בלאט 1 פון 3
פרישע טראגעדיע מיט 19-יעריגע ווייבל, וויזניצער אייניקל
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:06 pm
דורך קאווע טרינקער
(אפגעטיילטער אשכול)
איז אמת אז וויזניצע רבי'ס אייניקעל, א 19 יעריגע ווייבל, איז אוועק?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:10 pm
דורך אפטעמיסט
יא
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:13 pm
דורך קאווע טרינקער
א שרעק.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:21 pm
דורך שמעקעדיג
וואס ווען וואו וועלכע וויאזוי?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:23 pm
דורך שמעקעדיג
אין אייוועלט לייען איך ווי פאלגענד:
פריי זיך האט געשריבן:בד"ה
אבל כבד בחצרות ויז’ניץ מונסי, רחמיסטריווקא ארה”ב, ולאיעוו: מארצות הברית מתפשטת הבשורה המרה על פטירתה בטרם עת של האישה הצעירה מרת פריידא טווערסקי ע”ה, אשת האברך החשוב הרב משולם זוסיא טווערסקי שליט”א נכד כ”ק האדמו”ר מוזי’ניץ מונסי שליט”א, כ”ק אדמו”ר מרחמיסטריווקא ארה”ב שליט”א, וכ”ק אדמו”ר מלאיעוו שליט”א.
המנוחה ע”ה נולדה לפני כעשרים שנה לאביה הרב בערל גולדמן שליט”א ממונסי, מראשי עסקני קהילת סקווירא, נכד הגאון רבי משה ניישלוס זצ”ל רב שיכון סקווירא.
לפני פחות משנתיים הקימה את ביתה, בית נאמן בישראל עם בעלה האברך הרב משולם זוסיא טווערסקי בן הרב יוסף מאיר טווערסקי בן כ”ק אדמו”ר מלאיעוו שליט”א.
לפני כחודשיים ילדה את בתה שתבלחט”א, ובשבת בלילה התמוטטה בפתע פתאום ממפרצת בלב.
הבשורה המרה מכה גלים כשהדמעות עוד לא יבשו מהטרגדיה הקודמת במשפחת המלוכה.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:41 pm
דורך [NAMELESS]
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=63778 שוב טרגדיה בויז'ניץ-מונסי: נינת האדמו"ר נפטרה
הלכה לעולמה פריידא טווערסקי ע"ה, נינת האדמו"ר מויז'ניץ-מונסי והיא 20 בלבד • הותירה אחריה יתומה בת 4 חודשים
משה ויסברג, בחדרי חרדים 01:25 19/01/2014
טרגדיה קשה בחצר חסידות ויז'ניץ-מונסי בארה"ב: הלכה לעולמה אתמול (שבת) נינת האדמו"ר מויז'ניץ מרת פריידא טווערסקי ע"ה, והיא בת 20 בלבד בפטירתה.
היא הלכה לעולמה בליל השבת בשל התפוצצות וריד. הותירה אחריה בת קטנה בת ארבעה חודשים.
המנוחה ע"ה היא אשת הרב זושא טווערסקי בנו של הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי, חתן הרה"צ רבי מנחם מנדל הגר אב"ד קיימישע לייק, בן האדמו"ר מויז'ניץ מונסי וחתן האדמו"ר מרחמסטריווקא ארה"ב.
בתו של הרב דוב בערל גולדמן ממונסי מנכ"ל מוסדות סקווירא.
מדובר בטרגדיה שניה וקשה בחסידות ויז'ניץ מונסי כאשר רק לפני מספר חודשים נפטרה בפתאומיות האשה הצעירה חיה פייגא הגר ע"ה, נכדתו של האדמו"ר לאחר סיבוך קשה בלידתה.
הלוויתה התקיימה אתמול (מוצאי שבת).
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 9:52 pm
דורך ארפכשד
איז אויסגעהאלטן צו ווייזן מיט די פינגער מיט געטליכע חשבונות אויף אזוינע וואס ווייזן געווענטליך מיט די פינגער אויף אנדערע?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 10:00 pm
דורך מאראנצןזאפט
עס ווערט איבערגעגעבן אז ר' מאטעלע האט געבעטן דעם גאנצן ציבור צו קומען אנגעטון מיט בגדי חול.
געווען דא א דעבאטע דערוועגן דאכט זיך. א געווינס פאר'ן פותח האשכול. זאל זיין שמחות ביי אידן.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 12:27 am
דורך הדד בן בדד
רח"ל, זאל מען אפגעהיטן ווערן, זאל דער אויבערשטער טרייסטן די צובראכענע משפחה.
אין מאנסי האט געדארפט היינט נאכט פארקומען די גרויסע מלוה מלכה פאר די צענטראלע וויזשניץ'ע מוסדות אין מאנסי, אבער צוליב די טראגעדיע האט מען עס אפגעשטיפט אויף מארגן. כך שמעתי פון א ויזניצער חסיד.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 1:01 am
דורך שמעקעדיג
מיינסט אז אנשטאט איז געווען א אנדער סארט מלוה מלכה... א אידישע פרוי איז דאך א מלכה, און ליידער האט מען איר מלווה געווען.
זאל מען שוין זוכה זיין צו הערן ישועות ונחמות.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 1:22 am
דורך קאווע טרינקער
ארפכשד האט געשריבן:איז אויסגעהאלטן צו ווייזן מיט די פינגער מיט געטליכע חשבונות אויף אזוינע וואס ווייזן געווענטליך מיט די פינגער אויף אנדערע?
יא, יעדער זאל ווייזען מיט די פינגער אויף זיך.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:26 am
דורך איינגעמיירעט
מיין הארץ גייט אויס פאר די גאנצע משפחה,דיע משפחה איז נעבעך צופליקט געווארען, און דא האט מען ענדליך געזעען אביסעל נחת פון דעם קינד.
און פונקט א יונגערמאן וואס איז שוין דורכגעגאנגען איין טראמא זאל יעצט כאפען אזא שרעקעדיגע פליק.
זאל דער אויבערשטער מנחם זיין דעם יונגערמאן וואס האט פארלוירען אשת נעוריו, און דארף זיך ספראווענען מיט א קליין יתום אדער יתומה,
דאס ווייבעלס משפחה, פארן בלום פון זייער משפחה וואס איז פארשניטען געווארען אזוי יונג.
די משפחה פונעם יונגערמאן וואס זענען גענוג צוריסען נעבעך פון זייער כלליות׳דיגע מצב זאל זיי דער אויבערשטער מנחם זיין, ווייל איך קען זעכיר נישט מנחם זיין איך זעע נעבעך נישט קיין זיק של ניחום דא נעבעך.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 12:53 pm
דורך ברוך שאמר
הדד בן בדד האט געשריבן:רח"ל, זאל מען אפגעהיטן ווערן, זאל דער אויבערשטער טרייסטן די צובראכענע משפחה.
אין מאנסי האט געדארפט היינט נאכט פארקומען די גרויסע מלוה מלכה פאר די צענטראלע וויזשניץ'ע מוסדות אין מאנסי, אבער צוליב די טראגעדיע האט מען עס אפגעשטיפט אויף מארגן. כך שמעתי פון א ויזניצער חסיד.
געהערט אז די רבי האט גהייסן קימען צי די לוויה מיט אן די שטריימל ! איז דאס וואר?
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 12:54 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מיט אן ? דאס איז א חידוש נאך נישט געהערט
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 1:13 pm
דורך געפילטע פיש
איבערגעטייטשט פון without.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 1:20 pm
דורך ברוך שאמר
געפילטע פיש האט געשריבן:איבערגעטייטשט פון without.
איך וויסן צי דאס איז אמת?????
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 2:20 pm
דורך קאווע טרינקער
איינגעמיירעט האט געשריבן:מיין הארץ גייט אויס פאר די גאנצע משפחה,דיע משפחה איז נעבעך צופליקט געווארען, און דא האט מען ענדליך געזעען אביסעל נחת פון דעם קינד.
און פונקט א יונגערמאן וואס איז שוין דורכגעגאנגען איין טראמא זאל יעצט כאפען אזא שרעקעדיגע פליק.
זאל דער אויבערשטער מנחם זיין דעם יונגערמאן וואס האט פארלוירען אשת נעוריו, און דארף זיך ספראווענען מיט א קליין יתום אדער יתומה,
דאס ווייבעלס משפחה, פארן בלום פון זייער משפחה וואס איז פארשניטען געווארען אזוי יונג.
די משפחה פונעם יונגערמאן וואס זענען גענוג צוריסען נעבעך פון זייער כלליות׳דיגע מצב זאל זיי דער אויבערשטער מנחם זיין, ווייל איך קען זעכיר נישט מנחם זיין איך זעע נעבעך נישט קיין זיק של ניחום דא נעבעך.
איך וואלט נישט געזאגט אויף דיר אז דו האסט אזא הארץ...
פארוואס דארפסטו אפילו דערמאנען "צוריסען" "מצב" "טראמא"??
האלטעס ביי דיר אין בויך, און מיש נישט יענעמס אלטע "פריוואטע" צרות.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 2:57 pm
דורך מ גפני
איינגעמיירעט האט געשריבן:און פונקט א יונגערמאן וואס איז שוין דורכגעגאנגען איין טראמא זאל יעצט כאפען אזא שרעקעדיגע פליק.
וואס איז געווען די ערשטע טראמא?
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:12 pm
דורך קאווע טרינקער
מ גפני האט געשריבן:איינגעמיירעט האט געשריבן:און פונקט א יונגערמאן וואס איז שוין דורכגעגאנגען איין טראמא זאל יעצט כאפען אזא שרעקעדיגע פליק.
וואס איז געווען די ערשטע טראמא?
למאי נפקא מינה?
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:21 pm
דורך איינגעמיירעט
[tag]קאווע טרינקער[/tag]
זעעט אויס אז די האסט בטעות געטרינקען א Decafe קאווע,און איך בין די קרבן דאסמאל,גיי טרינק איבער א נייע קאווע מיט caffein, און לאמיר רעדן רואיגערהייט.
די מעשה איז ידוע אין 95% קאווע ליינערס ווייסען דערפון, גיי האק אצווייטען און קאפ.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:32 pm
דורך shem-tov
ואנכי הסתר אסתר. ווער קען דען פארשטיין דעם אייבערשטענס דרכים. דאס הארץ צוגייט פאר צער פאר די משפחה און פאר משפחת וויזשניץ מאנסי בכלליות. המקום ינחם אתכם
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:45 pm
דורך חקרן
ס'הייסט אז היינט קומט פאר חיזוק שמועסן דארט.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 7:14 pm
דורך היימישער ליטוואק
shem-tov האט געשריבן:ואנכי הסתר אסתר. ווער קען דען פארשטיין דעם אייבערשטענס דרכים. דאס הארץ צוגייט פאר צער פאר די משפחה און פאר משפחת וויזשניץ מאנסי בכלליות. המקום ינחם אתכם
איך בין זיך מצטרף צו דיינע דברי תנחומין.
לגבי פארשטיין השם'ס דרכים, מיר פארשטיין נישט, אבער נאך אלעס זאגט מען אונז אז מיר מוזן פארשטיין אז דאס איז נישט קיין מקרה.
טא, איז דא עפעס אין וויזניץ-מונסי, און ספעציפיקלי אין משפחת פון דעם וויזניצן רבין, און אפילו מער פונקליכער אין די עזרת נשים און שנה ראשונה'ווייבלאך, זאכן וועלכע דארפן א תיקון?
איך ווייס נישט פון עפעס. איך קען זיי נישט.
איך קען נישט גוט וויזניץ-מונסי, אין ווייס פון דארט בערך 4-5 יונגערלייט, באמת וואוילע לייט און אפלו תלמידי חכמים.
היינט גייט מען זאגן אז זיי זענען שולדיג.
זעט מען נישט אז ממאנט עפעס פון די גאר יונג פארהייראטע ווייבלאך? אפשר דארפן זיי עפעס חיזוק אין א נושא?
אפשר זענען די פרויען נישט מוכשר נאך חתונה צו האבן, און זיי ערפילן נישט זייער פליכט ווי עס באדארף צו זיין? איך פרעג נאר?
אולי זענען זיי צו פרום? צו מחמיר לגבי זייערע מענער? (אולי, צו מקיל?? איך גלייב שווער).
איך ברינג נאר ארויס אז מען באדארף טראכטן פון די אלע מעגליכקיייטן איידער מען גייט אנליייגן דעם שולד אויף דעם גאנצן קהל.