בלאט 1 פון 2

קאווע בלעטער #3 - חצי שבט א' תשע"ד

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:43 pm
דורך פישלע העררינג
בייגעלייגט איז נאך א אינסטאלאציע פון "קאווע בלעטער".


וויבאלד עס איז דער דריטע קובץ, מאך איך דא א מחאה דרבים אזוי אז איך מוז זיך נישט בינדען צו א חזקה...

כמעשהו בראשונה, האב איך צוויי כללים ביים אריינשטעלן אן ארטיקל: דער ארטיקל מוז געלייקט ווערן פון לכל הפחות 10 אקטיווע ניקס, און עס איז עטוואס לענגער ווי סתם א תגובה.

איך בין ספעציעל צופרידן פון דער דאזיגע אויסגאבע, ווייל עס רעפלעקטירט וויאזוי מען האט דא רעאגירט צום ערשיטערדיגע מארד פון אחד מבני החבורה. עס איז נישט פארגעקומען קיין פריטשינג טו דע קווייער, אבער אסאך אידיש הארץ איז אויסגעגאסן געווארן איבער די אשכולות מיט סענסעטיוויטי אבער אייגנארטיגקייט.

ידידנו [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט גאר שטארק בייגעשטייערט, עפענענדיג א קוואל פון טאלאנט ביי די ניקס.

פון די ארכיוון זענען אפירגעקראצט געווארן א שיינע חינוך ארטיקל פון אונזער געשעצטער [tag]ברסלבער[/tag], און א הומאריסטישע ארטיקל פון אונזער באליבטע [tag]יואב[/tag].

בסך הכל, איז עס געוועהן א פראדוקטיווע צוויי וואכן.

אויב האב איך איינעם אויסגעלאזט, אדער פאר סיי וועלכע הערות, ביטע שיק אין אישי. איך בין אין פארבינדונג מיט א פאר באזעסענע ניקס בעצה ותושייה, ותשואת חן חן להם.

ועל כולם, טייערע לייענער, אויב דו האסט הנאה פון א ארטיקל, זיי דיך מטריח און לייק עס! דאס געבט א שטופ פאראויס פאר דער מחבר צו שרייבן נאכמער און נאך שענער.

קאווע בלעטער נומער 3

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:25 am
דורך [NAMELESS]
ווי איז עס בייגעלייגט? איך זעה עס נישט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:00 am
דורך פישלע העררינג
אנטשולדיגט, פריער איז דער לינק נעלם געווארן לפי שעה.

לייענט און האט הנאה...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:02 am
דורך שעפטל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ועל כולם, טייערע לייענער, אויב דו האסט הנאה פון א ארטיקל, זיי דיך מטריח און לייק עס! דאס געבט א שטופ פאראויס פאר דער מחבר צו שרייבן נאכמער און נאך שענער.

אה יע...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:16 am
דורך shem-tov
יישר כח א העליכע ארבעט. גרויס הנאה אז מיין אשכול וויאזוי צו פארמיידן דראגס ביי די יונגווארג ווערט פארשפרייט סקען געוואלדיג צוניץ קומען פאר די וואס פלאגן זיך ליידער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:59 am
דורך קרעקער
סתם עצה טובה
גיי ציריק צו די ערשטע בלעטער ווען קאווע שטיבעל האט זיך געפענט דעמאלץ איז געוועהן עכט גיטע סחורה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:10 am
דורך פישלע העררינג
שעפטל האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ועל כולם, טייערע לייענער, אויב דו האסט הנאה פון א ארטיקל, זיי דיך מטריח און לייק עס! דאס געבט א שטופ פאראויס פאר דער מחבר צו שרייבן נאכמער און נאך שענער.

אה יע...

כא כא כא. נישט באמערקט דיין חתימה....

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:50 am
דורך גד החוזה
גד החוזה: גארבידזש גארבידזש גארבידזש ווי ביסטו?
פישל: האסט גארנישט געשריבען איבער גארבידזש, פארוואס זאל דן יא זיין?
גד החוזה: ווער וואלט דען געגעבן א לייק פאר גארבידזש?
פישל: איך וואלט אויב איז עס גוט אהער געשטעלט
גד החוזה: אזוי איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האט ליב גארבידזש?
פישל: גד, יעדער איינער איז א שטארקע חסיד פון גארבידזש, נאר זיי רעדן נישט דערפון.
גד החוזה: אקעי, וויבאלד מיין צייט איז מצמצום (שיטת קאפוסט), בעט איך איינער זאל מזכה זיין דעם קומענדיגע קונטרס מיט א פאהר עמודים גארבידזש.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:54 am
דורך פישלע העררינג
גד החוזה האט געשריבן:גד החוזה: גארבידזש גארבידזש גארבידזש ווי ביסטו?
פישל: האסט גארנישט געשריבען איבער גארבידזש, פארוואס זאל דן יא זיין?
גד החוזה: ווער וואלט דען געגעבן א לייק פאר גארבידזש?
פישל: איך וואלט אויב איז עס גוט אהער געשטעלט
גד החוזה: אזוי איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האט ליב גארבידזש?
פישל: גד, יעדער איינער איז א שטארקע חסיד פון גארבידזש, נאר זיי רעדן נישט דערפון.
גד החוזה: אקעי, וויבאלד מיין צייט איז מצמצום (שיטת קאפוסט), בעט איך איינער זאל מזכה זיין דעם קומענדיגע קונטרס מיט א פאהר עמודים גארבידזש.

איך האב הנאה אז אינעם איצטיגע קונטרס האסטו גארנישט געטראפן וואס קען באטראכט ווערן ווי גארבעדזש... :D

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 11:05 am
דורך פישלע העררינג
דער פי די עף איז יעצט רעדאגירט געווארן כדי צוצילייגען א חשוב'ע ארטיקל פון [tag]shem-tov[/tag] מיט א תגובה פון [tag]הילל[/tag], וועלכע זענען פארדריסלעך ארויסגעפאלן בטעות (ווארטענדיג פאר 10 לייקס).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:01 pm
דורך פישלע העררינג
נאכאמאהל אפגעידעט, צוגלייגענדיג דער "פאעזיא" פאעזיא פון [tag]יאנקל[/tag], מיט די תגובות פון [tag]משה געציל[/tag] און [tag]אפטעמיסט[/tag].

יישר כח פאר אלע מעוררים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:13 pm
דורך פישלע העררינג
אין דעם נומער האבן מיר ארטיקלען פון:

[tag]ברסלבער[/tag]

[tag]פישל'ע העררינג[/tag]

[tag]הערשי[/tag]

[tag]יואב[/tag]

[tag]מאטי זיבענבערג[/tag]

[tag]שיטה מקובצת[/tag]

[tag]שעפטל[/tag]

[tag]רויטע וואנצעס[/tag]

[tag]יעקעלע חכם[/tag]

[tag]הילל[/tag]

[tag]מאראנצןזאפט[/tag]

[tag]משה געציל[/tag]

[tag]יאיר[/tag]

[tag]אפטעמיסט[/tag]

[tag]געפילטע פיש[/tag]

[tag]לולקע-ציבעך[/tag]

[tag]פוןדעסטוועגןדאך[/tag]

[tag]נשמה יתירה[/tag]

[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]

[tag]איש עברי[/tag]

[tag]הוגה[/tag]

[tag]לעיקוואד[/tag]

[tag]shem-tov[/tag]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:15 pm
דורך פיש כאפער
א גרויסן ייש״כ פיש׳לע. איך מיין דאס איז נאך די בעסטע אויסגאבע. ייש״כ פאר אלע טייערע אויבנדערמאנטע קאנטריביוטערס, איר האט מחי׳ געווען א(סאך) איד(ן)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:57 pm
דורך מאטי
יישר כוח פישל ס'איז מיר א כבוד צו זיין אויף איין ליסטע מיט אזעלכע גדולי דורינו עפר אני תחת .. ובכן וואלט געווען א גלייכע זאך אז אויב אימיצער האט צוויי אדער מער ארטיקלען צוצושרייבן דעם נומער צו זיין ניק.)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:17 pm
דורך איש עברי
moti107 האט געשריבן:יישר כוח פישל ס'איז מיר א כבוד צו זיין אויף איין ליסטע מיט אזעלכע גדולי דורינו עפר אני תחת .. ובכן וואלט געווען א גלייכע זאך אז אויב אימיצער האט צוויי אדער מער ארטיקלען צוצושרייבן דעם נומער צו זיין ניק.)

האלט דיך נישט אזוי קליין ביזט זייער א געשמאקע און תוכנ'דיגע שרייבער, אבער דיין ניק גייט מיר אויף די הינער אויג'ן ביטעעעעעעעעעעעעעעע טויש עס ווי פריער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:21 pm
דורך לעמיל
א גרויסען יישר כח ר' [tag]פישל'ע העררינג[/tag] אויב מעגליך לייג עס ארויף אלטס א פי די עף וואלט געוועין אינטערסאנט צו זעין וויפיל דאונלאודס עס וועט האבען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:25 pm
דורך פישלע העררינג
לעמיל האט געשריבן:א גרויסען יישר כח ר' [tag]פישל'ע העררינג[/tag] אויב מעגליך לייג עס ארויף אלטס א פי די עף וואלט געוועין אינטערסאנט צו זעין וויפיל דאונלאודס עס וועט האבען

עס איז צו א גרויסע פייל. אויב דו קענסט עס מאכן קלענער, בי מיי געסט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
הערליך פישעלע, א יישר כח. ס'ווערט דיקער און דיקער. מ'קען געבן מעות קדימה פאר די נעקסטע? דו נעמסט ביטקאינס?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:34 pm
דורך לעמיל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:48 pm
דורך שעפטל
שכח פארן מיך אריינלייגן... ס'איז א שטופ אויף נאך...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 3:07 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]באריסטא[/tag], זאל איך מוחה זיין אויף לדעת.נעט? איז נישט בעסער אז דער וואס הערט דערפון זאל דא אריינקליקען?

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:49 am
דורך פישלע העררינג
ביי אונז אין שטיבל האט מען שוין געבליקט דעם אשכול איבער 500 מאהל! און פון לדעת.נעט האט מען עס שוין ארפגעלאדענט איבער 200 מאהל! דראפבאקס זאגט מיך אז עס איז שוין אראפגעלאדענט געווארן 936 מאהל!

דערפאר וויל איך ענק דערמאנען, אויב עטס האט הנאה פון א געוויסע ארטיקל, נעם דיך די פאר רגעים און גיב עס א לייק, אדער שרייב צו א תגובה להגדיל ולהאדיר.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:55 am
דורך רויטע וואנצעס
!WOW