שבת - א מצוה שבין אדם לחבירו!
נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:53 am
אין א נייער ארטיקל אויף דיתורה.קאם האט "יואל דער חסיד און בייבל קריטיק" געשריבן איבער די טעמים פון שבת אין די תורה. צוליב'ן חביבות הדברים האב איך איבערגעשריבן דעם תוכן מיט געציילטע שינויים כדי ס'זאל זיין געאייגנט פאר דעם ערליכן ציבור:
די וואך, פרשת יתרו, טרעפט מען צווישן די עשרת הדברות אז דער באשעפער האט געהייסן פאר די יידן היטן די תורה, ווייל ער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג און גערוהט דעם זיבעט'ן. דער טעם שטייט אויך אין פרשת בראשית און אין פרשת כי תשא. למעשה אבער אין פרשת משפטים זעט מען אז דער באשעפער זאגט אן די יידן "שֵׁשֶׁת יָמִים תַּעֲשֶׂה מַעֲשֶׂיךָ וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי תִּשְׁבֹּת לְמַעַן יָנוּחַ שׁוֹרְךָ וַחֲמֹרֶךָ וְיִנָּפֵשׁ בֶּן אֲמָתְךָ וְהַגֵּר: (כג, יב). עס ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט איבער די ששת ימי בראשית, און פון דעם ווארט "למען" איז משמע אז דער עיקר טעם פון דעם שבת איז כדי מען זאל לאזן די קנעכט און בהמות זיך אויסרוען נאך א וואך שווערע ארבעט.
אזוי אויך אין פרשת ואתחנן, ווען משה חזר'ט איבער די עשרת הדברות, דערמאנט ער נישט דעם ערשטן טעם פון ששת ימי בראשית, נאר ער זאגט בלויז שֵׁשֶׁת יָמִים תַּעֲבֹד, וְעָשִׂיתָ כָּל-מְלַאכְתֶּךָ. וְיוֹם, הַשְּׁבִיעִי--שַׁבָּת, לַיהוָה אֱלֹהֶיךָ: לֹא תַעֲשֶׂה כָל-מְלָאכָה אַתָּה וּבִנְךָ-וּבִתֶּךָ וְעַבְדְּךָ-וַאֲמָתֶךָ וְשׁוֹרְךָ וַחֲמֹרְךָ וְכָל-בְּהֶמְתֶּךָ, וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בִּשְׁעָרֶיךָ--לְמַעַן יָנוּחַ עַבְדְּךָ וַאֲמָתְךָ, כָּמוֹךָ. וְזָכַרְתָּ, כִּי עֶבֶד הָיִיתָ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם, וַיֹּצִאֲךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ מִשָּׁם, בְּיָד חֲזָקָה וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה; עַל-כֵּן, צִוְּךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ, לַעֲשׂוֹת, אֶת-יוֹם הַשַּׁבָּת.
עס זענעם דא פארשידענע פשטים פון די מפרשים אויף דעם שייכות צווישן יציאת מצרים און שבת קודש, און יעדער מהלך האט אייגענע שוועריקייטן. דעם פשט פון אבן עזרא (וואס ווערט אגב אויך געברענגט אין ספורנו - פילון) אז די תורה מיינט צו זאגן אז דער טעם פארוואס מען דארף לאזן די עבדים פריי אין שבת איז כדי צו נאכצוטון דאס וואס דער באשעפער האט אונז באפרייט פון קנעכטשאפט ביי יציאת מצרים. דאס איז אזוי ווי די אנדערע פלעצער ווי די תורה זאגט אונז אן אז מען דארף באהאנדלען גרים ערליך ווייל מיר זענען אליין געווען גרים אין מצרים וכדו'.( אין'ם ארטיקל ברענגט זיך יואל אויך פארשידענע ראיות פון נביאים אז זיי האבן אויך אנגעקוקט שבת סיי אלס א הומאניטערישע מצוה, און סיי אלס א מיטל זיך צו דערנענטערן אליין צום באשעפער און פייערן דעם טאג וואס גאט אליין האט גערוהט, עיי"ש.)
אין אור אלטן בבל איז אויך געווען דער מנהג צו רוען דעם זיבעטן טאג, אבער דארט איז עס געווארן באטראכט אלס א "שלעכטער טאג" ווען מען דארף זיך אפהיטן נישט צו טון קיין מעשים וואס קענען אויפרעגן די געטער, מה שאין כן די יידן האבן אפגעהיטן דעם שבת ווייל עס איז א "געבענטשטער און הייליגער טאג". ביי אונז איז שבת א וועג צו ווערן מקושר צום באשעפער און צו הייליגן די נשמה.
מיט דעם קען מען ערקלערן אז כאטש מיר האבן שוין נישט קיין קנעכט צו באפרייען אום שבת, דארפן מיר באפרייען אונזער אייגענע "קנעכטשאפט" צו וואס מיר זענען צוגעבינדן א גאנצע וואך, ווי דאגות הפרנסה און חברים וכדומה, און מען האט צייט זיך צו אפגעבן מיט די וויכטיגסטע זאכן, ווי צו וואקסן אין תורה און קדושה און זיך אפגעבן מיט די משפחה.
עד כאן איז תוכן דברי יואל חסיד ומבקר המקרא.
איך טראכט, בעניי, אז יואל'ס מהלך קען שטימען געוואלדיג מיט דאס וואס מיר ווייסן אז דער באשעפער האט שוין געגעבן מצות שבת אין מרה. עס קען זיין אז דעמאלט האט דער באשעפער בלויז געזאגט אז זיי זאלן היטן דעם שבת, פשוט כדי צו געבן פאר זייערע קנעכט און בהמות דעם ערליך פארדינטן רוה טאג. און ער האט דערביי צוגעלייגט, איר זענט דאך קוים ארויס פון מצרים, און איר ווייסט וואס דאס מיינט צו ארבעטן שווער א גאנצע וואך. לאזט אייערע ארבעטער אויך רוען. אבער ווען עס איז גע'קום'ן צו'ם מעמד הר סיני האט דער באשעפער געזאגט א נייע זאך, שבת איז נישט בלויז א הומאניטערישע אקט, עס איז אן אות ביני ובין בני ישראל. דאס שטימט גאר גוט מיט דעם וואס ביי די דברות אחרונות אין פרשת ואתחנן לייגט משה רבינו צו "כאשר צוך ה' אלהיך", און די מפרשים זאגן פשט אז דאס מיינט אין מרה, ווייל ער דערמאנט דערביי דעם טעם פון עבדות אין מצרים וואס דאס איז געגעבן געווארן אין מרה.