בלאט 1 פון 1
דער מצוה אשכול
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:01 pm
דורך אפטעמיסט
מאכט זיך אמאל מ'כאפט א שטיקל התעוררת, נאכדערצו שובבי"ם, און מ'וויל מאכן עפעס א מצוה, אבער מ'קען נישט טראכטן פון עפעס גוטס, איז עפן איך דעם "מצוה אשכול" וואו מ'קען מאכן מצוות.
ס'דא אסאך מצוות וואס מ'קען טוען אין אן אשכול, למשל געבן קאמפלימענטן, צוזאגן געלט פאר צדקה וכדו'
איך וועל אנהייבן מיט געבן א קאמפלימענט פאר א
צובראכען איד:
[tag]היימישער ליטוואק[/tag] איר זענט שרעקליך געשמאק און באליבט. זייט אייך מחזק ענד נעווער גיוו אפ!
איך זאג אויך צו א קוואדער פאר רבי מאיר בעל הנס.
איר קענט טון א מצווה דורך לייקן דעם הודעה.
לאמיר זעהן דעם מי כעמך. איך ערווארט לכה"פ צוואנציג לייקס. אידן, קומט טון מצוות. בואו בהמוניכם.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווארט א סעקונדע, איך גיי מיך שוין אריינסיינען מיט מיין אנדערע פאר ניקס, די נעקסטע פאר לייקס בין איך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:11 pm
דורך איש עברי
רבותי איך קען מעשיות פון כלי ראשון פון אידן וואס האבן געדארפט ישועות און זיי האבן געגעבן א לייק פאר אפטעמיסט און זענען געהאלפן געווארן למעלה מדרך הטבע,
רופט אייך אהן ווארעם!
ווער ס'זעהט א ישועה נאכ'ן לייקן אל תמנע טוב מבעליו זייט'ס עס מפרסם דא אין דעם אשכול
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:13 pm
דורך איש עברי
just in
א אינגערמאן אסאך יאהרן נישט געהאט קיין קינדער און געלייקט, און ב"ה ס'איז דא גוטע נייעס... בחורים גיט אכטונג נישט צו לייקן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:36 pm
דורך אפטעמיסט
איך ציטער דער שטן זאל מקטרג זיין. דריי קארגע לייקס וזהו?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:42 pm
דורך גד החוזה
מיט גרויס פאמפע און פאראד, פיל מיט שטאלץ און צופרידענהייט, איך בין געקומען שרייען איך בין געקומען זאגען, אז הצליח ה' את דרכנו, מיינע לאנגע טרוים (חלום] איז יצא מכח אל הפועל, איך האב געעפענט א גמ"ח, ומעתה יקרא גמ"ח האשפה, ווער עס ברויך א נייע גארבידזש קען זאל זיך ווענדען צו גד החוזה, גד ווען זעהן אז איהר זאלט האבען גארבידזש קענס מיט א דעקל.
אויב זעהט איינער אז א צווייטע ניק ברויך א גארבידזש קען זאל זיך ווענדן צו מיר באישי, אלעס איז סטריקלי קאנפידעציעל. גד החוזה וועט אלעמאהל זיין בקשר מיט זיין הודעות קעסטל אויב איינער וויל מנדב זיין א מתן בסתר, אבער בעסער איז צו קומען ברבים כדי אנדערע זאלן דאס נאכמאכען בבחינת ממני יראו וכן יעשו.
גד החוזה
מנהל דגמ"ח האשפה
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:45 pm
דורך איש עברי
צו וואס ברויך מען א גארביזש? מען קען עפענען א אשכול און דארט אריינלייגן אלע גארביזש
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:49 pm
דורך היימישער ליטוואק
קבלתי 40 לייקס, וראיתי ישועות. הבטחתי לפרסם.
לתיאום פגישה בעד תשלום מינימלי נא להתקשר באישי.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:51 pm
דורך געפילטע פיש
גד החוזה האט געשריבן:מיט גרויס פאמפע און פאראד, פיל מיט שטאלץ און צופרידענהייט, איך בין געקומען שרייען איך בין געקומען זאגען, אז הצליח ה' את דרכנו, מיינע לאנגע טרוים (חלום] איז יצא מכח אל הפועל, איך האב געעפענט א גמ"ח, ומעתה יקרא גמ"ח האשפה, ווער עס ברויך א נייע גארבידזש קען זאל זיך ווענדען צו גד החוזה, גד ווען זעהן אז איהר זאלט האבען גארבידזש קענס מיט א דעקל.
אויב זעהט איינער אז א צווייטע ניק ברויך א גארבידזש קען זאל זיך ווענדן צו מיר באישי, אלעס איז סטריקלי קאנפידעציעל. גד החוזה וועט אלעמאהל זיין בקשר מיט זיין הודעות קעסטל אויב איינער וויל מנדב זיין א מתן בסתר, אבער בעסער איז צו קומען ברבים כדי אנדערע זאלן דאס נאכמאכען בבחינת ממני יראו וכן יעשו.
גד החוזה
מנהל דגמ"ח האשפה
חברה ס'איז אן עת רצון, שערי האשפות לא ננעלו!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:51 pm
דורך פישלע העררינג
גד החוזה האט געשריבן:מיט גרויס פאמפע און פאראד, פיל מיט שטאלץ און צופרידענהייט, איך בין געקומען שרייען איך בין געקומען זאגען, אז הצליח ה' את דרכנו, מיינע לאנגע טרוים (חלום] איז יצא מכח אל הפועל, איך האב געעפענט א גמ"ח, ומעתה יקרא גמ"ח האשפה, ווער עס ברויך א נייע גארבידזש קען זאל זיך ווענדען צו גד החוזה, גד ווען זעהן אז איהר זאלט האבען גארבידזש קענס מיט א דעקל.
אויב זעהט איינער אז א צווייטע ניק ברויך א גארבידזש קען זאל זיך ווענדן צו מיר באישי, אלעס איז סטריקלי קאנפידעציעל. גד החוזה וועט אלעמאהל זיין בקשר מיט זיין הודעות קעסטל אויב איינער וויל מנדב זיין א מתן בסתר, אבער בעסער איז צו קומען ברבים כדי אנדערע זאלן דאס נאכמאכען בבחינת ממני יראו וכן יעשו.
גד החוזה
מנהל דגמ"ח האשפה
דיין ספר "שער האשפה" איז שוין ארויס פון דרוק?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:54 pm
דורך גד החוזה
איך בעט דיר איש עברי, דאס איז מיין מצוה, איך בין אראפגעקומען אויף דער וועלט עפעס מתקן צו זיין, ס'איז אין מיין בלוט און פלייש, ס'איז מיין שורש הנשמה ותכונת נפשי לבבי ומאודי, זעהט אויס אין מיין פריעדיגע גלגול פלעג אין ווארפן דער גארבידזש אויף דער ערד.
יעצט בין איך דא מקיים צו זיין דער מצוה פון "והייתם נקיים", דאס טייטש מיינט לייג אריין דיין גארבידזש אין א גארבידזש קען, לכאורה פון דער בפירושע פסוק זעהט דאס אויס ווי א מצות עשה דאורייתא, נו, גד החוזה איז געקומען צו העלפן אין דעם געביט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 8:41 pm
דורך משה געציל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:קבלתי 40 לייקס, וראיתי ישועות. הבטחתי לפרסם.
ס'איז מיר גוט... ווען עס קומט צו אפאר לייקס פארשטייט דער ליטוואק אויך צו די ב.ס.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 8:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
איבער מיינע מצוות, זאג לשם יחוד, און זעה אין מאחורי.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
[quote="איש עברי"]רבותי איך קען מעשיות פון כלי ראשון פון אידן וואס האבן געדארפט ישועות און זיי האבן געגעבן א לייק פאר אפטעמיסט און זענען געהאלפן געווארן למעלה מדרך הטבע,
רופט אייך אהן ווארעם!
ווער ס'זעהט א ישועה נאכ'ן לייקן אל תמנע טוב מבעליו זייט'ס עס מפרסם דא אין דעם א l:
נו, השגת גבול. וואס 'עט זיין מיט כולל חצות, תהילים כולל און קופת העיר?! זיי האבן עקסקלוסיוו רייטס און א דין קדימה אויף די פיקטשערס פון ר' חיים קנייבסקי און הרב וואזנער!!!

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:21 am
דורך דולה ומשקה
דער נאמען פון מענטש קומט דורך רוח הקודש,
גד איז ראשי תיבות גארבידזש דאמפ,
החוזה ווי ער קוקט נאר זעהט ער גארבידזש, אולי איז דאס טאקע זיין מצוה אויף דער ערד קוגעל.
טוסט טאקע אויף געוואלדיגע זאכען.
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:26 am
דורך רויטע וואנצעס
מענין בענין. מעות קדימה ווערט שוין אנגענומען פאר'ן ספר שער האשפות.
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:33 am
דורך דולה ומשקה
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מענין בענין. מעות קדימה ווערט שוין אנגענומען פאר'ן ספר שער האשפות.
וואס קען מען שוין שרייבען אין אזא ספר?
אה! עטליכע חלקים, א' מעשה רב, סיפורי צדיקים, הלכות גארבידזש,
זעהט אויס איך האב קליינע השגות ווען ס'קומט צו גארבידזש, איך ווארט טאקע פאר אזא סארט ספר.
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:45 am
דורך געפילטע פיש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מענין בענין. מעות קדימה ווערט שוין אנגענומען פאר'ן ספר שער האשפות.
חלק ב' וועט זיין איבער די פרויענס גארביטש, פון די נשים באוהל תבורך, די ספר וועט הייסן
שׂער האשפות, מיט א
שׂ.
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:59 am
דורך שמעקעדיג
און נישט פארגעסן א לאנגע הקדמה תולדות המחבר, און צום סוף א גראבע מפתח.
זבל פרדותיו של גד החוזה
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:04 am
דורך רויטע וואנצעס
דולה ומשקה האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:מענין בענין. מעות קדימה ווערט שוין אנגענומען פאר'ן ספר שער האשפות.
וואס קען מען שוין שרייבען אין אזא ספר?
אה! עטליכע חלקים, א' מעשה רב, סיפורי צדיקים, הלכות גארבידזש,
זעהט אויס איך האב קליינע השגות ווען ס'קומט צו גארבידזש, איך ווארט טאקע פאר אזא סארט ספר.
איך האב מיך באצויגן צו אונזערע תורה'לעך.
ווי אויך:
פרק א': איסור בל תשחית
פרק ב': בירור בסוגית אי ריחא מילתא הוא
פרק ג': הלכות בורר
פרק ד': גרף של רעי בשבת ובחול
פרק ה': מין במינו ובשאינו מינו (רעסייקלינג עקסטער)
פרק ו': מאמר נפלא
בנפלאות הבוראפרק ז: פיל קאלירטע בילדער אפטיילונג
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:08 am
דורך רויטע וואנצעס
אפטעמיסט וועט אונז הארגענען, מ'האט אים פארגארביזשט דעם גאנצן אשכול. גד'ל האט א זיסע נקמה. עיין באשכלותיו, די מלחמה ביניהם, ותמצא נחת.