בלאט 1 פון 1

המספיק גאזעט

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:08 pm
דורך hotel
אינטערעסנט סנאכנישט דא א אשכול אויף מיין באליבסטע אויסגאבע דוכט זיך אז אויף דעם גילט נישט דער כלל "בחנם באקומט מען כינים",אויסער די נערווירנדע באריכטן איבער די ברודערהיימען וואס עפענען זיך יעדע 10 מינוט איז עס לכאורה ד שטערקסטע זשורנאליסטישע ארבעט אויף די אידישע שפראך דאכט זיך אז דאס איז מעשי ידיו פון שניצלער איינער אין מאנסי און אגב האט דאס נאך א מעלה אז געווענטליך באקום איך עס מוצאי אויף די פאסט ווען איך האלט שוין ביי ימ סופרס בויך וויי נאכן דורכלינען אלע דריי אידישע קאלארינג בוקס וואס רוב בלעטער זענען שוין יעצט קריספי נאכן זיך וואלגערן פון איין ביהכ צום אנדערן קומט ער אן ווי א מלאך המושיע און מען קען זיך ווידער אריינזעצן

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:12 pm
דורך קאווע טרינקער
hotel האט געשריבן:אינטערעסנט [אז דאס איז ד]יין באליבסטע אויסגאבע


וואס איז שוין דא דארט, צוויי דריי ארטיקלען?
אין קאווע שטיבל איז עס מעשים בכל יום.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:21 pm
דורך hotel
איך וויס נישט וויאזוי דו מעסט די תוכן פון א צייטונג אבער איך קוק נישט אויף די צאל ארטיקלען ווען יא וואלט מיין 4 יעריג מיידלס פרשה צעטל אריינגעקומען און די ערשטע פלאץ

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:24 pm
דורך דער (פינטעל) איד
באזירט אויף לין יונטאג'ס קוואט happiness consists in getting your hair cut every two weeks and watching your neighbor fall off his roof
איז פארשטענדליך פארוואס מ'קען אזוי ליב האבן המספיק אויסגאבע :oops:

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:27 pm
דורך לך לך
זיי האבן גאר גוטע שרייבער.
צום פוינט און גוט געשריבן

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:32 pm
דורך hotel
וואס איז טאקע פשט אז ער מוז האלטן דעם עולם אפדעיטעט מיט יעדן שוועסטערהיים וואס האט זיך אקארשט געעפנט און טאקע באגלייט מיט קאלירפולע בילדער פון די דארטיגעאיינוואונער?איך מיין אז פאנדרעיזונג איז נישט די אישו, אפשר וועגן לעגאלע סיבות ?

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
hotel האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז ער מוז האלטן דעם עולם אפדעיטעט מיט יעדן שוועסטערהיים וואס האט זיך אקארשט געעפנט און טאקע באגלייט מיט קאלירפולע בילדער פון די דארטיגעאיינוואונער?איך מיין אז פאנדרעיזונג איז נישט די אישו, אפשר וועגן לעגאלע סיבות ?

די ממשלה דעקט זיי, ב"ה. ממילא מוז מען האבן עפעס אויפצו ווייזן .(מ'זאל זיי נישט דארפן). אבער זיי האבן זייער גוטע מעדיקל אינפארמאציע. ס'איז געשמאק צו ליינען. 8-) :) :o

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 11:16 am
דורך Chuchem
They hired a new editor lately, that's why it's lacking it's once high standards.

די נייע דעזיין פון המספיק גאזעט

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2016 1:02 pm
דורך זבולון
דעם חודש (סיון תשע"ו - June 2016), זענען די לייענער פון המספיק גאזעט געווארן איבעראשט צו זעהן די נייע הערליכע דעזיין.
עס דערקענט זיך אז פרישע נייע כחות האבן עס איבערגענומען, און מ'זעהט א נייע רוח, סיי אין די קוואליטי און סיי אין דער תוכן.

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2016 2:43 pm
דורך שמעון וואלף
ב"ה אונזערע טעקסעס גייען נישט לאיבוד. כאטשיג זאלן אפאר אידן הנאה האבן פון די רייכע אויסגאבע

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 2:38 pm
דורך אברך משי
איך האב נישט געוויסט אז סדא ווער סליינט עס בכלל
איך האב הנאה צו הערן אז סדא ווער סעפנט עס

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 2:59 pm
דורך שמעקעדיג
זיי מסביר, וואס איז דיין הנאה

Re: המספיק גאזעט

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 7:40 pm
דורך ביליג
איך ליין יעדעס ווארט! עס איז זייער איפארמאטיוו
ווען זיי בעטן ווען געלט וואלט איך עס אפילו געקויפט

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 7:43 pm
דורך קאצקע ציקער
יעצט האבן זיי אן ארטיקל וועגן דעם סארנא מאטאד זייער אינטערסאנט און נוצבאר

נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 4:42 pm
דורך berlbalaguleh
ראובן: אין די קומענדיגע ארטיקלען גייט מען באשרייבן די אויסגעפראווטע סגולה פון זאגן...אברא-קאדאברא. און די פילע פירושים אויף דעם פסוק... :lol:

Re: המספיק גאזעט

נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 4:57 pm
דורך מפוזרי
ס'איז טאקע זייער א געזונטע לעבנסשטייגער, אבער מיט וואס איז עס אונזערס?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:07 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: אזוי ווי דו ביסט דאך א שטיקל מגיה בחסד עליון, וויל איך אז דו זאלסט, בטובך הגדול (כ'ווייס נישט אויב מ'מעג עס זאגן אויף א בשר ודם. וה' הטוב יכפר.) זיך אנשטרענגען (אדער נישט.) און ארויסזוכן די אלע גרייזן./ספעללינג מיסטעיקס, בלע"ז אין דעם עד פון חתונה דיפאו אויף פעידזש 5 פון די לעצטע אויסגאבע (סעפט. '16 למספ'.)...יישר כח למפרע... :lol:

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 4:59 pm
דורך שמעקעדיג
דא האב איך אויסגעשאסן....

.