מזל טוב ווינטשען - וויפיל מאל?
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:29 pm
איך וויל ארויסברענגען אן איינפיר וואס שטערט מיך, איינער פון די היינטיגע נערישע און אומוויכטיגע מנהג און מאדעם ביי שמחות, דאס איז דער מנהג פון ווינטשען מזל טוב פאר די מחותנים ביי עטליכע פאזעס פון די שמחה, על לא דבר, און אויפן חשבון פון הנאה האבען און פארברענגען ביי די שמחה.
צו ווינטשען מזל טוב קאסט נישט קיין געלט, אבער אויב פארלאנגט זיך דערצו מקדיש צו זיין שעות און אוועקרויבן די מנוחה פונעם מענטש, איז גענונג צו ווינטשען מזל טוב איינמאהלף און ס'איבריגע מעג מען מבטל זיין (וויאזוי זאגט [tag]גד החוזה[/tag] מעג מען ווארפן אין 'גארבידזש).
מיר פרעזענטליך אלץ בחור האט מייר נישט גע'ארט צו זאגען דעם מאה מזל טוב'ס, אבער שפעטער ווען מיין שווער זז"ג האט דאס געמאכט אפציעל אלץ א 'מוז', איז דאס שוין ביי מיר געווארען א פרעשור, כ'האב שוין באקומען עטליכע דרשות בפון איהם בנידון דידן, איינמאהל איז געוועהן ווען א פעטער מיינער האט חתונה געמאכט האט ער אפגעשטעלט דאס גאנצע משפחה רינג ביים טאנצען אין געווארט איך זאל צוגיין צו איהם אפגעבען דאס ערוואטערטע מזל טוב, ס'געוועהן בושות פאר מיר.
אט איז א טיילווייזע ליסטע ווען אלץ מ'האט געמוזט ווינטשען מזל-טוב.
*ביים פירן דעם חתן אין בית המדרש פרייטאג צונאכטס פון שבת באווארפן
*ביים צוזאמענקומען זיך ביים אבי החתן אין שטוב ליל שב"ק נאך די סעודה, דריי מאל, איינס ביים אנקומען, צווייטנס געבן לחיים, דריטנס פארן אהיים גיין
*ביים אפנעמען דעם חתן שבת-אינדערפרי צו פירן פונדערהיים צום ביהמ"ד
*נאכן באווארפן
*ביים קידוש נאכן באווארפן
*ביים קבלת פנים
*נאך די חופה
* ביים אריין ברענגען די חתן צו שמחת חתן וכלה
* ביים טרינגען לחיים פאר די פעטערס אדער שווערס מצוה טאנץ
* נאך זיין מצוה טאנץ
* ביים זאגען א גוטע נאכט, און רומען ווי שיין די חתונה איז געוועהן
* במשך די וואך ביי יעדע שבע ברכות עקסטער
און דאן וחוזר וחלילה שבת שבע ברכות
* ביים שוהל פירן פרייטאג צונאכטס
* ביים שול פירן ביום השב"ק
* נביים שבע ברכות ביום השב"ק
* ביי שלש סעודות
* און נאך און נאך
טייל פון די וועלעכע זענען זיך נוהג צו ווינטשען יעדעס מאל עקסטער פאר מחותן, זענען גאר "מהדרים" און ווינטשען אויך יעדעס מאל באזונדער פאר אלע שושבינין, אלע מסובין וואס מ'באגעגענט דארט ארום און ארום. זייט ווען זענען מענטשען געווארען אזוי משפחה'דיג אויף יענעמס חשבון, אז עד כדי כך אז איינער באליידיקט זין גאר היתכן ער האט מיר נישט געקומען זאגען מזל טוב, הלאא ר' פלוני האב איך דען גארנישט אויפגעטוהן בכלל ביים זאגען מזל טוב די אנדערע הונדרעט מאל?
וואס וואלט געוועהן ווען מען מאכט בטל דאס צוזאמענקומען פרייטאג-צו-נאכטס ביים אבי החתן אין שטוב, און זיך מוציא זיין מיט די אנדערע צען צי פופצן מאל וואס מען וועט אי"ה וואונטשען מזל טוב במשך פון די ימי המשתה, אדער מיט דעם איינעם מאל וואס מ'האט שוין געווינטשן ביים פירן דעם חתן אין שוהל ליל שב"ק?