בלאט 1 פון 1

הייליגע חבורה ללימוד ש''ס מיט חודש'ליכע בחינות

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:49 am
דורך נאר,,פרייליך
א שיינער חבורה איז נתייסד געווארען בק''ק סאטמאר מהרי''י
מיטען נאמען זכרו תורת משה על שם אביו הגדול ווי עס וועט געטיילט ווערן בחינות אינעם שיעור פון ישראל ואורייתא, עס איז א נחת דקדושה צו זעהן ווי די קנאת סופרים ברענגט אריין א געוואלדיגע רייץ פאר נאך און נאך לומדי תורה צו שטייגען על במתי התורה והיראה
עס איז אין ארט צו לויבען דעם ממציא הרעיון הרב שווארץ מק''ק מהר''א וואס איז אריין מיט א מסי''נ און זיך געלאזט קאסטען גרויסע געלטער אריינצוברענגען א חשק און תשוקה ללימוד תורתינו הק' בקרב קהילה קדושה סאטמאר
נאך א רינגעלע פינעם הערליכען קייט פון פעלים לטובה למען הציבור ולמען תוה''ק זינט די פילוג הידוע ונידון ירושת גזע התמרים

(הלוואי זאלען אזעלכע באריכטען זיין וועכנטליך אין די אידישע פאפיר און צייטונגען ווי ערליכע יידען ארבעטן שכם אחד להגדיל תורה ולהאדירה)

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:00 am
דורך smart
זייער א שיינע אינטערנעמונג מצד קהילות מהרי"י

לאמיר האפן עס זאל טאקע מצליח זיין אזוי שטארק וואו קהילת מהר"א

(אגב א חידוש וויאזוי זיי מעגן נאכמאכן קהילת מהר"א ווען אלעס וואס זיי טוען איז דאך חדוש אסור מן התורה (על זה אמר הקרא הא לן והא להו....)

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:03 am
דורך דער (פינטעל) איד
ביידע מאכן נאך דרשו

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:07 am
דורך שרייבער
איך הער זיי האבן עפעס א אינטערוויאו מיט ר' משה וואלף זארגער צו מען מעג מאכן אזא חבורה אויב ס'איז נישט אזוי ווי דף היומי, זיי כאפן נישט עמוד יומי איז סאך ערגער, דף היומי איז נאר אגודה, עמוד יומי איז דאך ארונים, ר"ל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איך ציטער אז נעקסטע זאך גייען זיי נאכאמאכן כשר'ע ווייץ, כשהם יורדים יורדים

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:09 am
דורך מ גפני
ביטע נישט פארצימעס'ן דעם אשכול BE POSITIVE!!

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:47 pm
דורך גאנצל
ר' חיים יושע פון מאנסי האט אויך געפנט אזא חבורה

להודעה בעלמא דעס איז די צווייטע שטארקע זאך וואס ווערט נאכגעמאכט דורך די צוויי די ערשטע זאך איז געווען די חתונה האל ביי מהר"א האט מען אנגעהויבן ש"ס פאריאר זאת חנוכה און מ'האט שוין ב"ה גענדיגט און זיך פארהערט צוויי מסכתות מ'האלט יעצט אינמיטן די שווערע מסכת עירובין מ'לערנט 5 בלאט א וואך
אויסער דעם האט ר' אהרן געמאכט אז די אלטע חבורה הסודי התורה ווי מ'האט שוין דורכגעלערנט 17 מסכתות אין ש"ס מ'האט געלערנט צוויי א האלב בלאט א וואך האט מען יעצט נאך כ"א כסליו אנגעהויבן ש"ס ווי מ'האט שוין גענומען א בחינה אזוי אז פארוועם א בלאט א טאג איז צופיל זאלן קענען מיטהאלטן די חבורה

אשריכם תלמידי חכמים שדברי תורה חביבין עליכם

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:18 pm
דורך נאר,,פרייליך
אל תמנע טוב מבעליו
דער מייסד הרעיון בקהילת סאטמאר איז א חשובער אינגערמאן שווארץ
אשרי לו פאר'ן מזכה זיין אזויפיל יידען מיט לימוד התורה

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:15 pm
דורך זלמן זאפיר
העמיר האפן אז כשרות זאל מהרז"ל אויך אנהויבן צי פארסירן אנהייבן מיט כשר'ע פלייש ווי עס דארף צי זיין

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 7:09 pm
דורך איש עברי
וכפי שנתבאר לעיל הייבסט אלע פיס און טראגטס ענק אפ אין צימעס אריין

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:15 pm
דורך נאר,,פרייליך
אין 'די צייטונג' איז דא א שיינער באריכט איבער די חבורה און אירע פלענער כמותם ירבו בישראל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:29 am
דורך sefish
זלמן זאפיר האט געשריבן:העמיר האפן אז כשרות זאל מהרז"ל אויך אנהויבן צי פארסירן אנהייבן מיט כשר'ע פלייש ווי עס דארף צי זיין

ביטע נאר דאס נישט! ווען איך וויל עסן כשר פלייש איז דא גענוג וואו צו גיין קויפן. אבער ווען ס'גלוסט פאר א גוטן פעט שטיקל צום הגידין איז נאר דא 82 צו קויפן. זיי פרום פאר דיר און קויף כשר פלייש אין אלע צענדליגער געשעפטן. און לאז מיר עסן וואס איך וויל.

Yisrual V OIRAIYSA

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:50 am
דורך gergele
Lman Huemes..is it NOT the Magid Shiur Hurav F Klein who started this..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:07 pm
דורך נאר,,פרייליך
די חבורה האט זיך אנגעהויבען דורך עטליכע עסקנים ומרביצי תורה אויף קליימער סט. אין וומ''ס מיט א ציל פון חזר'ן פילע בלעטער און אנקומען ש'ס על הסדר מיט די צייט האט זיך עס פארברייטערט אריין אין די קהילה היינט איז שוין דא אין דעם א פרישער גרופע זכרו תורת משה צו נעמען בחינות
אויכעט א כולל בוקר האט זיך געפענט לעצטענס דורך די חבורה

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:33 am
דורך על טהרת הקודש
'קידוש השם' די חבורה גרייט זיך שוין צום צווייטען בחינה,
להגדיל תורה ולהאדירה

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:01 am
דורך דריידל
איך גיב קרעדיט פאר קהילת מהרי"י. ווי איך האב געהערט פון איינער וואס איז אינוואלווד אין זכרו האט מען שטארק דן געווען איבער דעם מה יאמרו הבריות - וויאזוי וועט עס אויסקוקען אז זיי קאפירן קהילת מהר"א, און מען איז געקומען צי די מסכנה אז מ'גייט זיך נישט רעכענען מיט דעם נאר טיען וואס איז ריכטיג.
דעיס איז א שיינע שריט וואס איז ווערד צו באגריסן
נ. ב. ביטע נעמט נישט אן אז איך בין א שטיצער פונעם עצם ראיון. עס איז א באזינדערע שמועס פאר זיך.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:03 am
דורך שמעקעדיג
געקומען די די מסכנה? חמירא מאיסורא!

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:36 am
דורך על טהרת הקודש
איך האב געהערט אז די חסידים האבען געזיכט מטכס עצה צו זיין עס זאל נישט אויסקוקען ווי קאפי-קעטערס אבער די רבי האט געזאאגט עס איז קיין פעלער צו נאכטון דברים טובים.