זיסער שלאף, פאנגט זיך אן די טעגליכע געשרייען און וויינערייען. קודם איז עס דער איין יעריגס, און נישט לאנג דערנאך איז זיך מצטרף צום קאור מיין צוויי יעריגס. איין קינד נעמט מיין ווייב און דאס צוווייטע מוז איך בלית ברירה נעמען. איך פרוביר מיט גוטן און מיט בייזן, קודם בין איך מסביר פארן קינד אז איך ברויך מארגן זיין ביי די ארבעט ניין אינדערפרי, אבער דאס געוויין זיינע ווערט נאך שטערקער, זעט אויס אז ער וויינט יעצט אויך אויף מיינע צרות. איך לייג אים אין וועגעלע און עס העלפט א מכה. איך לייג אים צוריק אין בעטל קודם אויף בויך נאכדעם אויפן רוקן, אויף פיס, און אויפן קאפ און זערא רעזולטאטן, עס העלפט ווי שיר השירים ניין און דרייסיג טעג. און ביז דערווייל ריקט זיך דער זייגער פאראויס, עס איז שוין באלד פיר פארטאגס.
און אזוי בשעת מעשה דערמאן איך זיך פון מיין חבר שמואל. דער שמואלי וואס מיר האבן געווארפן מאראנצן אויפן טיטשער צוזאמען, וואס טוט ער איצט? ער ליגט מן הסתם אונטער א דיקע פוכענע דאכענע און אויף צוויי קישענעס ווי פרעה מלך מצרים און ער ווייסט נישט פון קיין צרות. מן הסתם האט ער נאך א נויז מעקער צו דערזייט אין פאל חלילה א שכן'ס קינד דערוועקט זיך און פאנגט אן וויינען. מארגן וועט ער אויפשטיין פריש און מונטער און נאך א הייסע קאפעטישנא וועט ער זיך שטעלן דאווענען זייגער צען. א חוצפה און העזה! נעמט אין אכט דאס איז נאך נאכדעם וואס איך פלעג באקומען הונדערט אויף מיינע בחינות און ער פלעגט קוים באקומען אן אכציג, און אויך נאכדעם וואס ער האט געטשידט האלב פון די שאלות פון מיין בחינה, און גיטס א קוק היינט, ווי בין איך און ווי איז ער?
מארגן אינדערפרי די ערשטע זאך ברויך איך אים אנטראגן א שידוך. דער מוז א חתן ווערן איינמאל פאר אלעמאל, זאל ער ברענגען אביסל נחת פאר זיינע עלטערן, גענוג איז גענוג, דער שמואל וועט אויפהערן מאכן א לעבן אויף מיין חשבון.
אינדערפרי פארגעס איך אנצוטראגן א שידוך פאר דעם שמואלי, אבער נאכמיטאג ווען די ווייב קאלט מיך איז זאל שוין אהיימקומען ווייל מיין קליינער האט פיבער און איך זאל איר טראגן צום דאקטער, דערמאן איך זיך פריש פון שמואלי. וואס טוט ער איצט? מן הסתם זיצט ער ערגעץ און קאלעצט אוועק, פאררויכערט א צוגאר און קראצט זיך זיין פיס. דאס איז ממש נישט קיין יושר. איך וועל איבערדרייען וועלטן ווילאנג דער בחור וועט טרעפן דאס באשערטע און אויפשטעלן א נארמאלע שטוב.
ס'קען נישט אזוי אנגיין אלעס האט א שיעור.
איין טאג באקום איך א טעלעפאן פון שמואלי, ער יאגט זיך זייער אבער ער דארף זייער נייטיג עפעס וויסן. וואס איז? פרעג איך. "דו געדענקסט שאולי פון טשעבינער ישיבה? און ברויך וויסן אינפארמאציע אויף זיין משפחה, איך האב א שידוך פאר אים". ב"ה, איך אטעם אפ, קוקט אויס אז דער שמואלי איז שוין א חתן, ער האט שוין חתונה געהאט בשטו"מ און ער מאכט נעבעך שוין מיט, ער האלט שוין ביי דעם שטאפל פון אריינדרייען אנדערע אינעם זאק. ער האלט עס נעבעך נישט אויס אז שאולי אטעמעט נאך.
איך גיב אים זייער גערן אלע פרטים וואס ער וויל. מען דארף באמת אינזין האבן דעם שאולי, ער ווארט דאך נעבעך שוין אזוי לאנג, זיינע עלטערן פייגערען צו זען אביסל נחת. קומט זיך עס זיי נישט?
יענקי איז דער וואס האט חתונה געהאט די לעצטע פון אונזער כיתה, ער איז געווען אזוי אלט אז קיינער פון די גאצע כיתה איז נישט געקומען צו די חתונה. דער עולם איז געווען אזוי בייז אויף אים אז ס'געווען א פחד. מאנכע האבן אים אפילו נישט געגריסט אויפן גאס. כ'מיין. ס'איז דא גבול וויפיל מען קען זיך רייצן מיט א גאנצע כיתה! ביז... ביז ער האט געבוירן א דרילינג א יאר נאך די חתונה און א יאר נאכדעם האט ער געבוירן א צווילינג, דעמאלטס האט אים יעדער מוחל געווען מיטן גאנצן הארץ.
יעדער אלטער בחור אדער מיידל ווייסט אז עס איז דא תקופות וואס איז שא שטיל, מען הערט נישט קיין פיפס, מען טראגט נישט אן קיין שידוכים. און פלוצלינג פון איין מינוט אויפן צווייטן טראגט מען אן א מבול פון שידוכים. איך וועל ענק מגלה זיין מיט וואס דאס האט צוטוען:
א שפע פון אנגעטראגאכטץ קומט בדרך כלל אנפאנג ווינטער ווען עס ברעכט אויס א מגפה פון פלו און אנדערע קרענק, יעדער איז באטראפעצט, די מאמע איז איינגעשפארט מיט די קינדער און די טאטע ווערט א גאנצע משרת, די ביינער טוען וויי און די קינדער מאכן משוגע די עלטערן בייטאג און ביינאכט. פרעג איך ענק אין אזא צייט ווי אזוי קען מען זיצן מיט פארלייגטע הענט ווען א פאר הייזער אוועק זיצט יענקל דער בחור און שפילט א געים אויפן קאמפיוטער און טרינקט א הייסע טיי מיט עירפאונס אויף די אויער?
ס'נישט קיין ספק אז ערב פסח צייט איז אויך א הייסע סעזאן פאר שידוכים ווען די מענער ווערן משוגע פון די ביללס וואס די פרויען שטעלן צו א יעדע פאר מינוט, הונדערט פאר שיך און קליידער פאר ווינטער, ספרינג, סאממער, און פאול, און אלעס ווען די טעקס ריטורן האט זיך שוין אויסגענוצט פאר צוויי חדשים צוריק. אין אזא צייט שווער איך זיך ביים קרעטשניפער'ס בארד אז קיין איין אלטע בחור וועט נישט איבערבלייבן אין גאנץ מצרים. זיי דארפן איינמאל פאר אלעמאל כאפן אז עס איז דא אזא זאך וואס הייסט 'שוויין בנטל', א יעדער ברויך אייניג שוויצען און ארבעטן, מען קען נישט לאזן א חלק פון די געמיינדע זיצן מיט די פיס ארויף און לאכן פון אונז אין די פויסטן.[/justify]
געשריבן אונטערן השראה פון אן ארטיקל ביי ל. מ.

חמין במוצאי שבת מלוגמא
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
פאר איך גיי ליינען, ווי יאיר האט שוין מעורר געווען, א קעפל קומט קיינמאל נישט מיט איין פינטל, אדער דריי אזוי... אדער א ? און א ! אבער נישט איין פינטל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
לאה מייזל. דא האט איר א שיר וואס זי האט מפרסם געווען אין משפחה אין יאר 2007 וואס האט בשעתו מעורר געווען א שטורעם.
קינה לאישה החרדית העובדת/ לאה מייזל
אם לעבודה פני אשימה
מה יאמרו? – בת מלך פנימה
וכי אצטנע בתוך האוהל
יאמרו – הלוא בגללך הוא עזב את הכוילל
אם אבחר בהוראה
המשכורת נוראה
ואמצא עצמי פועלת
הכל בשביל המטפלת.
"תשלימי קורס מורה בכירה
חבל על כל גרוש
כי אך זאת היא הברירה
להגדיל קצת את התלוש"
אך אויה ומזלי שוב אתרע
ההשתלמויות אסורות מן התורה
והתוכחות חוזרות ומענות
בעבור בצע כסף למכור עקרונות?
שלא תביני לא נכון
את חייבת לעבוד
לדאוק להון ולממון
אבל חלילה, לא ללמוד!
ולו אטוש ההוראה
ואתור לי עבודה אחרת
יבוזו לי – את סוררה!
סתם קריירה את בוחרת!
אמרתי אטול משא נוסף
בשיעורי עזר אחר הצהריים
אך מי יחנך את הטף?
תמהו ופקחו זוג עיניים
אז שמא אגשים החזון
להיות עקרת בית דגולה
אך מאין תשיגי מזון?
אם תתרפי ותהי עצלה?
כי אם מסכן בעלך
ירוץ מגמ"ח אל גמ"ח
תגידי את, היאך,
בית של תורה יצמח?
רע לי כמורה,
אני בלי אגורה
אויה לאומללה
נולדה בלי משרה.
לו יהיו נרות סחורותי
לא יחשך שמש עד מותי
ולו אבחר כמקצוע קבוע
להיות כנף אוירון
יהפכו אל על את כל השבוע לשבת שבתון.
לו סוחרת פאות אהיה ואקום
יאמרו חשש עכו"ם
ואם אמכור מטפחות בכמות הגונה
יתחילו ההודים להשתחוות לכותנה.
אם אמכור פלאפונים כהנה וכהנה
יתחילו להיוולד תינוקות עם אנטנה
והיה אם אחליט ללמד ת'מורות
בחיים לא יהיו עוד השתלמויות.
השיר הנוקב פורסם בשבועון "משפחה", בינואר 2007

אט דאס האט אבישי בן חיים געשריבן געשריבן דעמאלטס אין מעריב איבער דעם סומעטאכע.
אבישי בן חיים
השיר הנוקב שפורסם לפני שבועיים זכה ללא מעט מחמאות, אך גרר מתקפה קשה בביטאון הציבור הליטאי "יתד נאמן". פובליציסט "יתד נאמן" יצחק רוט" הקדיש לו בשבוע שעבר מאמר גדול, תקף את תוכנו, השווה את הביקורת המובלעת בו כלפי מדיניות הרבנים שמחד דורשים מהנשים לפרנס את בעליהן כדי שיוכלו ללמוד בכולל, ומאידך לא מאפשרים להן השתלמויות שישפרו את משכורתן, לביקורת המקראית של קורח כלפי משה רבנו. רוט אף השווה את העיתון משפחה לעיתוני תנועת ההשכלה.
את המאמר סיים רוט במלים: "יש עיתון אחד, 'משפחה' שמו המעז לקרוא לעצמו 'חרדי' ... וכל הסיפור ה'קורחי' הנ"ל הופיע בו במקום מרכזי. עיתון השם ללעג ולקלס את מנהיגי הדור, מורי דרכו ובמצח נחושה מבקש לערער על הוראותיהם, כדרכם הידועה של ה'מסכילים' מדורי דורות, אשר בליצנות אחת ביקשו לדחות מאה תוכחות. בוודאי עוד נזכה לאיזה 'התנצלות' מסוג זה שעיתון זה רגיל בה, שלעתים גרועה היא שבעתיים מהנכתב בו".
השבוע בגיליון "משפחה" אכן הופיעה התנצלות המתייחסת גם לביוגרפיה האישית של כותבת השיר לאה מייזל, בתו של ראש ישיבה חשוב: "בעקבות פרסום השיר 'קינה לאישה העובדת', פנו למערכת מספר קוראים וחלקם טענו כי עלה ממנו זלזול במאבק נגד 'ההשתלמויות'. יובהר כי לא זו הייתה כוונת הכותבת, בת גדולים ואשת תלמיד חכם מופלג הממית עצמו באוהלה של תורה ובוודאי לא של עיתון משפחה, שאיננו זקוק להטפות מוסר בעניין יחס הכבוד וההערצה ללומדי התורה ועמליה, וחובת הציות המוחלטת לדעת תורה בכל נושא ועניין. ובכל זאת, מאחר והשיר יכול היה להתפרש באופן שכזה, המערכת מתנצלת על פרסומו".

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
די בליצען פון די ארטיקעל לדעתי:
שוין לאנג געהאלטען אז די אלטע זענען גארנישט אזוינע נעבעכ'ס
יעדער דארף טרעפען זיין גיטע part אין זיין לעבען
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:[justify]עס העלפט ווי שיר השירים ניין און דרייסיג טעג.
מארגען אינדערפרי די ערשטע זאך ברויך איך אים אנטראגן א שידוך. דער מוז א חתן ווערן איינמאל פאר אלעמאל זאל ער ברענגען א ביסל נחת פאר זיינע עלטערן גענוג איז גענוג דער שמואל וועט אויפהערן מאכן א לעבן אויף מיין חשבון.
יענקי איז דער וואס האט חתונה געהאט די לעצטע פון אונזער כיתה ער איז געווען אזוי אלט אז קיינער פון די גאצע כיתה איז נישט געקומען צו די חתונה. דער עולם איז געווען אזוי בייז אויף אים אז ס'געווען א פחד. מאנכע האבן אים אפילו נישט געגריסט אויפן גאס. כ'מיין סאיז דא גבול וויפיל מען קען זיך רייצן מיט א גאנצע כיתה. ביז... ביז ער האט געבוירן א דריליניג א יאר נאך די חתונה און א יאר נאכדעם האט ער געבוירן א צווילינג דעמאלטס האט אים יעדער מוחל געווען מיטן דאנצן הארץ.[/justify]
שוין לאנג געהאלטען אז די אלטע זענען גארנישט אזוינע נעבעכ'ס

יעדער דארף טרעפען זיין גיטע part אין זיין לעבען
איש עברי האט געשריבן:די לאה מייזל איז געוואלדיג איך האב געליינט אמאל פון איהר א ביכל מיט'ן נאמען "ברצינות" איך האב אין מין לעבן נישט אזוי גוט געלאכט, ווער איז זי? איך האב געהערט אז זי איז א פינקעל פון די מיר'ע משפחה קען עס איינער קאנפירמען?
[tag]איש עברי[/tag],
זי איז טאקע א פינקל. איר פאטער איז דער באקאנטער גאון און צדיק רבי אריה פינקל, ראש ישיבת מיר בברכפלד, א קוזין פון רבי נתן צבי פינקל זצ"ל פון מיר ירושלים.
זי איז אויך אן אייניקל פון רבי אריה לוין זצ"ל [דער שווער פון הגרי"ש אלישיב]. איר מאמע איז א טאכטער פון רבי שמואל אהרן יודלעוויטש זצ"ל - מראשי ישיבת עץ חיים, ונובוהרדוק, וואס איז געווען אן איידים ביי ר' אריה לוין. איינער פון די קינדער פון רש"א יודלביץ' איז דער באקאנטער מגיד מישרים אין ארץ ישראל - רבי שבתי יודלביץ' זצ"ל. און פון דעם זעט מען אז אין די משפחה לויפט דעם כח הדיבור וההבעה.