וואס מיינט חמשה עשר בשבט פאר אונז?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 3:03 pm
לאמיר אביסעל אריינטראכטן, וואס מיינט דער טאג חמשה עשר בשבט פאר אונז ? , חוץ פון עסן אביסעל פארטרוקנטע פרוכט , און זיך איינשפאהרן א תחנון , וואס האט דאס מיט אונז ? וואס זאגט דאס אונז .
"כי אדם עץ השדה", א מענטש איז געגליכען צו א בוים, מיט וואס?, בעצם איז דא אויף דעם אסאך שיינע געדאנקען אבער לאמיר ארום שמוסען איבער א וויכטיגע נקודה .
שטייט א ביימעל'ע אזוי שיין און שטאלץ אינמיט'ן פעלד מיט איר גאנצען פראכט און שיינקייט, ממש א מחי', עס געט ארויס געשמאקע זאפטיגע פירות, ממש טעם גן עדן,
אבער די צוקיקער ווייסען נישט וויפיל ארבעט און הארעוואניע עס איז אריין געגאנגן אין דעם בוים, וויפיל חדשים און יארן, מען האט זיך געפלאגט דאס איינציפלאנצען, און באוואסערען; אבער פארשטייט זיך אליין אז עס האט זיך אלעס געלוינט, הזורעים בדמה, ברנה יקצורי.
שטייט אבער און די זייט א קליין איינגעפאלנע ביימעל'ע, קוים פארמאגט זי אפאר בלעטלעך מיט איינצילנע טרוקענע פרוכט , אזוי פארשעמט גייט דער בעל הבית פון דעם קליינעם בוים צו זיין חבר וואס האט דעם שיינעם געשמאקן בוים, און פרעגט איהם, דו ביסט דאך א גוטע חבר מיינער, העלף מיך ארויס זאג מיר וואס איך קען טוען צו מיין ביימעל'ע אז עס זאל אויסקוקן ווי דיינע,
דער חבר עפענט אפאר אויגן, וואס??? יעצט קומסטו צו מיר ? יעצט ווען דיין בוים שטייט שוין?, איך האב פאר דיר נישט קיין שום וועג, יעצט איז שוין צו שפעט, די וואלסט ווען געברויכט קומען צו מיר גלייך און אנהייב , נאך פאר די האסט אנגעהויבן פלאנצען, דעמאלטס וואלט איך דיך געקענט זאגן וועלכע קערנדליך צו ניצען און ווי אזוי מען פלאנצט דאס איין, און ווי אזוי מען באוואסערט דאס; אבער יעצט, יעצט איז שוין צו שפעט עס טוט מיר זייער לייד אבער איך קען דיר נישט העלפען,
דער בעה"ב פלאצט אויס און א ביטערליך געווין, וואס הייסט? אלע מיינע טעג הארעוואניע איז גארנישט? מיינע טעג אין נעכט וואס איך האב אריינגעלייגט אין דעם ביימעל און יעצט גארנישט ?? .
טייערע פריינד, וויפיל קישענעס זענען שוין דורכגעוויגט געווארן אויף דעם איינציגען זאך "נחת"!, אוי וויפיל שלאפלאזע נעכט? וויפיל ליידיגע טעג פון נישט קענען אנגיין געהעריג? וויפיל צער און עגמת נפש? וויפיל ארום לויפן צו מחנכים? וויפיל טרערן האט שוין דער תהילמע'ל אין זיך אריינגענומען.
אבער טייערע פריינד מיינ'ס, פארוואס ? פארוואס ? פארוואס יעצט?
פארוואס האסטו נישט געבעטן ביים כל יכול ווען דאס קינד איז נאך געווען קליין? ווען ער איז נאך געווען אין די וויגעלע, פארוואס האסטו געווארט ביז יעצט? .
די גמרא זאגט און סנהדרין, "לעולם יקדים אדם תפילה לצרה "
ווייל איינמאל די צרה איז שוין דא דארף מען שוין האבן טראק לאודס פון זכותים זיך ארויס צו זעהן פון דעם צרה.
די אנשי כנסת הגדולה האב'ן מתקן געווען אזא שיינע תפילה פון "והערב נא השם אלוקינו וכו ', איר וויסט וויפיל טרערן מען וואלט זיך געקענט פארמאדע'ן ווען מען זאל דעס זאגן מיט אביסעל כוונה ?, נישט בשעת מען מאכט דעם וועג צום בית המדרש און מען קנעפילט נאך צו דעם אויבער ראק זאל מען דאס אריינכאפן, פשוט ווייל עס איז דאך א שאד די צייט, און נישט ווען מען גיסט אריין די געשמאקע טעיסטערס טשויס קאווע אונ'ם גלעזעל זאל מען זיך אונטערמאמלען וצאצאי צאצאינו.
נאר וואס דען?, נעם אראפ די פאר מינוט פון דיין ביזי טאג, און שטעל דיך אוועק ווי א נארמאלע מענטש מיט א סידור, און טראכט וואס די רעדסט, ונהיה אנחנו וצאצאינו, טאטע איך בעט דיך געב מיר ערליכע קינדער, געב מיר נחת פון מיינע קינדער, עס איז דא אזויפיל נסיונות טאטע, און טיך בעט דיך איך זאל קענען מחנך זיין מיין שטוב אזוי ווי די ווילסט און נישט נשפע ווער'ן פון די גאס, און יא מען מעג שפיר'ן א פייכטע טרער זיך אראפגליטשן אופ'ן באק,
ווייל וויסען זאלסטו אז די פאר מינוט, וואס די גיסט אוועק פאר דעם, און די קליינע טרערעלע וואס די פארגיסט יעצט, וועט פארמאדע'ן טעג און יאר'ן פון פיין און עגמת נפש, ווי אזוי זאגט מען !better safer then sorry.
אבער דאס איז זעכער, עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, אונז האבן א פיינע טאטע אין הימל, וואס וויל נאר אונזער גוטס, און מען קען שטענדיג ביי איהם מתפלל זיין און ער העלפט.