בלאט 1 פון 1
ווער האט א גוטע ביזנעס איידיע?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 3:48 pm
דורך hotel
אין די לעצטערע יארן האבן א שיינע צאל מענשטען מצליח געווען לאוו דווקא פון עפענען טיפיקעל ביזנעס נאר פון א גוטע געדאנק דבר יום.קול מבשר .וכו דא ווערט דער עולם געבעטן צו לופטערן סיי וואסערע געדאנק וואס פאלט אייך ביי אבער פליז נאר א חידוש און אויך עפעס וואס קען זיין א דימענד [למשל נישט קיין ספעיס שאטל צו די לבנה ,גענוג קלאר?] און אויך עפעס וואס איז נישט צו א גרויסע אינוועסטמענט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 4:05 pm
דורך לעמיל
דו מיינסט אז איינער וואס האט אזא איידיע וועט דיך עס זאגען אז דו זאלסט מאכען געלט דערויף??
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 4:14 pm
דורך hotel
גערעכט אבער אסאך מאל איז דא איינער וואס פאלט אים ביי עפעס אבער פאר סאם ריסאן העט ער עס נישט טון
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:38 pm
דורך איש עברי
איך האב אפשר א איידיע אבער איך האב מורא אז דו וועסט עס טאקע טוהן און איך בין חושש אז ס'קען ארויסקומען דערפון גילוי ח"ו
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:19 pm
דורך days
די ערשטע איידיע וואס איז גוט פאר ביסנעס... איז נישט זיצן אויף קאווע שטיבעל דארינג ביזנעס...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:27 pm
דורך איש עברי
וואס טוט זיך וועגן שפילן פידעל אין די סאבוועי?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:35 pm
דורך קאווע טרינקער
כולל "פרק שירה" 4 לאקאציעס.
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:16 am
דורך היימישער ליטוואק
אויף ענגליש איז דא א ווארט - טרעף א באדערפניש, און ערפילל עס.
טא, די וועלכע ווילן נישט אוועקשענקן זייערע ביזנעס איידיעס מוזן נישט. לאמיר אבער מאכן א ליסט פון אלע באדערפנישן וועלכע דארפן נאך ערפיללט צו ווערן. אולי וועט מיר איינפאלן וויאזוי איך קען דאס ערפילן.
1.
2.
3.
4.
נו רבותי, וואס א סירוויס פעלט נאך?
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:26 am
דורך יוסף מ
A kosher bar. Instead of hanging out with friends in shul by an open gemreh.
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:20 am
דורך שמעקעדיג
שוין געשריבן אין פאנטאזיע אשכול.
אן FDA אפראווד פיל וואס שטילט איין וויינענדיגע בעביס.
אדער שלאף פילן פאר די בעביס.
גאראנטירט צו זיין א בעסט סעלער.
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:28 am
דורך רויטע וואנצעס
עפן א פארום אזוי ווי ק"ש. אנשטאט פארהערן ניקס פאר צוטריט אין מאחורי, נעם א מאה א קאפ. לאמיר זעהן, ישיבה בקברו האט 800 בחורים, קווינס אפשר נאך 500, האלטסטו שוין ביי 130 אלפים. ס'איז א גוטע התחלה.
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 4:14 am
דורך ונבנתה העיר
בסוד סודות קען איך דיר אוועק-געבן די איידיע וואס איך האב מחדש געווען אין ישיבה קטנה, עפ"י חשבון האב איך געדארפט ווערן א טריליאנער...
מאך א דזענערעיטאר וואס לויפט אויף די אייגענע קראפט, א חלק פון די ערשטע רגע'ס עלעקטריק זאל גיין צו דרייען דעם דזענערעיטאר אין רגע ב'.
[דיסקלעימער: מיר האבן נאך פון קיין
ויקי נישט געוואוסט...].
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:20 pm
דורך גנדי
לייג א שיך פיצער בענקעל ביי די מקוה ערב שבת.
איך וויל אויף איינמאל ווערן געשוירען. געשניטען די נעגל. און געפוצט די שיך.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:24 pm
דורך מצטמק ויפה
גנדי האט געשריבן:לייג א שיך פיצער בענקעל ביי די מקוה ערב שבת.
איך וויל אויף איינמאל ווערן געשוירען. געשניטען
די נעגל. און געפוצט די שיך.
און וואס איז מיט עסן טועמיה, און ליינען די דבר יום ביומו / לוח הציבור?!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:26 pm
דורך שמעקעדיג
וואס, בשעת'ן שערן? טמא'נערהייט אן א קאפל?...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:34 pm
דורך מצטמק ויפה
טומאה איז א דין אויף דער שערער? צו דער וואס ווערט געשוירן? .
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:41 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי אזוי קען מען פיצן די שיך, בעת ער שניידט דיר די פיס נעגל?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:42 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שטיי אין די פאסט אפיס מיט די צונג אינדרויסען אין יעדער וועט קענען נאס מאכן די ענוועלאפ כדי עס צוקלעבן,
רעכן 5 צענט א לעק,
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:56 pm
דורך הוגה
איך האב אן ערענסטע איידיע, דער וואס טוט דאס ווערט אן עושר.
מאך דענטיסט דרילס וואס אנשטאט די nagging terrifying גערודער וואס דערשרעקט קינדער זאל עס שפילן קלאסישע מוזיק בשעת'ן דרילען און אזוי בארואיגען די פאציענט.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 12:26 am
דורך שמעקעדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווי אזוי קען מען פיצן די שיך, בעת ער שניידט דיר די פיס נעגל?
אדרבה, עס איז גרינגער צו פוצן ווען עס ליגט נישט אויפן פוס
![קיל 8-)](./images/smilies/icon_cool.gif)