בלאט 1 פון 2

דאס גליקליכע לעבן פון א חכם

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:35 pm
דורך לעיקוואד
[justify]דרייען זיך מענטשען דא אויפן וועלט, און דער קאווע שטיבל דנן איז גאנץ א גוטער אפשפיגלונג דערפון, יעדער איז פארנומען מיט זיינע פראבלעמען, נארישקייט לויפט נאך נארישקייט, און וויכטיגע פראבלעם לויפט נאך וויכטיגע פראבלעם. פארשידענע נושאים חזרן זיך איבער און איבער, עס קאכט זיך אין טעמעס פון געזעהלשאפט, פון קולטור, פון אמונה און כפירה, פון פאליטיק און לשון הרע, פון ביזנעס און עצות. ווען מען איז א חלק דערפון כאפט מען נישט, אבער היות פאר א שטיקל תקופה בין איך כמעט נישטא געווען, זייענדיג טרוד ביישובה של עולם, קום איך צוריק און איך זעה למעשה עולם כמנהגו נוהג, און עס פאדערט זיך א שטיקל התבוננות וואס טוהט זיך דא. די זעלבע שרשים און עיקרים חזרן זיך איין, נאר די ניק נעמען טוישען זיך אביסעל, און די פונקטליכע נקודה. און למעשה איז יעדער פארנומען מיט זיינע פראבלעמען איבער און איבער, ווי דרייט מען זיך ארויס פון דעם.

וויל איך ארויסברענגען א שטיקל נקודה, וואס איך מיין עס איז וויכטיג ארויסצוהאבען, יעדער איינער כפי מקומו ושעתו, און לפענ"ד איז דאס א נקודה וואס פעלט שטארק פאר אסאך מענטשען אין די אלע סומאטאכעס וכדומה. און דאס איז די שחרור פון חכמה. און די ריזיגע חילוק און די וועג פון לעבן אין דער וועלט צווישען דער חכם און דער טיפש. איך מיין נישט דא דווקא בעל כשרון און ידען, נאר עס איז דא א געוויסע וועג פון לעבן וואס רופט זיך דער לעבן פון א תלמיד חכם, פון א חכם בכלל, וואס הגם ער פארשטייט אלעס, ער איז גוט באקאנט אין אלע פראבלעמען קשיות ספיקות און חקירות, דאך שוועבט ער למעשה איבער אלעס. ער קען מיט די פולסטע קאך מסביר זיין עפעס א סאציאלע פראבלעם, אבער למעשה איז ער קאלט, נישט ח"ו עס גייט עם נישט אן, נאר ער לעבט העכער פון דעם, אין א וועלט פון חכמה ודעת, ער ווערט נישט אזוי צודראדעלט ווי דער צווייטער וואס האט די זעלבער שמועס.

אין די וואכען ליינט מען די סדרות פון יציאת מצרים און מתן תורה, מען רופט דאס שובבי"ם, דהיינו אז עס איז דא אן עבודה זיך צוצושטעלען צו דאס וואס טוהט זיך אין די סדרות, די גאנצע מעשה פון יציאת מצרים און מתן תורה איז א בנין אב פאר יעדער סארט מיצר און שיעבוד אין די וועלט וויאזוי ארויסגיין פון דעם און דאס איז אונזער עבודה, דער תכלית און יסוד פון אידישקייט, ארויסגיין מעבדות לחירות. אין די מעשה איז מבואר אז די עיקר יציאה פון מצרים איז די מתן תורה. דאס הייסט ארויסגיין פון גלות הפנימי איז נאר דורך תורה און חכמה, לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי. מענטשען שאצן אונטער די חילוק פון א פשוטער מענטש און א חכם, וואס אויפן פלאך זעהט מען נישט אזא חילוק אמאל, אבער למעשה לעבט מען אין אן אנדערע וועלט. לולי תורתך מיינט נישט אז א תלמיד חכם האט א צרה קען ער כאפן א גמרא און זיך אריינטוהן אין דעם פארגעסן פון זיין צער. עס איז פיל טיפער און מער כללות'דיג פון דעם. עס מיינט אז זיין א מענטש וואס איז עוסק אין חכמה, אין דברים מופשטים, לערנט עם צו קוקען אויף די גאנצע וועלט מיט אן אנדערע קוק, ער איז נישט א חלק פון די געשעהנישען ער שטייט איבער זיי, ער הערט און פארשטייט און איז א חלק פון אלעס און דאך איז עס עם נישט נוגע.

מען רעדט אסאך פון די צער פון חכמה, פון יוסיף דעת יוסיף מכאוב, אוודאי איז דא אין דעם אן אמת, אבער מע פארגעסט אינגאנצן צו רעדן פון דער גליק פון חכמה, פון דער געוואלדיגע שיחרור און חירות וואס חכמה גיט פאר א חכם. דער רמב"ם זאגט אז חיי בעלי החכמה בחכמה הם תלויים. דאס איז נישט נאר בשלילה, אז ער קען נישט לעבן אן זיי חכמה, נאר בעיקר לחיוב, החכמה תחיה בעליה. צו קענען קוקען אויף יעדער זאך מיט א בליק פון חכמה, נישט מיט קיין בליק פון מוסר און נישט מיט קיין בליק פון תיקון העולם, דאס זענען אנדערע זאכען, נאר פשוט מיט א בליק פון חכמה, דער עצם אקט פון צונעמען א זאך פון עס ארויסהאבען פון עס פארשטיין אויף מער א מופשט'דיגע לעוועל דאס ברענגט אריין א מענטש אין אן עולם החכמה, אין אן עולם וואס שאפט די וועלט און איז נישט תלוי אין איר, בחכמתה ברא עלמא. דער חכם איז טאקע גרייט צו ליידען אסאך צער פאר זיין חכמה, ווי דער קאצקער רבי האט געזאגט, אבער אפילו אזא שארפער און שטרענגער חכם ווי דער קאצקער ווייסט אז דאס איז נאר דער חיצוניות. א חכם קען מקבל זיין אויף זיך ייסורי איוב כדי צו דערגרייכען א געוויסע חכמה, ער קע מקיים זיין דער לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך, און אז איינער קוקט פון דער זייט זעהט ער עם אויס ער ליידט ממש, און אוביעקטיו איז ער טאקע א גרויסער רחמנות, אבער למעשה ער לעבט נישט אין עם, ער איז ערגעץ אנדערש.

סוקראטעס האט געפאדערט פון מענשטען צו לעבן אן examined life , אן איבערגעקוקטער לעבן, נישט א לעבן פון דיפואלט, נאר א לעבן פון חכמה, און האט געטענה'ט אז אן אומבאטראכטער לעבן איז נישט ווערט צו לעבן. דאס איז נישט קיין שארפער מוסר דרשה פון מאמין דת הפילוסופיה. דאס איז א דרשה פון א גואל וואס קומט אויסלייזען מענטשען פון זייער פיין. חכמה, אדער אהבת החכמה= פילאסאפיע בלשון יווני, מיינט נישט נאר א זאמלונג פון ידיעות און כשרון. מען מיינט דער אקט פון דורכטראכטען א זאך, דער אקט פון זיך אוועקזעצן פילסאפירען, אדער אויף פשוט'ע ווערטער, טראכטען. דער אקט האט אין זיך א סגולה אז עס איז משחרר א מענטש פון אלע טרדות און דאגות. ווי חז"ל זאגען המקבל עליו עול תורה מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ.

דער יסוד איז נישט תלוי אין וועלכע דיסציפלין פון חכמה מען רעדט וועגן, ביי איינער געשעהט עס בעיון ההלכה והתלמוד ביי א צווייטער ביי כימיע און ביי א דריטער ביי פילאסאפיע. אבער דער יסוד איז אייניג. יעדער מהלך וואס ברענגט א מענטש צו זעהן דער וועלט אין אן אנדערע, מער טיפערע, מער מופשט'דיגע בליק, איז עם משחרר פון אלע טרדות בני אדם.

עס איז כדאי, בפרט אין א סייט וואס איז אזוי מלא דאגות, מלא טענות ותערומות אויף פארשידענע פראבלעמען, און איך מאך זיי נישט קלענער, אבער עס איז כדאי צו געבן א טראכט א רגע די חילוק וויאזוי א חכם נעמט אן די זאך און וויאזוי א נישט חכם נעמט דאס אן. מיר כאפען נישט ווי ווייט דער חילוק גייט.

--

מען דארף אביסעל מער מסביר זיין און צונעמען וויאזוי דאס ארבעט, וואס מיינט מען פונקט מיט די ווארט חכמה דא, וויאזוי טאקע ארבעט די זאך, וואס איז א שטיקל פארדאקסאליש. אין אנדערע ווערטער טענה איך למשל אז שטודירען דער האלאקאוסט גוט און טיף מכל הצדדים, וועט ברענגען דער חכם וחוקר צו א געוויסע נחמה איבער דער שוידערליכע מעשה, עס וועט עם געבן א געוויסע מידת ההשתוות, ווי ער וועט נישט זיין משועבד צו די צער און ווייטאג וואס זענען זאכען וואס בינדען איין מענטשען און האלטען זיי אין פלאץ, און וועט האבען א ריינע אפענער קאפ אין דער נושא, ער וועט צומאל אפילו זאגען חכמות און סברות וואס ווען א נארמאלער נישט חכם הערט דאס וועט ער שרייען אז דאס איז אומסענסעטיוו, אדער כפירה, אבער ער זאגט עס נישט וועגן דעם נאר וויבאלד ער איז א חכם און האט א גרעסערע בליק.

די זעלבע איז לגבי אלע מיני ענינים פון חכמה. למשל מענטשען וואס שטודירען טיף זייער רעליגיע, און רעליגיע מיין איך נישט דא דווקא רעליגיע. נאר בכלל, יעדער איינער האט דאך עפעס א סדר א מהלך החיים א געוויסע סעט פון רולס און כללים לאור וואס ער לעבט, מאראלישע הנחות, קולטורישע הנחות, פסיכאלגישע הנחות, אא"ו. פיל מאל טרעפט מען מענטשען וואס הייבען דאס אן צו חוקר זיין ערנסט און זייער הארץ צופאלט זיי, זיי ווערען ממש צובראכען און דעפרעסט, אז ער הייבט אן צו זעהן ווי אלעס וואס ער איז געווען פארזיכערט איז גארנישט אזוי זיכער, אז די ענינים אויף וואס ער בעיסט זיין לעבן אלס זענען אלע מוטל בספק, דאס איז א זאך וואס קען ממש צושאקלען א מענטש.

דארף מען אבער וויסען, עס איז ריכטיג אז די חכמה איז מחייב אלעס צו פרעגען, אויף יעדער זאך צו פרעגען מהיכי תיתי מהיכן דנתני, און אוודאי קען נישט זיין עפעס זאל זיך רופען ריכטיג חכמה אן וואס ער זאל פרעגען די יסודישע און טיפע שאלות, אבער דער חכמה איז א כוח בונה אין דער וועלט נישט א כוח הורס. אז מען נעמט אן בסופו של דבר די שאלות אלץ אן ענין פון טויט און דעפרעסיע, נישט אן ענין פון לעבן און החכמה תחייה, איז א סימן אז דאס איז נישט חכמה דאס איז טיפשות, מען האט געגעבן די כלים פון חכמה אין די הענט פון א טיפש און ער ווערט ניזק פון דעם [איך זאג נישט א כלל, אסאך מאל איז די דעפרעסיע נאר א שלב וואס מען מוז אריבערגיין אנצוקומען צו די ריכטיגע השגה פון החכמה תחייה].

דער ריכטיגער חכם ערלויבט זיך צו מטיל זיין בספק יעדער זאך וויבאלד ער לעבט בשחרור פון די אלע זאכען לכתחילה. דער חכמה און ספקנות זיינער עפענט עם אויף א טיר צו וועלטען אן א שיעור. אנשטאטס זיין משועבד צו איין פאראדיגמה א גאנצער לעבן און נישט קענען זעהן קיין שום זאך נאר דורך די גלעזער, איז ער פריי צו טראכטען און פארשטיין יעדער זאך אויף צענדליגע אופנים. נישט די ספקנות צוברעכט עם אלע וועלטען און פארלאזט עם אין די פינסטערע קעלט, נאר עס נעמט עם ארויס פון א שווארץ -ווייסע וועלט צו א וועלט פון פילע פארבען, ווי אלע קאלירען שפילען צוזאמען אין טויזנטע צירופים וצירופי צירופים. ער פארשטייט אלע צדדים פון יעדער זאך און איז קיינמאל משועבד נאר צו איין זאך.

דער וואס טוהט באמת אין חכמה, טראכט נישט קיין שום זאך צוויי מאל. ער גלייבט נישט היינט ווייל ער האט נעכטען געגלייבט, און יעדער שמועס וואס ער האט איבער אן ענין פון חכמה איז ער פון ניי מעיין אין די זאך. נאר אזוי הייסט דער אקט פון טוהן חכמה, ער שטייט אויף יעדער אינדערפרי צו א ריינער וועלט, א וועלט אן קיין שום הנחות קדומות, אן קיין שום שיעבודים, און ער לעבט אין דעם. נאך לעבן א טאג ווי א חכם, האט ער ריכטיג צו דאנקען מודה אני וכו' ששמת חלקי מיושבי בית המדרש ולא שמתי חלקי מיושבי קרנות, שאנו משכימים והם משכימים וכו' ביידע טוהן לפנים פונקט די זעלבע זאך, נאר איינער לעבט חיי העולם הבא און דער צווייטער לעבט בבאר שחת. ושים חלקנו עמהם אמן.[/justify]

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:42 pm
דורך יאיר
שטארקע דיבורים, רבינו עיר התורה והנידחת. הערות וועלן מוזן ווערטן אויף מארגן בצלילות הדעת כאשר יאיר השחר בשעה שתים עשרה בצהרים.
אגב, משום איזה סיבה דערמאנט מיר דער אשכול פון די שטיקלעך אין ליקוטי מוהר"ן איבער דעם צדיק אמת :lol:.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:44 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:משום איזה סיבה דערמאנט מיר דער אשכול פון די שטיקלעך אין ליקוטי מוהר"ן איבער דעם צדיק אמת :lol:.

אפשר טאקע? וואס דען איז דער צדיק אמת אז נישט דער חכם האמת, פון וואס יעדער דיסציפלין וואס זיכט צו מאכען א מענטש בעסער און עם ברענגען צו חירות רעדט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:13 am
דורך נהורא נפישא
אמת ויציב, דברים מאירים.
אבער למעשה דאס איז אפשר א גרויסע דרגה אין חכמה וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט מנהיגות, אקטיוויזים, נאר לעבן פאר זיך און צווייפלן אין אלעס אין אלעמען און אין די זעלבע צייט נישט ווערן אנטוישט ווען זאכן שטעלן זיך ארויס אנדרעש ווי מ'איז ערצויגן געווארן, און אנדערע ווערטער מקען שוין נישט און מווערט שוין נישט נתפעל פאר גארנישט,
אבער די קוואליפיקאציע פאר א מנהיג א leader אן אקטיוויסט איז דווקא יא דאס האבן שטארקע מיינונגען און אידילאגיעס און א מאראלישע קאמפאס מיט וואס מ'איז passionate, אבער I guess אז א ריכטיגער חכם אנטזאגט זיך צו זיין א leader און וויל לעבן פאר זיך און איז גאנץ ווייניג אינטערסירט מתקן זיין די וועלט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:18 am
דורך לעיקוואד
הרב נהורא נפישא יצ"ו, ראה במו"נ ח"ג פנ"ג ונ"ד, הגדרת חסד צדקה ומשפט, ואיך שמסיים בפנ"ד שגם אחרי שהתכלית הוא החכמה זה צריך להגיע לעשות צדק ומשפט בעולם. ותבין שאין סתירה בדווקא. ודו"ק היטב כי כבר אין אפשרות להאריך בשעה כזו.

נישט אומזיסט שטייט נאך אין מיין חתימה i have a dream. ועיי"ש.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:25 am
דורך לעיקוואד
נאך מער, אן די הקדמה פון חכמה, איז קיין שום מנהיגות און פעשין גארנישט ווערט. א טיפש וואס איז טאקע פעשיניט וועגן א פראבלעם, אבער למעשה איז ער לגמרי משועבד אין דער הבנה, טוהט ער אסאך מאל מער קאליע ווי ער העלפט, אסאך מאל נוצט ער א אטאם באמבע אויף צו הרגנ'ען א מוריטשקע, איך מיין אז ווער עס איז באקאנט אין פארשידענע פראבלעמען שמרבים לעורר עליהם בק"ש און געוויסע וואס טוהן כלומר'שט דאס צו פארעכטן פארשטייט גוט וואס איך מיין וא"צ להביא דוגמאות.

דער חכם וואס פארשטייט דאס וואס איך האב מסביר געווען, פארשטייט דאך דארף מען טוהן חסד צדק ומשפט, און טוהט דאס אויסגערעכענט און מיט שכל. פארשטייט זיך דרגות רבות יש בדבר. אבער באופן כללי ליידען מיר זייער אסאך פון דעם וואס אין הנהגה און פאליטיק געפינען זיך ע"פ רוב די סארט מענטשען וואס איר רעדט פון זיי, וואס מיינען טאקע פיל מאל גוט און זענען זייער פעשיניט, אבער זייער קורצקעפיגקייט איז גורם אז זיי מאכען מער חרוב ווי זיי העלעפן. אמת פאר חכמים אמיתיים צו זיין אין הנהגה האט זיך זיינע פראבלעמען, אמאל איז ער צו גלייכגילטיג צו זאכען וואס זענען טאקע אן עוולה, דארף ער טאקע זיין א חכם און פארשטיין דאס אויך, נישט זיין משועבד צו דער געדאנק פון חכמה און חירות אויך נישט. ודו"ק.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:31 am
דורך יוסף מ
ברוך אתה ה' שנתן מכחמתו לבשר ודם Lakewood

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:34 am
דורך נהורא נפישא
דארף ער טאקע זיין א חכם און פארשטיין דאס אויך, נישט זיין משועבד צו דער געדאנק פון חכמה און חירות אויך נישט. ודו"ק.

Funny

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 3:45 am
דורך איש עברי
פתח איש עברי ואמר בריך רחמנא מלכא דעלמא דיהיב חכמה לחכימין ויהיב לנו את עץ הנהר
כתלמיד הדן בפני רבו וויל איך פארשטיין אפאר נקודות:

קודם כל די הגדרה פון א חכם איז אביסל קאמפליצירט, [איך מיין די האסט עס מרמז געווען אין דיינע ווערטער] אין די אלטע ספרים הערט מען נישט אויף אריינהאקן איבער די חילוק פון א טיפש און א חכם און טייל מאל קוק איך עס אהן פאר א גרויליגע עליטיזם פון די העכערע שיכטן פון די געזעלשאפט קעגן די פשוטע המון ואכמ"ל

עס זענען דא מענטשן וואס זענען אינטעליגענט אבער אומפראקטיש, אנדערע זענען שטארקע אנאליסטן און קענען מנתח זיין א מצב אבער זענען נישט אינטעלקטועל, לויט וויפיל איך פארשטיי האסטו געמיינט א געוויסע טיפ וואס ווען ער האט א פראבלעם לעבט ער עס אין א העכערע ספערע ווי די פראבלעם, א געוויסע אינטעלעקטואל וואס באטראכט אלעס מיט אקאדעמישע ברילען.

און האסט מרכיב געווען צוויי יתרונות וואס א חכם האט א] אז ער קען אוועקפליען מיט זיין כח החכמה אז די פראבלעם זאל אים נישט דרוקן ב] אז דאס עצם צונעמען א פראבלעם מיט שכל און חכמה מאכט דו פראבלעם פאר חומר למחשבה און נישט פאר עפעס א זאך וואס פייניגט, ער ווערט עפעס ווי א פאסיווע צושויער צו זיין אייגענע פראבלעם.

די ערשטע חלק פארשטיי איך, ווייל ס'איז זייער א איינפאכע זאך ווען איך דארף מיך ספארווען מיט א פראבלעם קויף איך מיך א גוטן ספר און איך ווער נעלם אין עולם המחשבה ס'איז א פאקט וואס איך פארשטיי און איך ווייס וויאזוי מען פראקטיצירט עס, און דאס איז מן הסתם וואס יענער האט געזאגט לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי.

הגם איך זעה עס נישט אז דאס איז דווקא א יתרון לחכם מן הכסיל, ס'איז דא נאך מיטלען וויאזוי צו אנטלויפן פון פראבלעמען, א דראג עדיקט קען נעמען דראג'ס, מען קען שפילן געימ'ס, מען קען ליינען מעשה ביכלעך און אזוי ווייטער

אבער איך וויל בעסער פארשטיין לגבי וואס די שרייבסט אז די זעלבע קען די עוסק זיין אין די פראבלעם זעלבסט וואס מען האט ברענגען א שחרור פון די ווייטאג וכלשונך "שטודירען דער האלאקאוסט גוט און טיף מכל הצדדים, וועט ברענגען דער חכם וחוקר צו א געוויסע נחמה איבער דער שוידערליכע מעשה, עס וועט עם געבן א געוויסע מידת ההשתוות, ווי ער וועט נישט זיין משועבד צו די צער און ווייטאג וואס זענען זאכען וואס בינדען איין מענטשען און האלטען זיי אין פלאץ"

צו האלטסו למשל אז א חכם וואס איז געווען אין אוישוויץ האט געהאט א לייכטער לעבן ווי א טיפש? קען זיין אז יא ווייל ער האט געקענט האלטן זיין מח פארנומען מיט ענייני חכמה, אבער לגבי די עצם צרה אז דען א חילוק פון וויפיל אספעקטן מען האט עס ארויס ווען פון אלע זייטן קומט מען צו די זעלבע מסקנות?

אוודאי פאר איינער בדורנו וואס ליינט איבער די האולאקאוסט איז א חילוק די שטחיות'דיגע מענטש ווערט פול מיט כעס און ווייטאג און די חכם כאפט א בולמוס פון חכמה פון וויפיל מען קען אריינקלערן און וויפיל חומר למחשבה דאס גיבט, אבער ווען מען איז אין א פראבלעם וואס מען ליידט דערפון מדי יופ ביומו וועט דאס ארויסהאבן די פראבלעם אויף א אינטעלעקטועלע אופן פארקלענערען די ווייטאג?

איך וואלט געזאגט אז דו רעדסט פון איין געוויסע סארט חכם וואס לעבט מער בעולם המחשבה ווי בעולם המעשה און טעאריע איז ביי אים שטערקער ווי מציאות, אבער איז דאס געזאגט געווארן פאר יעדע קלוגע מענטש?

עס קען זיין אז איך האב אינגאנצן נישט געכאפט דיין פוינט ונא להאיר עיני
[tag]לעיקוואד[/tag]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:58 am
דורך לעיקוואד
[justify]מאן פון עבר, איר זענט גערעכט, איר האט נישט אינגאנצען געכאפט מיין פוינט. איך ווייס עס איז א שווערער פוינט מסביר צו זיין אביסעל, אבער איר האט מיר געהאלפען דאס קלארער מאכען דורך שרייבען גוט וואס איך מיין נישט. איך וועל פראבירען מאכען אביסעל קלארער.

איך רעד נישט פון נוצען חכמה אלץ א דיסטרעקטשין פון לעבן, אזויווי איר זאגט, אין דעם איז נישט קיין אמתער נפקא מינא דער חכם מיט דער אלקאהאליק, ביידע נוצען זאכען וואס זיי האבען ליב צו אנטלויפען פון פראבלעמען. נישט דאס מיינט לולי תורתך שעשועי, נישט אז דאס איז אלעמאל שלעכט, אבער דאס איז חיי שעה, א צייטווייליגער עסקעיפ פון פראבלעמען, נישט קיין חירות, דער תורה איז חיי עולם, חירות עולם, א וועג וואס נעמט דער מענטש אינגאנצען ארויס פון דער פלאנטער.

איך מיין אויך נישט אזא מין חכם וואס שוועבט בעולם הטעאריעס און פארלירט בכלל זיין שפיר צו עולם המעשה. דאס איז דאך ווייטער א מעשה טיפשות, ווי דער שטערנזעהער וואס פאלט אריין אין גרובער זייענדיג פארטיפט אין באטראכטען די שטערנס. איך רעד פון זיין מורא'דיג געבעיסט מיט אפענער אויגען אין עולם המעשה און אין עולם המחשבה אינאיינעם.

דער שיחרור פון וואס איך רעד איז אביסעל שווער אנטאפען און מסביר זיין. איך וואלט כמעט גערעדט פון דעם ווי דער סגולה פון חכמה, נישט אז דאס איז למעלה מדרך הטבע, אבער איך רעד פון א זאך וואס איז דער סגולה. עס ליגט מער אין די אקט פון זיין א חכם ווי אין די מציאות פון חכמה. איך רעד נישט פון קענען כל התורה כולה, נאר פון לעבן אין חכמה. דער עצם אקט פון זיך אוועקזעצן טראכטען אויף א זאך בחירות, דאס מפשיט זיין א זאך פון זיינע פיזישע און עמאציאנאלע גבולות און דאס אריינברענגען אין עולם השכל, אין כללים מופשטים, דאס איז א גאולה. דער חכם וואס טראכט איבער די שואה איז מער רוהיג נישט ווייל ער האט וואס צו טוהן ער קען אויף דעם שרייבען א פעיפער, נאר דער עצם צוגיין צו דעם בדרך חכמה בדרך של הפשטת הדברים מגשמיותם ברענגט עם צו לעבן די זאך אינגאנצען אנדערש.

אמת ווי איר זאגט די פריערדיגע ספרים רעדן א סאך פון די מעלה פון א חכם איבער א טיפש, דאס מיינט טאקע ספרים ווי ספר משלי, אדער ספרי ראשונים פארשידענס, דער זוהר וואס איז פול פון דעם באופן חריף ביותר. היינט איז אנגענומען דאס אנקוקען פאר עליטיזם. וואס איך זאג איז נישט מען זאל זיין אן עליטיסט א בעל גאווה א סנאב, דער חכם וואס איך מיין איז מעורב בין הבריות שטייט גלייך מיט יעדעם, ואדרבה. אבער די ספרים זענען אינגאנצען גערעכט. מיר פארגעסען דער חילוק. בדורות האחרונים איז חכמה געווארען אן אקאדעמישער זאך, וואס קאנצעטרירט זיך מער אויף זאמלען ידיעות און פאקטן ווי אויף זיין א חכם. אין ענגליש רופט מען דאס די חילוק פון knowledge און wisdom. אקעדמיע איז געבויט אויף נאלעדזש. דאס איז טאקע גלייך פאר יעדער איינער, אבער אמתער חכמה, וויסדאם, איז אפשר טאקע נאר דא ביי יחידי סגולה. עכ''פ אויף דעם איז געזאגט געווארען אלע שבחי החכם וגנות הטיפש.

קען נאכאלץ זיין אז היינט דארף מען גיין מיט אן אנדערע סארט הסבר, און די וועג פון אוועקמאכען דער טיפש איז נישט גוט, אבער דער זאך קען כמעט נישט ארויסגעברענגט ווערן א צווייטער וועג, וויבאלד עס איז נישט קיין סייענס וואס מען קען ווייזען אויף א טשארט, די שטערקסטע וואס מען קען זאגען איז אז דער חכם איז בכלל נישט קיין צוגלייך צום טיפש. די נאלעדזש קען יעדער איינער האבען, אבער חכמה בלייבט גאר זעלטען. ווי פלעגט מיין באבע זאגען, ''וואס טויג דיר דיין חכמה אז דו האסט נישט קיין שכל ''[/justify]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:13 am
דורך איש עברי
נאך אלץ מיין איך אז מען רעדט נאך אלץ פון א געוויסע סארט חכם, ווייל למשל א געוואלדיגע חכם וואס איז א שווארצקוקער האט א גליכליכערע לעבן פון א אפטאמיסטישע טיפש?
איך פארשטיי אז דער חכם וועט נישט אויפגעבן זיין חכמה אפילו דאס מאכט אים אומגליקליך, אבער איז ער במציאות גליקליכער?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:24 am
דורך לעיקוואד
קענסט אלעס רופען א געוויסע סארט, אוודאי זענען דא "חכמים" וואס זענען נישט אזוי. איך רעד פון א געוויסע סארט יכמה. דאס זיין א אפטעממיסט אדער א פעסימיסט האט נישט צוטוהן דא. עס קען זיין איינער אפילו אזא חכם וואס איך רעד וואס ער איז א שטארקער פעסימיסט, אבער דאס וואס ער איז א חכם מיינט אז ער איז משוחרר פון די שוועריקייט וואס א פעסמיסט וואס איז נישט קיין חכם ליידט פון.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 11:00 am
דורך ברסלבער
לעיקוואד, אזוי ווי דו זאגסט אליין איז דאס שווער מסביר צו זיין, און איך פארשטיי עס טאקע נישט פונקליך. אפשר לייגסטו אראפ א דוגמה ווי אזוי דו באטראכסט א געוויסע זאך מיט די חכמה-ברילן, או אזוי וועט עס מער נתקרב ווערן אל השכל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:09 pm
דורך שמערל
איך וועל פראבירן אביסל בעסער מסביר צו זיין לעיקוואד'ס רייד, ויהי רצון שלא יצא תקלה מתחת ידינו.

ווען א געווענליכער מענטש מיט א הארץ, וועט זען א ווידיאו ווי א לייב פארציקט א זעברא, וועט ער אויטאמאטיש באקומען א רחמנות געפוהל אויפן אומשולדיגען חיה, עס וועט אים באדערן אז איינער ליידט. אויב וועט ער זיין א אכזר, וועט ער הנאה האבן צו זעהן דו מעשה רציחה פונעם לייב.
משא''כ אויב וועט ער זיין א חכם, וועט ער פארשטיין אז עס איז נישט שייך קיין רחמנות און אכזריות דא, סך הכל איז עס א לאנגע קייט אין די סייקל אף לייף, וואס א לייב מיז האבן וואס צו עסן, און א זעברא איז מיועד אויף דעם, פונקט ווי עס איז נישט שייך קיין רחמנות אויף גראז וואס ווערט אויפגעגעסן, דורך די זעברא. סך הכל באטראכט ער די נאטור ווי א פרעמדער נישט נעמענדיג קיין צד נישט אויף די גוטע חלקים, און נישט אויף די שלעכטע, ווייל ער האט עס נישט דיזיינט און איז נישט פאראנטווארטליך דערויף.

די זעלבע וועג וועט א חכם באטראכטן אונזערע מענטשליכע פראבלעמען. ער וועט זיך אנטוען זיינע אנטראפאלאגישע ברילן, און באטראכטן א מענטש ווי סך הכל נאך א ספישיס אין די בריאה, וואס האבן זיך זייערע מיטמאכענישן און עקסייטמענטס, און ער וועט זיכן צו פארשטיין זייערע טבעיות, אבער ער וועט פארשטיין אז עס איז נישט שייך זיך צו באדערן אדער זיך רעגן אויף עפעס, ווייל דאס איז דער ווי מיר זענען דיזיינט געווארן. און נאכמער דו אינטערסאנטקייט פון אונזערע טבעיות וועט אים מאכן פארגעסן און נאמב פין פילן אירע פראבלעמען.

למשל, אלע מענטשן האבן א תאוה צו פרויען, דערגרייכן די תאוה ברענגט צופרידענהייט, און מאנגל דערפון וועט גורם זיין צער און א פילינג פון א לוזער. א חכם וועט זיך אריינלייגן און וועלן פארשטיין ''פארוואס'' האבן מיר די רייץ. און ער וועט קומען צו די מסקנה אז דאס איז נאר א מיטל אז מיר זאלן זיך וועלן ריפראדאסן און האבן קינדער. איינמאל ער וועט צוקימען צו דעם, וועט שוין די גאנצע תאוה ווערן אפגעשוואכט ביי אים, און עס וועט אים שוין נישט אזוי באדערן אויב איז נער נישט סוקסעספול מיט פרויען, ווייל ער וועט עס אנקוקען מיט א דרויסענדיגע בליק, אןן זיך מער נישט פילן ווי א חלק פון די מענטשהייט, וואס לויפן נאך בלינדערהייט זייערע תאוות.

דאס זעלבע איז נוגע בנוגע אונזערע לאקאלע חרידיזם פראבלעמען. למשל, פארשטיין די היסטאריע און סיבות וואס האבן געפירט אז פרויען זאלן זיך אפשניידן די האר, די מיטאס פון קאלטענעס וכדומה, נעמט אביסל אוועק די רעגעניש, פארוואס מיר טוען עס. האבן א גרינטליכן פאאשטאנד אין די laws פון א רעליגיע, פארשטיין אז נאטורלעך מיז א רעליגיע ווערן פרומער און מער און מער עקסטרעם, קען פארלייכטערן די רעגעניש יעדעס מאל מען פון א פרישע גזירה אדער חומרה. עס קען אפילו גורם זיין  א שמייכל אויף די לעפצן ווען מען זעט א פרישע צעטל וועגן שמאלע געפאסטע קליידער, אדער דאס קינד אהיימברענגען עפעס א פריש צעטל ווי מאיז מחנך עפעס וועגן די שלעכטע גויים, פשוט פון זען וויאזוי מיר גייען טאקע נאך די חוקי הטבע.

ווען צווי מענטשן טענהן זיך וועגן אהרן, זלמן לייב, קען מען שטיין אין די זייט און אפילו אריינווארפן עפעס מיט א שמייכל, ווייל מען פילט זיך ווי א פרעמדער, ווי עס האט גארנישט מיט דיר, יא עירוב נישט עירוב, יא כינוס כלל ישראל נישט כינעס, יא אויפגראבן דעם גלובענציץ נישט אויפגראבן, איר קענט אפילו האבן א צד ביי איעדע מחלוקת ווער עס איז גערעכט, די חכמה איז אבער, עס צו באטראכטן פון דער זייט ווי א פרעמדער, און נישט ווערן נתפעל פון פערזענליכע געפילען, נאר זיך פילן ווי א צוקיקער פןן מארס וואס באטראכט פאסיוו פונדערווייטנס, וואס עס קומט פאר אויף אונזער פלאנעט.

המשך אי''ה אחר העבודה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:44 pm
דורך יאיר
אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט די "חכמה" פון וואס לעיקוואוד רעדט, נאר די "ענוה", א חכם (פון דעם סוג וואס מען רופט wise) איז אן עניו. ער נעמט גארנישט פאר גרענטעד. ער לייגט נישט אריין זיינע אייגענע סוביעקטיווע מיינונגען אין יעדע זאך. ער האטא א כח פון אפטיילן זיינע הרגשים מיט דעם מצב ארום אים, און דאס איז א געוואלדיגע שחרור. קיינער איז נישט קיין הונדערט פראצענטיגער עניו, אבער עס זענען פארהאן פארשידענע דרגות. למשל, היטלער איז געווען דער תכלית ההיפך פון חכמה-ענוה-אביעקטיוויטעט. דער רמב"ם איז (arguably) געווען דער תכלית החכמה והענוה צו וואס א מענטש קען דערגרייכן. הדא הוא דכתיב, ובלב כל חכם לב נתתי חכמה. ואידך פירושא זיל גמור.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:46 pm
דורך יאיר
פון די אנדערע זייט האט דער חכם דער חסרון אז ער קען אריינפאלן אין דעם לאך פון תכלית הענוה, וואס איז אויך נישט גוט. ווייל דאן ווערט מען אן עקסטרעמער ציניקער און סקעפטיקער. דער חכם, פונקט ווי יעדער מענטש, דארף זוכן דעם שביל הזהב. און עס איז מיר א פרייד צו זען אז לעיקוואוד איז שוין אויפ'ן וועג אהין, הלואי וואלט ער מיר געקענט מיטשלעפן ;).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:07 pm
דורך הבא ללמד
לויט מיין פארשטאנד האט דע אלע זאכען נישט מיט קיין חכמה, דאס איז א עקסטערע עבודה פין "מח שליט על הלב" מען זיין דער קליגסטער מענטש אין נישט האבען קיין שום שליטה אויף זיינע געפילען, און פארקערט מען מיז נישט זיין דע קליגסטער מענטש אבער ער האט זיך אזוי פיל אויסגעהארווערט אז ער ווערט נישט איבער גענימען פין קיין געפילען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 8:40 pm
דורך הילל
לעיקוואד, א דאנק פאר די קלוגע דיבורים און הערליכע פונקטן.
עטליכע הערות,
קודם מיין איך דו מישט אביסל אויס איין מין חכם מיט א אנדערע, ווייל פון זיין זייט קוקט אויס דו רעדסט פון אן אמת'ן אלגעמיינעם חכם וואס קוקט אויף יעדע זאך מיט אנדערע, ברייטערע אויגן. אבער דאן זע איך געסט א משל פון איינעם וואס איז בלויז א חכם אין א זאך, ווי כעמיע וואס דו דערמאנסט, וואס יענער (וואס איך וואלט ענדערש אנגערופן א "דזשיניוס") מוז בכלל נישט זיין קלוג אין געווענליכן לעבן, און האט נישט די מעלות ואוס דו האסט דערמאנט פון א "חכם". ער איז סך הכל א קעמיסט אדער א מאטעמאטיקער, ער איז אן "עקספערט" אין איין פעלד, אבער דעציט.

נאך א זאך וואס איך וויל צולייגן. איך מיין אז די לעבן פון א חכם מוז בכלל נישט זיין בעסער אדער גרינגער ווי סתם א מענטש. ער קען סאך מער ליידן, אדער סאך ווייניגער, נאר דער חילוק איז 'וויאזוי' ער ליידט. וויבאלד ער קוקט אן מיט גאנץ אנדערע בליקן יעדע געשעעניש, איז זיין גאנצע מהלך המחשבה גאנץ אנדערש. ער פרובירט זיך נישט אראפלאזן צו די דיטעילס וואס קענען צעשטורעמען זיין מצב אדער פראבלעמען, נאר ער איז מער איבערגענומען פון דעם גרעסערן בילד, אדער איז ער אריינגעזינקען אין צענעמען די דעטאלן וואס ליגן 'אונטער' די פאסירונגען. זיין חכמה טוט אים לאו דוקא ארויסנעמען אדער אויסלייזן פון צער, עס מאכט נאר די צער פון גאר אן אנדערע סארט. און פון א חכם'ס פערספעקטיוו איז עס אסאך בעסער ווי א פשוט'ער מענטש. אפילו ער האט צער, אפילו ער האט שוועריקייטן, איז עס קיינמאל נישט בבחינת סתם א צעמישעניש און פארלוירנקייט, נאר ער זעט קלאר דעם גאנצן ענין און קוקט דערויף מיט אנדערע טיפערע בליקן. נאר טאקע וועגן דעם איז אמאל די עצם צער נאך ערגער, ווייל ער באגרייפט פיל טיפער די צער און סעדנעס פון דעם מצב פרטי אדער כללי (וואס איז שוין א חלק פון דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב). אבער עס איז דאך הונדערט מאל בעסער און חשוב'ער, פונקט ווי א מענטשנ'ס צער איז אויף א פיל העכערע לעוול ווי דעם קעצל'ס, ווייל בשעת דער קאץ קען אויך 'שפירן' א ווייטאג, איז עס אבער ווייט נישט די זעלבע בחינה ווי די 'אינערליכע צער' פון א מענטש, וואס איז נישט סתם א טרוקענע זאך וואס ער 'שפירט', נאר פיל ברייטער און טיפער. אזוי אויך איז דער חכם נאך א לעוול העכער ווי דעם געווענליכן מענטש.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 11:32 pm
דורך יאיר
אגב, דעם זעלבן געדאנק פון לעיקוואוד האב איך אמאל באשריבן אויף אן אנדער אופן אין מיין אשכול זמן חירותינו - אמת'ע פרייהייט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:46 am
דורך נולד מאוחר
איז דאס א משל פון חכם. קוקט אן לעבן אינדרויסען פון די אנגענימנע בליק אויף לייף. לעבן נאך א סטרוק איז נישט ווערד.
ער ענדיגט זיין לעבן רואיג און דורך געטראכט.
Police had read Schneidman Wilson’s suicide note, which said that he “had a great life” and his decision to die was “nothing to be ashamed of,” according to an interview the accountant gave to The New York Times.

מיין חבר האט און זיין צואה געשריבען פאר זיינע קינדער ווען מיין צינג הענגט שוין, פליז מאך זיכער אז כשטארב.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:12 pm
דורך הוגה
איך ווייס נישט אויב א חכם באגייט זעלבסטמארד, אבער ער קען זיכער פארשטיין איינער וואס באגייט זעלבסטמארד.

אגב, די לעצטע דרשה פון סקרטוס, איידער ער איז אומגעברענגט געווארן איז גאנץ א שטארקע אינדיקאציע אויף די באדייט פון חכמה. עיי"ש ותמצא נחת.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 6:54 pm
דורך מאראנצןזאפט
[tag]לעיקוואד[/tag], איך בין נישטא געווען, און איך האב פארפאסט די גאנצע סומאטוכע, אבער בקיצור איז די מעשה אז מ'האט דיך געפייערט, א יא?

בנוגע דאס וואס דו שרייבסט אז דער חכם זעט אויס ווי אחד מבני החבורה און למעשה לעבט ער אין א צווייטער וועלט, דאס איז אן אמת'ער נקודה, והאי לך לשון הגאון חזון איש באחת מאגרותיו, וז"ל:

האיש הזוכה לידיעת התורה ר''ל שהשכל הניתן בנפש כגרעין בגומת השדה התאחד עם החכמה והיו לבשר אחד, הוא הולך בין אנשים, ונדמה לאדם הרואה לעינים כבן אדם, אבל! באמת הוא מלאך הגר עם בני תמותה, וחי חיי אצילות ומרומם על כל ברכה ותהלה (קו"א, א, יא).

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:48 pm
דורך נהורא נפישא
[tag]לעיקוואד[/tag] בענין וואס דו האסט געשריבן אז די מאדעל פון חכמה וואס די ביזט מתאר באריכות נעמט אין זיך אריין (אדער שטייט עכ"פ נישט בסתירה) מיט אקטוויזם פאר יושר וצדק.
כמה הערות, ראשית איז דיין מאדעל פון חכמה superior פון אנדערע דערגרייכונגן מיט דעם וואס ס'קומט נאך די בעסטע די purpose in life דערגרייכענדיג א חוץ די העכסטע אידיאל אין לעבן וואס דאס איז חכמה קומט דאס אויך באופן פון א חיים מאושרים ומנוחת הנפש, רצוני לומר אז ס'קען זיין א מציאות פון א חיים מאושרים געבויעט אויף אן אמונה פון פאלשע הנחות און הבטחות אבער דאן איז דאס נישט דאס זעלבע טיפע און ברייטע הנאה וקורת רוח, גענוי ווי די הנאה פון א קינד מיט א דערגרייכונג אין זיין קינדעריש וועלטל, איז נישט דאס זעלבע עומק הנאה ווי דאס פון אן ערוואקסענעם וואס האט ברייטערע ערווארטונגן ווען דערגרייכענדיג אן אומגעהויערע דערגרייכונג.
און דאס זעלבע, מ'קען זיין א חכם און נישט האבן דערביי א חיים מאושרים, ד.ה. מ'קען האבן גאר ערנסטע דערגרייכונגן אין קונה זיין ידיעות אין מערערע געביטן אויף א פארנעם וואס ריפט ארויס א געוואלדיגע התפעלות, אבער צו די זעלבע צייט לעבן מיט אן אומקלארקייט אינעם לעבן זעלבסט און ווערן איבערגענומען און צושאקלט פונעם ריעאלן לעבן נישט האבנדיג דערביי קיין מנוחת הנפש.
נעמענדיג אין באטראכט אז די דאזיגע שלב פון חכמה וואס איז אויך די שפיץ פון א  גליקליך לעבן איז אבער נישט די שפיץ פון התפשטות פון אלע אומלאגישע מענטשליכע נטיות, ווייל מערקעוועדיג רעדט מען דאך פון א מציאות אין וואס מ'האט נישט צונומען די מענטשליכע געפילן (אויב ס'איז בכלל שייך) וואס שטאמן נאך דווקא פון א pre-logical stage in the human psyche, וואס דאן דערגרייכט מען א מצב פון פארלירן די motive and purpose of life altogather, א מצב אין וואס מ'זאגט למה לי חיים און מ'וויל אראפשלינגן א פיל און ענדיגן דאס לעבן בשלום (ולאו דוקא מכח דעפרעסיע וכאמור)
אבער דאס איז א שלב וואס אין יעצטיגן state of mind וויל דאס קיינער נישט דערגרייכן, ליבערשט וויל מען דערגרייכן א מצב אין וואס מ'נוצט די עמאציעס אויפן מערסטן עפעקטיוון אופן פון וואס מקען פון איר ארויסנעמן די גרעסטע הנאות וקורת רוח.
לאור זה קען נאך זיין דאס זיין אקטיוו און אפילו שטורעמן פאר יושר וצדק פארשטענדליך, הנאה האבנדיג דערביי דאס מאכן א דיפרענץ אין געזעלשאפטליכן לעבן.
אט דא קומט אריין מיין אבזארוואציע, דער חכם גלייבט דאך אבער נישט אין מאראל לשם מאראל, ווייל דאס איז פאר אים אן אומזיסטע שעבוד, ממילא בהנחה אז דאס פארלעצן מאראלישע ווערדן וועט פאר אים דוקא זיין פראקטיש און וועט נישט ליידן די קאנסעקווענצן וועט ער דען נישט זיין די ערשטע זיי צו פארלעצן ?