בלאט 1 פון 1

זיך טרייסטן מיט יענעמ'ס צרות?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 3:19 pm
דורך שמעקעדיג
נאך פון מיינע יונגע יארן, כד הוינא טליא, בין איך אויפגעוואקסן מיט דעם קאנצעפט פון זיך טרייסטן מיט יענעמ'ס צרות, און איך הער עס נאך היינט פון אסאך מענטשן, אבער די גאנצע זאך קוקט מיר אויס נישט ריכטיג, און דעריבער וויל איך עס אויסשמועסן בדיבוק חברים.

"דאנק דעם באשעפער אז דו האסט צוויי פוס און דו קענסט וואקן" – הערט זיך די ווערטער – "קוק נעבעך אן מר. קאצנאוויטש, ער איז פאראליזירט ל"ע און גייט מיט א ווהילטשעיר"!

אויב בין איך אנגעזעצט, אין א שלעכטע גוסטע, איז דער אויסרייד: "דו רעדסט זיך אפ? דו האסט א געזונטע ניר, דו ווייסט אז מענטשן דארפן נעבעך צוקומען צו א נירן טראנספלאנט און אדורכגיין שבעה מדורי גיהנם מיט דיאליסיס רח"ל?"

אויב רעד איך זיך אפ אז דער לעבן גייט מיר עפעס נישט גוט, איז דער ענטפער ווידעראמאל, "דו ווייסט ווי גליקליך דו ביסט? דו ביסט געזונט און שטארק! גיי אין שפיטאל, און קוק זיך אום וואס טוט זיך אפ מיט חולי ישראל ווי זיי מוטשען זיך נעבעך, און דו באקלאגסט זיך נאך"?

און די אלע מחשבות דארפן גובר זיין מיינע דערדרוקטע געפילן (מח שליט על הלב?) און מיר מונע זיין פון אפילו טראכטן פון זיך אפרעדן אדער באקלאגן.

אבער עס האט נישט געהאלפן, עד היום הזה. ביז היינט הער איך מענטשן נוצן דעם זעלבן ניגון, קוק יענער האט נישט קיין געלט, קוק יענער איז אין תפיסה, קוק יענער האט נישט אזא הויז ווי דיר, אזעלכע ווייב/קינדער, קענסט נישט דעם טייטש פון "בשמים ממעל ועל הארץ מתחת", אויף ארציות דארף מען קוקן אויף די וועלכע האבן ווייניגער ווי דיר, און זיך באגנוגען מיט וואס דו האסט און זיין א שמח בחלקו, הלמאי יענער האט דאך ווייניגער.... א.א.וו.

חוץ מזה וואס איך קוק אן דעם גאנצן מושג ווי א בחינה פון "מתכבד בקלון חבירו" (נישט ממש, נאר א "בחינה"), איך טרייסט זיך און בארואיג זיך מיט יענעמ'ס שלעכטע זאכן, וואס יענעם גייט נישט גוט, זעה איך בכלל נישט דעם עומק הענין דערפון.

אז דער באשעפער האט פאראליזירט זרח קאצנאוויטש, האט ער מיט אים א חשבון. אין עונש בלא דינא. צי פון דעם גלגול, צי פון פריערדיגן גלגול, האט עס קלאר א חשבון. אבער איך האב מיט דעם חשבון גארנישט איינגעלייגט. ווען השי"ת באשליסט אז א מענטש פארדינט א עונש צ.ב.ש. זיין האנט זאל זיין צובראכן אדער סיי וואס, איז דא א מעשה בעפאר דעם און נאכדעם. אלמלי ווען ח"ו איך זאל האבן יענעמ'ס עבר, וואלט מיר השי"ת אויך געגעבן דעם זעלבן עונש. אבער אזוי ווי איך האב גאר אן אנדערע היסטארי, האב איך מיר מיינע סארט שוועריגקייטן, אמאל שלום בית, אמאל פרנסה, אמאל א פסק פון בעה"ב, אמאל א גוטן זעץ אין די פוס ביין, און אמאל א חבר וואס שעלט און שרייעט אויף מיר, א.א.וו. אבער נישט א צעבראכענעם האנט.

ממילא אז איך רעד זיך אפ אויף עפעס וואס האט פאסירט צו מיר, ווי קומט אריין 'צו זיין גליקליך אז איך האב נישט יענעמ'ס יסורים'? פארוואס דארף איך דאנקען השי"ת אז איך האב יא צוויי געזונטע פוס, און איך בין נישט ווי קאצנאוויטש? האט איר אמאל געטראכט צו זיין גליקליך און גיין צו א ריכטער און אים באדאנקען יעדן טאג אז ער האט אייך נישט געגעבן 30 יאר תפיסה ווי פאר יענעם פאלנעם רוצח? דער ריכטער וועט דיר דאך אנקוקן פון די לבנה, וואס האסטו מיט תפיסה איינגעשטויסן?...

איך האף אז מיין שאלה איז גענוג קלאר, איך פרעג פשוט ווייל איך וויל וויסן צי איינער פארשטייט דעם ענין דערפון, און קען מיר אביסל דערלייכטן די אויגן מיט דעם, און איך וועל טאקע קענען נוצן די סארט אויסריידן זיך צו בארואיגן אין א שווערע מינוט....

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 5:37 pm
דורך ברסלבער
זייער גוט געזאגט [tag]שמעקעדיג[/tag]. און אז דו רעדסט פון זרח האב איך זיך דערמאנט ווען דער זרח איז אמאל אריינגעפאלן אין א טיפן גרוב, און עס האט אים אויסגעזעהן ווי אלעס איז שווארץ, ווען באמת איז עס בכלל נישט געווען אזוי געפערליך. און די זעלבע מיט די אשת חיל שפרינצא דארט וואס האט אויך געמיינט אז אלעס איז עק וועלט.
דארט האסטו שיין ארויס געברענגט אז עס איז שווער צו טרייסטן א מענטש בשעת זיין פראבלעם, ווייל דעמאלט זעהט ער אלעס נאר שווארץ. אבער באמת די צוקוקערס יענקל מיט ר' פנחס, וואס זיי האבן געזעהן דאס גאנצע בילד, זיי האבן געוואוסט דעם אמת אז עס איז גארנישט אזוי שווארץ, נאר יעצט אויף די מינוט איז אביסל שווערליך און באלד וועט עס אריבערגיין.
יעצט ווען די באטראפענע אליין, זרח און שפרינצא זוכן הילף, זיי ווילן קענען קוקן בעסער אויף זאכן, און נישט ווערן אזוי פארלוירן פון א פלוצימדיגע אטאקע. איז די עצה פאר זיי דאס טאקע, אז זיי זאלן קוקן אויף די גאנצע בילד, זיי זאלן זיך נישט קאנצעטרירן נאר אויף דאס שלעכטס, נאר קוקן און זעהן אז נישט אלעס איז שלעכט. עס איז דא אסאך גוטס אויך, און איינמאל מען קוקט אויפן גאנצן בילד איז עס שוין נישט אזוי געפערליך.
פארשטייט זיך אז דאס איז שווער צו טוהן בשעת ווען די צרה איז שוין אנגעקומען ווייל דאן איז מען שוין אינגאנצן פארלוירן, אבער אז מען האלט אין איין חזר'ן די חסדים, די גוטע זאכן וואס מען האט, דאן ווען עס קומט אונטער א פראבלעם, פארגעסט מען שוין נישט אזוי שנעל פון די גוטע זאכן, און מען האט מער דעם כח צו קוקן אויפן גאנצן בילד.
ולענינינו. מען רעדט נישט אז מען זאל זיך טרייסטן אויף יענעמ'ס צרות. מען רעדט אז מען זאל זיך טרייסטן אויף זיך אליין, מען זאל נישט קוקן נאר אויף די יעצטיגע צרה, נאר מען זאל קוקן אויף דאס גאנצע בילד, און איינמאל מען קוקט אויפן גאנצן בילד זעהט מען אז עס איז נישט אזוי שווארץ און געפערליך, עס איז דא אסאך גוטע זאכן אויך אינעם בילד, און מיט דעם קען מען זיך אביסל בארוהיגן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:31 pm
דורך איש עברי
מענין לענין שלא באותו עניין האבן ענק מיר דערמאנט אמעשה וואס רבי שלום פלעגט פארציילן צו ממחיש זיין אזא סארט מצב,

געווען אמאל א איד [אין שטעטל ג דוכט זיך] וואס האט אויף זיך גענומען א קבלה טובה צו מסיים זיין יעדע שמועס בדבר טוב, זאל זיין וואס זאל זיין אייביג האט ער געטראפן א וועג צו ענדיגן א שמועס מיט א גוטע ענדע.
טרעפט זיך אמאל אז עס האט געשנייט און ער לויפט אינדערפרי צום דאווענען און ער זעהט נעבעך ווי א איד פארנט פון אים גליטשט זיך אויס אויף די שני אין צוזעצט זיך די ביינער און צוברעכט זיך א פוס.
אונזער איד האט געהאלטן די הענט משולב אשה אל אחותה אין די ארמעל פון זיין מאנטל און סהאט אים גאנץ ווייניג געשמעקט זיך מטפל צו זיין מיט דעם איד, אבער ער האט חושש געווען אז סתם אזוי אוועקגיין קען זיך גובל זיין מיט ענדיגן שלא בטוב.
גייט ער צו צום איד אין פרעגט אים איז אלעס אין ארדענונג ב"ה?
ביזט משוגע? ענטפערט די איד זעסט נישט אז איך בין יך דא מתבוסס בדמי קענסט נישט צולייגן א האנט?
דער איד זעהט כי כלתה אליו הרעה און 'ענדיגט דא ממש מיט א נישט גוטע זאך, פרעגט ער ווייטער אבער שטעלט אייך פאר ווען איר פאלט ווען אויפ'ן קאפ וואלט אסאך ערגער געווען נישט אזוי? ממילא איז דאך ב"ה נישט געפערליך.
דער איד ווערט אין כעס איר קענט מיך העלפן זיך אויפשטעלן? אדער לכל הפחות רופן הילף? דער איד האט נישט קיין חשק אבער ער וויל דאך פארט מסיים זיין בדבר טוב, האט ער פרובירט א נייע טאקטיק און זאגט אים: אבער שטעלט אייך פאר אז איר פאלט ווען אראפ און אנשטאט זיך צוקלאפן טרעפט איר א פעקל מיט א מיליאן דאללער וואלט גוט געווען?
איי איי איי וואלט גוט געווען ענטפערט דער איד נעבעך צובלוטיגטערהייט,
מער האט אונזער איד נישט געדארפט אזא דבר טוב! ער האט געהויבן פיס ופרח לו האיש האמת.

איך ווייס נישט צו ס'איז ממש לעניינינו אבער די מוסר השכל איז געוואלדיג

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 8:50 pm
דורך הילל
האסט א גוטע פוינט און ביסט גערעכט אויך, נאר בקיצור לאמיך דיך מסביר זיין פארואוס דער פאקט איז אז מענטשן קוקן אזוי.

דער פאקט איז אז ביי יעדע זאך קוקט מען אויפ'ן עוורידזש. אויב רוב מענטשן וואלטן בכלל נישט געשפירט קיין קעלט, זיי וואלטן געהאט א דיקע פעל אויף זייער קערפער, דעמאלט אויב דו וואלסט עס נישט געהאט, וואלסטו געשאלטן די וועלט יעדעס מאל וואלסט ארויס אין גאס ווינטער. יעצט אבער אז יעדער איז קאלט, ביסטו אויך קאלט און עס קען דיך טאקע שטערן, אבער שפירסט בכלל נישט ברוגז אויף קיינעם און טאלערירסט עס מסתמא גאנץ גוט. אזוי קענסטו טרעפן טויזנט משלים. מענטשליכע סאושעל נאטור ארבעט אז יעדער קוקט אויף יעדן און יעדער מעסט זיך אליין לויט די ארומיגע.

צוליב די זעלבע סיבה, אויב דו וואלסט געוואוינט אין אפריקע און געהאט די זעלבע סומע געלט ווי האסט יעצט און די זעלבע עסן, וואלסט עס הונדערט מאל מער אינדזשויט. אפילו עס איז די זעלבע גוטע ברויט און פלייש יעצט אויך, אבער דארט ווען וואלסט געזען און געוואוסט ווי רוב פון דיינע ארומיגע הונגערן און האבן קוים די וויכטיגסטע לעבנס זאכן, וואלסט געשפירט גאר גוט מיט די עסן, מיט סטיעם און עירקאנדישאן, וכו'. ממילא ביי הכרת הטוב פארשטייסטו לכ' אז ווען איינער האט 'מער' ווי רוב פון זיינע ארומיגע, שפירט ער בעסער און טוט עס מער אנערקענען.

די זעלבע קען זיין פארקערט. אויב יעדער אין דיין געגנט ליידט פון א מחלה און דו נישט וואלסטו זיכער געשפירט גליקליך. יעצט ווען עס גייט שלעכט פאר א מענטש, קען א מענטש טרייען צו ניצן דעם זעלבן לאגיק און אויפזוכן יענע חלק מענטשן וועמען עס גייט ערגער ווי אים און דורך זיי שפירן אביסל בעסער, ווייל אין פארגלייך צו זיי שטייט ער גוט. יענער האט אזא ריזיגע צרה, און איך האב כאטש נאר די קלענערע צרה.

אויב חלילה ביסט אין א קאר עקסידענט מיט נאך פינף מענטשן און אלע זענען געשטארבן און דו ביסט ארויס מיט א צובראכענע האנט, וואלסטו מסתמא זיך אויך 'קאמפעירט צו אנדערע', און זיך אפילו 'געפרייט' מיט די צובראכענע האנט. איי וואס א חילוק זיי זענען טויט, למעשה האב איך א צוזעצטן האנט? אבער כמיין פארשטייסט אז וואלסט געווען זייער צופרידן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:31 pm
דורך יאיר
שמעקעדיג, האסט א גוטע טענה. ווען א חבר האט מיר אמאל "געטרייסט" אויף אזא אופן, האב איך אים צוריקגעפרעגט, אפשר זאל דער וואס האט פארלוירן דריי קינדער דאנקען דעם באשעפער אז ער האט נישט פארלוירן אכט קינדער?
למעשה ליגט אבער יא עפעס א טיפער אמת אין די טרייסט. דהיינו, היות מיר זענען אזוי רגיל אין גוטס, פארגעסן מיר אז עס איז פאקטיש גוט. מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו נוצן די חושים אז מיר פארגעסן וואספארא נוצבארע זאך אן אויג איז. אלזא, ווען א מענטש פארלירט זיין חוש השמיעה מיינט נאכנישט אז ער טאר נישט זיין צובראכן דערוועגן. נאר לעומת זה דארף אויך געדענקען אז פונקט ווי ער האט "נישט" א חוש השמיעה, אזוי האט ער "יא" א חוש הראיה. אויב דו ביסט צובראכן אויף די שלעכטע זאכן, זיי אויך פרייליך אויף די גוטע זאכן. דער מיטל ווי אזוי מען טוט דאס איז דורך קוקן אויף דעם וואס האט עס נישט, אזוי איז דאס מעורר די אייגענע טוב וואס ליגט ביי אונז. נישט וויבאלד יענער האט עס נישט דארף איך דאנקען דעם באשעפער (כאילו ווען די גאנצע וועלט וואלט געהאט געזונטע אויגן וואלט מען אים נישט געדארפט דאנקען דערויף) נאר דאס ערוועקט דעם מענטש אז, העי, עס איז פאקטיש א חידוש אז איך קען זען! ווען א מענטש איז זיך מתבונן אין דעם געדאנק קען ער ווערן פרייליך בלויז אויף די זכיה צו קענען עסן א מאראנץ און הנאה האבן דערפון.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:41 am
דורך ונבנתה העיר
שמעקעדיג האט געשריבן:אז דער באשעפער האט פאראליזירט זרח קאצנאוויטש, האט ער מיט אים א חשבון. אין עונש בלא דינא. צי פון דעם גלגול, צי פון פריערדיגן גלגול, האט עס קלאר א חשבון. אבער איך האב מיט דעם חשבון גארנישט איינגעלייגט. ווען השי"ת באשליסט אז א מענטש פארדינט א עונש צ.ב.ש. זיין האנט זאל זיין צובראכן אדער סיי וואס, איז דא א מעשה בעפאר דעם און נאכדעם. אלמלי ווען ח"ו איך זאל האבן יענעמ'ס עבר, וואלט מיר השי"ת אויך געגעבן דעם זעלבן עונש. אבער אזוי ווי איך האב גאר אן אנדערע היסטארי, האב איך מיר מיינע סארט שוועריגקייטן, אמאל שלום בית, אמאל פרנסה, אמאל א פסק פון בעה"ב, אמאל א גוטן זעץ אין די פוס ביין, און אמאל א חבר וואס שעלט און שרייעט אויף מיר, א.א.וו. אבער נישט א צעבראכענעם האנט.

ממילא אז איך רעד זיך אפ אויף עפעס וואס האט פאסירט צו מיר, ווי קומט אריין 'צו זיין גליקליך אז איך האב נישט יענעמ'ס יסורים'? פארוואס דארף איך דאנקען השי"ת אז איך האב יא צוויי געזונטע פוס, און איך בין נישט ווי קאצנאוויטש? האט איר אמאל געטראכט צו זיין גליקליך און גיין צו א ריכטער און אים באדאנקען יעדן טאג אז ער האט אייך נישט געגעבן 30 יאר תפיסה ווי פאר יענעם פאלנעם רוצח? דער ריכטער וועט דיר דאך אנקוקן פון די לבנה, וואס האסטו מיט תפיסה איינגעשטויסן?...

שמעקעדיג, ווען דער געטליכע השגחה חשבון שטייט דיר ווען דעמאלטס אזוי פאר די אויגן וואלט עס זיך דאך נישט אפגעשטעלט ביי זרח, עס מיינט דאך דיר פונקט אזוי...

בכל אופן, דער 'טרייסט' איז נישט א מאטעמאטישע חשבון וואס דארף ברענגען א סך הכל 'מיר גייט גוט', אזא חשבון קען מען טאקע לייכט אפפרעגן, עס איז - ווי הילל זאגט - א עצה טובה און א tool אז מיר זאלן ענדערש באטראכטן אונזער מצב רעלאטיוו צו אן ערגערן ווי צו א בעסערן, דאס איז א דראג אז אונזער מח זאל נישט אפטייטשן איהר מצב אזוי פארווייטאגט.

און ווי פינטל איד האט עס שיין ארויסגעברענגט:

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:געווען ערגעץ געדרוקט א אינטערעסאנטע מעשה וואס ברענגט עס מורא'דיג גוט ארויס נישט דוקא א חדשות. דערציילט יענער אז ער טוט אין ריעל עסטעיט ער איז געגאנען קוקן איינע פון זיינע בנינים און אויך איז ער געגאנגען ארויסנעמען געלט פון בענק 40 אלפים ער האט עס אראפגעלייגט אויפן פאדערשטן זיץ אונטער א שטויס דאקומענטן און סידיס און נאכדעם איז ער צוגעפארן צו זיינע הייזער. אזוי ווי ער קומט צוריק איז עם שווארץ געווארן צו זען זיין קאר פענסטער אויפגעשאסן ער גייט צו ציטערנדיג וואס ס'ווארט עם אפ צו זען זיין געלט פעלט. ווי איבעראשט איז ער געווען ווען ער זעט ווי דו סידיס און נאך פאפירן פעלן אבער דער ענוועלאפ מיט געלט איז אומבארירט! ער האט נישט געקענט קומען צו זיך פאר שמחה און אויפן וועג אהיים האט ערפארציילט פאר יעדן דע "נס" וואס מיט עם איז געשען אז מ'האט צושאסן זיין קאר און בארויבט אבער דאס געלט האט מען נישט צוגערירט!

פלוצלינג האט עם דער באשעפער אריינגעגעבן אין געדאנק. וואס וואלט געווען אויב דער מעשה וואלט געווען א טראפעלע אנדערש?? ער וואלט נישט געגאנגען קודם צום באנק נאר קודם צום בנין. און ווען ער קומט צוריק און זעט זיין פענסטער צושאסן און פאפירן בארויבט וואלט ער דאך ארויס פון דע כלים! וואס הייסט? צו פיקסן דעם פענסטער קאסט עטליכע הונדערט דאלער! און שאפן קאפיס פון פאפירן און נאך וואס אלעס וואלט געקאסט צייט און טירחה. אזא טאג וואלט געווען אן אנגעזעצטער! און פארוואס איז יעצט אנדערש? יעצט איז עס גאר א מזל'דיגער טאג פארוואס?
נאר דער תירוץ אז ס'מעג זיין א געלט שאדן א רויבעריי , א צובראכענע קאר. אויב איז דא קעגן דעם 40000 אומבארירטע דאלער איז אלעס גארנישט קעגן דעם!!

ווען א מענטש גייט דורך אמאל שווערקייטן און ער טראכט פון דע "גוטע פארגעסענע" זאכן וואס דער באשעפער גיט עם בכל יום ובכל עס ערב ובוקר וועט ער אלעס אנדערש אויפנעמען.