בלאט 1 פון 1

א גוטע זאך קומט אן שווער?, אדער פארקערט? .

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 11:17 pm
דורך מצטמק ויפה
שוין לאנג וואס איך וויל פארשטיין די חילוק פון זאגן, "א גוטע זאך קומט אן שווער", אדער לעומת זה , "אקעי אז עס קומט אן שווער מו הסתם איז עס נישט די רצון הבורא אז איך זאל עס טוען, און איך לאז עס אפ.".
דהיינו וואס איך מיין צו זאגן איז אזוי, א מענטש נעמט זיך אינטער אמאל צו טוען א געוויסע גוטע זאך, און אינמיטן האקט ער זיך אן אין א געוויסע שווערעקייט; איז דער מענטש וועט אין געוויסע צייטן זאגן מיט א ריכטיגע בטחון "איך זעה אז עס איז נישט באשערט און פערטיג", און דער זעלבע מענטש ווען עס קומט צו א צווייטע געלעגנהייט, וועט ער זאגן מיט גאנצען חיות, " הער אויס אזוי גייט עס, א גוטע זאך קומט אן שווער,"
סא האללא, וואס גייט דא פאר? פארוואס נעכטען זינגסטו דעם ניגון אזוי, און היינט איז עס פונקט פארקערט.
וואס איך וויל וויסען איז, ווי אזוי קען מען דאס באמת שאצ'ן ?, ווען דארף מען עס אנקוקען אלס א סימן מן השמים , און ווען פארקערט?.

איך וואלט געזאגט אזוי, אז ווען א מענטש טוט א גוטע זאך וואס ער האט נישט קיין שום ספק אז עס איז א גוטע זאך, דעמאלטס איז קלאר אז ער דארף טראכט'ן אז א גוטע זאך קומט אן שווער, אבער ווען א מענטש טוט א זאך וואס ער ווייסט באמת נישט צו עס איז גוט צו נישט , צו דאס איז די רצון הבורא צו נישט , דעמאלטס קומט אריין די פראבלעם, וואס מען דארף טראכט'ן . אויב איינער האט א שטיקל מהלך אין דעם ענין זאל ער זיך לאזן הערן .

אז מען רעדט שוין יא, וואלט איך געוואלט וויסן פון ווי קומט דער מקור אז א גוטע זאך קומט אן שווער? .

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 11:47 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'האט נישט קיין מקור, ווייל ס'איז נישט אמת.

פראביר צו טוהן א גוטע זאך - טראג ארויס די גארביטש - ס'אזוי שווער?!
אוקעי, מיינסט מן הסתם גרעסערע גוטע זאכן, עפענען א בית המדרש, א נאכט כולל, ס'אזוי שווער?!
אויב איז יא שווער איז דאס נאר ווייל מענטשן האלטן נישט אז דו טוסט אזא וויכטיגע גוטע זאך, אבער ווען ס'איז באמת א גוטע זאך וועט דיר יעדער העלפן, ווער שטיצט דען נישט רב טוב?