בלאט 1 פון 4

פשט אין דיין ניק, און צו וואס וואלסטו עס געטוישט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך מיש ארויף און אראפ די אקטיווע אשכולות.. והנה "געטוישטע ניקס" שפרינגט ארויף. מיט א איינגעהאלטענע אטעם.. עפן איך שנעל.. איך וועל מיך קענען דא גוט אויסגעבען.. איך סקראל שנעל אראפ, אבער פלאפפפפפפ ס'איז פארשפארט :( :evil:

ס'איז וויכטיג מ'זאל זיך קענען אויסגעבן אויף א געזונטע וועג, אויב מ'איז סטאק מיט א מאדנע נאמען מיום לידה, אנשטאט זיין אויף suicide watch ווי מיר. ממילא אלץ א פאבליק סערוויס עפן איך דעם אשכול, סיי מ'זאל קענען אויסגעבן די היץ בבדיחותא, און סיי מציע זיין פאר אנדערע, וועלכע ניק וואלט זיך געפאסט פאר זיי.

די אשכול איז אויך א געלעגנהייט פאר'ן עולם מסביר צו זיין פשט אין זייער ניק. די האר פון קאפ, אנשולדיגס וואנצעס ווערן געריסן צו פארשטיין א גרויסע חלק פון זיי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:48 pm
דורך פישלע העררינג
שוין, וואס דארף איך ווארטן ביז א צווייטע שרייבט עס, לאמיר דאס ארויסרוקען פון וועג און מאכן פלאץ פאר אנדערע דזשאוקס.

"איך וואלט זיכער געטוישט פו חיים שטינקאוויטש אויף משה שטינקאוויטש. בלי ספק."

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:52 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב פון די ערשטע מינוט געוואוסט אז רויטע וואנצעס וועט נישט זיין די פאסיגע נאמען, און דו וועסט חרטה האבן דערויף.
נאך אלעם, דאס לעבן פליהט, און נאך איידער דו ווייסט עס, זענען די וואנצעס שניי ווייס, עס קוקט כמעט אויס ווי די רויטע בענדעלע אין ביהמ"ק יוכ"פ וואס איז ווייס געווארן...
נישט אזוי? אויף די עלטער איז מען זיך מוחל די עבירות, די סיבה איז טאקע ווייל די רויטע ווערט ווייס.
======
איך בין אויך נישט אנטציקט פון דעם נאמען שמעקעדיג.
איך האב מתחילה נישט גע'חלומ'ט צו פארברענגען דא אסאך, נאר אמאל אמאל אריינווארפן א ווארט-צוויי, נא, והיה ראשיתך מצער ואחריתך וכו', בקטן היכל ובגדול כילה, יעצט האב איך אביסל חרטה אויף דעם נאמען.
אבער טוישן? מאך א קל וחומר: קוק וואספארא שטורעם מיין שינוי האוואטאר האט גורם געווען; זאל איך נאך טוישן דעם ניק נאמען אויך?
עמיר מוזן מקיים זיים דעם פסוק פון די מלכה אסתר: ואני, כאשר אבדתי אבדתי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:53 pm
דורך איש עברי
אגב ס'איז דא א איבערפלוס פון פיש [געפילטע, סושי, הערינג] דא אין שטיבל [קאווע מיט פיש פוייי] אפשר טוישט איינע פון די פישן אויף עפעס א פלייש? למשל א ניק "בהמה פלייש" וואלט נישט געווען שלעכט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:53 pm
דורך אפטעמיסט
איך וואלט געבייט צו "פעסימיסט". בלתי שום ספק.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:54 pm
דורך zurich
איך וואלט ווען געטוישט צו מער א "פעסטע" "אויפגעקלערטע" ניק אבער די עיקר וואלט איך געוואלט טוישן אויף יודיש צו זאריך אדער זרך ווייל אפאר חברה מאכן מיר צופיל משוגא וואס טוט זיך אין שווייץ!! בעת מיין פיס האבן קיימאל נישט באטראטן די שווייצער באדן!

איינער האט מיר אפילו אמאל געפרעיגט וואס טוט זיך אין די לוצערנ'ע ישיבה?.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:54 pm
דורך פישלע העררינג
איש עברי האט געשריבן:אגב ס'איז דא א איבערפלוס פון פיש [געפילטע, סושי, הערינג] דא אין שטיבל [קאווע מיט פיש פוייי]

זאג נאר, פיש עברי, און וואס איז מיט דיך?...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:55 pm
דורך איש עברי
און דא איז די פלאץ צו באגריסן חברינו היקר [tag]מאטי זיבענבערג[/tag] וואס האט נאך הפצרות מצדי זיך פאראידישט זיין נאמען, איך האב קודם מורא געהאט אז ער וועט פשוט טוישן פון moti107 צו moti108 אבער ברוך השם ער האט גענומען א לייטישע נאמען לאמיר אים וואונטשען כשם שנכנס לברית כן יכנס לכל מיני מקומות בניקל....

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:56 pm
דורך איש עברי
zurich האט געשריבן:איך וואלט ווען געטוישט צו מער א "פעסטע" "אויפגעקלערטע" ניק אבער די עיקר וואלט איך געוואלט טוישן אויף יודיש צו זאריך אדער זרך ווייל אפאר חברה מאכן מיר צופיל משוגא וואס טוט זיך אין שווייץ!! בעת מיין פיס האבן קיימאל נישט באטראטן די שווייצער באדן!.

דיין אוועטער גיט אויך די אימפרעשען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:57 pm
דורך שמעקעדיג
וואנס אפאן עי טיים, איז געווען נאך א ניק "ביינער פיש", אבער כאשר בא כן הלך.
memberlist.php?mode=viewprofile&u=825

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:58 pm
דורך איך אויך
אוי ציריך איך בין מיך משתתף בצערך. אי"ה פון היינט און ווייטער זאל דיר נאר גוט גיין און קיינער זאל דיר נישט פרעגן אומריכטיגע שאלות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:58 pm
דורך טאמבל סאס
טאמבל אָווער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
מאטי'ס ניק פלעגט מיר מאכן טראכטן פון א לייסענס פלעיט, יעצט מאכט מיר עס טראכטן פון די ר' מאיר בעל הנס גבאי צדקה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:03 pm
דורך איש עברי
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין אויך נישט אנטציקט פון דעם נאמען שמעקעדיג.
איך האב מתחילה נישט גע'חלומ'ט צו פארברענגען דא אסאך, נאר אמאל אמאל אריינווארפן א ווארט-צוויי, נא, והיה ראשיתך מצער ואחריתך וכו', בקטן היכל ובגדול כילה, יעצט האב איך אביסל חרטה אויף דעם נאמען.

קלערסט אז טוישן די נאמען וועט אוועקנעמען די גערוך?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:05 pm
דורך איש עברי
רבותי פעסטען סיט בעלט'ס פליז איך זעה פאהר א פלייץ פון ניק טוישערייען דא, סגייט זיין פאן!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:24 pm
דורך איש עברי
אז מ'דעדט שוין איך וואלט געהאלטן אז מען זאל בכלל נישט קענען מאכן קיין ניק'ס אויף ענגליש, איך ווייס נישט פארוואס אבער ס'גייט מיט עפעס אויף די נערווען די ניקס אויף ענגליש,
ווער ס'איז מסכים זאל געבן א לייק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:37 pm
דורך געפילטע פיש
איש עברי האט געשריבן:אגב ס'איז דא א איבערפלוס פון פיש [געפילטע, סושי, הערינג] דא אין שטיבל [קאווע מיט פיש פוייי] אפשר טוישט איינע פון די פישן אויף עפעס א פלייש? למשל א ניק "בהמה פלייש" וואלט נישט געווען שלעכט

ארלעדיגט, כ'וועל דיר טוהן א טובה, אויב שמעקעדיג טוישט זיין נאמען וועל איך מיך טוישן צו "שמעקעדיגע פיש".

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:42 pm
דורך איש עברי
למשל ווי שיין וואלט געווען ווען [tag]berlbalaguleh[/tag] ווערט מגולגל אין דעם געשמאקן בער'לע בעלעגאלע אדער [tag]outspoken[/tag] וואלט געהייסען לאמיר זאגן "אויסגעשפראכן" וכדומה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 8:10 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך וואלט געטוישט צו "א צווייטן" ווייל "א צווייטן" באקומט 93 לייקס אויף יעדע תגובה כמעט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 8:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
איש עברי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין אויך נישט אנטציקט פון דעם נאמען שמעקעדיג.
איך האב מתחילה נישט גע'חלומ'ט צו פארברענגען דא אסאך, נאר אמאל אמאל אריינווארפן א ווארט-צוויי, נא, והיה ראשיתך מצער ואחריתך וכו', בקטן היכל ובגדול כילה, יעצט האב איך אביסל חרטה אויף דעם נאמען.

קלערסט אז טוישן די נאמען וועט אוועקנעמען די גערוך?


די פיינע, באטעמטע, געשמאקע גערוך פון [tag]שמעקעדיג[/tag] וועט ארויסשמעקן פון יעדע הודעה זיינע, עס וועט נישט העלפן קיין שום עצה בעולם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:24 pm
דורך קאצקע ציקער
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך וואלט געטוישט צו "א צווייטן" ווייל "א צווייטן" באקומט 93 לייקס אויף יעדע תגובה כמעט

וואס עפעס טראכסטו אזוי?? דו דיסערווסט עפעס נישט קיין לייקס?? ;)

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:16 pm
דורך מאראנצןזאפט
בקיצור רויטע האט געעפענט אן אשכול צו אדרעסירן אן אינטערעסאנטע נושא, וואס פונטקליך האט אינספירירט דער ניק אויסוואל.
אני הקטן בין דא אנגעקומען ערגעץ נאך די וועבערמאן סומאטוכע ווען מ'האט ארעסטירט איינעם מיט'ן נאמען לעמאן זשוס, והנה איך קום אריין אין שטיבל און איך זא והילד איננו, דער בחור זיצט גאר אין שטיבל.
די איידיע האט עפעס געקליקט און זוכנדיג עפעס מער פאראידישט און קריעטיוו האב איך מיך איינגעשריבן אלס מאראנצןזאפט.
עד כאן המעשה
#טענקיופארליסעינינגטשעקסקאנגרעישאןשומרשבתדעראיזאעירעסיעטבוקעיקאמיטיעירבעניריידסטולעיקוואדנאולאגעזש

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
מאראנצןזאפט האט געשריבן:#טענקיופארליסעינינגטשעקסקאנגרעישאןשומרשבתדעראיזאעירעסיעטבוקעיקאמיטיעירבעניריידסטולעיקוואדנאולאגעזש


:lol: :lol: :lol: