מיין מסע הקודש קיין ארה"ק מחזק צו זיין די נאנחים ונאנקים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1888 מאל

מיין מסע הקודש קיין ארה"ק מחזק צו זיין די נאנחים ונאנקים

שליחה דורך איש עברי »

פון ווען די ערשטע איש עברי האט זיך אריינגעמישט ווען מען האט באקריוודעט יתרו'ס טעכטער און ווען דער איש מצרי האט געשלאגען דעם איד, איז די נאטור פון יעדע איש עברי נישט צו שטיין גלייכגילטיג צו אנדערע מענטשנ'ס יסורים און אונטערדריקונג.

דאס איז די סיבה וואס האט מיר געשטופט אונטער צו נעמען די רייזע, א רייזע קיין ירושלים עיר הקודש, נעמליך לראות בצרות אחיו וסבלותם, מיין געוויסן האט מיך געפייניגט אז איך זיץ מיר דא אזוי בתוך הגולה על סיר הבשר און איך באגענוג מיר מיט קרעכץ טוהן זעענדיג די שוידערליכע בילדער ווי מען פייניגט אונזערע ברודער אין ארצינו הקדוש, איך וועל נישט מאריך זיין אויך מיינע רוהלאזע טעג און שלאפלאזע נעכט אבער צום סוף בין איך געקומען צו די מסקנה אז איך מוז פיזיש אונטערווינירן, נעמליך אראפפארן קיין ירושלים צו די "נאנחים ונאנקים" און פרובירן מיט וואס מעגליך זיי צו לינדערן די שמערצן און גיסן אביסל חיזוק רייד אויף זייערע פארפייניגטע זעלער.

איך האב געזעהן ווי די רבנים שרייבן אז די שמועות ברענגען זיי אז זייערע בייכער ברויזען [ותרגז בטנינו] און עס כאפט זיי פלצות אטאקעס בלויז פון הערן וואס די אידן מאכן זיך מיט, האב איך באשלאסן אז אביסל מעג איך אויך אוועקגעבן פון זיך און אונטערנעמען די רייזע.

אומר ועושה, מיט א קעמפערישע גייסט האב איך מיך געגרייט אויף די נסיעה, איך האב אין מיין פאנטאזיע שוין געזעהן די צארטע איידעלע בני ירושלים המסולאים מפז וואס זייערע קעפ זענען צוביילט פון די קלגסי הרשעים הארורים, איך האב שוין געחלומ'ט ווי איך קום אהן ווי א מלאך המושיע און בלאז אריין אין זיי א פרישע גייסט.
ווי א טאג נענטער עס איז אנגעקומען די טאג פון די נסיעה האב איך גרונטליך שטודירט די פראבלעמען וואס פלאגן די יהדות הנאמנה, די רעשטלעך ברכיים אשר לא כרעו לבעל, די שארית הפליטה, איך האב גרונטליך געליינט די אויפשוידערנדע שילדערונגען אין די איד און אין די בלאט, און נישט ארויסגעלאזט די באריכטן אויף קול מבשר איבער די פיין וואס מען מאכט מיט נעבעך אינעם ישוב הישן.

עס ציטערט מיר נאך יעצט ווען איך דערמאן זיך יענעם אינדערפרי פארן ארויספארען, איך האב זיך געראנגעלט מיט מיין יצר הרע און מיין פלונית'טע וואס האבן געטענה'ט אז איך נעם אויף זיך א געוואגטע מיסיע, ווי מיין פלונית'טע האט געזאגט "די ציונים קענען דיר נאך חלילה פערטיג מאכן פאר די שטייגסט אויף אויפ'ן פליגער" אבער איך האב מיט הימלישע כוחות באוויזן צו בייקומען די אלע נסיונות און מיט א גרייטקייט אויף מסירת נפש בין איך אויפגעשטיגען אויפ'ן פליגער.... ויסעו....

די פליגער לאנדעט, די בויך איבעלט מיר אין די קישקעס דרייען זיך, די פחד פון די ציונים, און נאכדערצו די פלוידעריי פון די טמא'נע שפראך ארום מיר האבן געהאט א שווערע ווירקונג אויף מיר, אבער דאס איז אלץ געווען א ביישפיל צו די שוידער און סקרוך וואס איז מיר אריבער אין די ביינער ביים אריינקומען אין לופטהאפען, איך האב באשיינפערליך געזעהן ליידער די גרויסע הסתרת פנים ווי מעשה שטן הצליח און זיי האבן אויפגעבויט א פרעכטיגע לופט פעלד, איך האב געמורמלט פוי און געשפיגען שפייעכץ כדי נישט געכאפט צו ווערן.

פון די זייט פון מיין אויג האב איך געזעהן ווי די סאלדאט'ן די טמא'נע צה"ל'ניקעס לאקערן אויף מיר, ווייזט אויס אז זיי האבן זיך שוין דערוויסט די מטרה פון מיין נסיעה, דעריבער ווען די ציוני ביי די פאספארט-קאנטראל האט מיר מיט א געמאכטע תמימות און כיטרע שמייכל געפרעגט וואטס דע פורפעס אף יור וויזיט? האב איך זיך נישט דערשראקן און קלאר געענטפערט אז איך בין געקומען מחזק זיין די שארית הפליטה, און איך האב אים געשילדערט מיט אלע פארבן די רדיפות הדת וואס מען גייט אריבער, וואס זאל איך אייך זאגן מען האט געזעהן אז ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא, ער האט מיך אנגעקוקט מיט אזא מיטלייד אז עס איז אים כמעט געקומען טרערן אין די אויגן, איך ווייס נאר נישט פארוואס ער האט געמורמלט רפואה שלימה ביים זיגלען די פאס.

איך קום ארויס און זעץ מיך אריין אין די ערשטע טעקסי און איך בעט אים ירושלים, איך פאר אריבער די שטעט אין הייוועיס און עס גלייבט זיך נישט אז דא איז טאקע ארצינו הקדושה, מען זעהט באשיינפערליך ווי די ציונים האבן אויסגעליידיגט דאס לאנד פון קדושה, מען זעהט דארט מאדערנע בניינים און פארגעשריטענע שאסייען ממש ככל הגויים בית ישראל.

מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ ווען די דרייווער זאגט מיר אז מיר זענען שוין אין ירושלים איך בין אויפגעשפרינגען פון פלאץ אין זיך צוגענאגלט צום פענסטער, איך האב שוין געוואלט זעהן אין עכט די שמאלע גאסן און הייליגע חצרות וואס האט אנגעצינדען מיין פאנטאזיע פון די קינדערישע יאהר'ן, אבער וואספארא שאק האב איך געכאפט זעענדיג דא אויך די זעלבע, א מאדערנע שטאט מיט אלע פיטשעווקעס, אבער איך האב געריכטעט מיין וועג צו די מאה שערים געגנט דארט ווי עס לעבן אין שאפן נאך עד היום הזה די לעגענדארישע נקיי הדעת, און דארטן יאווענען זיך קניען וואס האבן זיך נישט געביקט צום בעל, [געווענליך זענען אט די זעלבע קניען אויך נעבעך קאפוט פון ארומלויפן שנארן אין די גאנצע וועלט]

איה שוקל ואיה סופר די געפיהלן פון התרגשות ווען איך בין טאקע אריינגעפארן אין די שמאלע גאסן איך האב מיט די נאקעטע אויגן געזעהן די ריזיגע ליילעכער און געזעהן די קינדער מיט די ווייסע קאפלעך און ווייבער מיט די שווארצע טורבאנס איינגעהילט און פארשלייערט און פארפאקט ווי די אמהות שרה רבקה בלהה זלפה און הגר.
איך האב זיך גענומען צו די ציהל פון מין נסיעה איך בין געגאנגען אפירזוכן די מסירת נפש אידן, איך האב געזעהן אויפ'ן וואנט א מודעה אז באלד פארט ארויס א אויטאבאס קיין בית שמש זיך שלאגן מיט די בארבארישע ציונים וואס ווילן אויסגראבן שוכני עפר, איך האב זיך העעראאיש מצטרף געווען צום נסיעה ווי די איבריגע זענען געווען בחורים און עטליכע גרושים ויסעו....

המשך יבוא...

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר