בלאט 1 פון 1

וואס טוט מען מיט א קינד וואס וויל גלעזער?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 4:41 pm
דורך אפטעמיסט
קינדער זענען געווענליך זייער זיס, און איך בין מדגיש "געווענליך". יא, מיינע קינדער זענען מיין לעבן און כ'וואלט זיי נישט אויפגעגעבן פאר כל חללי דעלמא. איך האב זיי ליב אהבת נפש און כ'לאז מיך אראפ צו זיי, און טו פאר זיי יותר מכפי יכולתי. איך עס מיט זיי, שפיל מיט זיי, לערן מיט זיי און קוק מיט זיי ווידיאוס און YouTube. איך וואלט געשפרינגן אין פייער פאר זיי.
אבער, נעווער מיינד, קינדער קענען אמאל שטיין אויף די געהירן אויך.
במשך די יארן האב איך מיך שוין צוגעוואוינט צו זיך אן עצה געבן מיט כלערליי פראבלעמן און דילעמעס. זיין אויף נעכט, ברענגן וואסער צו מיין דארשטיקע אינגעל'ס בעט, לויפן מיטן קינד אין בית הכבוד באישון ליל צו פארמיידן א נהר פרת, און די ליסטע גייט אן.
די לעצטע וואך האב איך אבער א פראבלעם וואס איך קען מיך נישט ספראוונען מיט און איך זעה נישט קיין וועג ארויס.
שוין א לענגערע צייט וואס מיין זין פארדרייט מיר א קאפ אז ער קען נישט זעהן. געטראגן האב איך אים צו אן אויגן דאקטאר אבער יענער טענה'ט אז פון מיין אינגעלע פעלט גארנישט. מיין זין פאר'עקשן'ט זיך אבער אז ער וואקט אריין אין ביימער.
ער הערט נישט אויף פעיגר'ן אז ער דארף גלעזער און אן דעם קען ער נישט גיין אין חדר, און איך ווייס שוין ממש נישט וואס צו טאן. איך בין שוין געוועהן ביי דריי אויגן דאקטארס און זיי זאגן אז מיין זין, ווי אסאך אנדערע קינדער, וויל פשוט האבן 'טאטע' גלעזער און ער זעהט אבער כאחד האדם. עני עדווייס? (אויסער פעטש).

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 4:46 pm
דורך zurich
קויף עים גלעזער מיט א געהעריגע גלאז ;)

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 4:47 pm
דורך נאר,,פרייליך
טוה אים אהן אפטעמיסטישע גלעזער און די אויגען וועט אים שווינדלען א שטיק צייט ביז ער וועט זיך פארבענקען צו די אלטע צייטען

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 4:48 pm
דורך ישמעאל הכהן
אפטעמיסט האט געשריבן:און קוק מיט זיי ווידיאוס און YouTube.

זיי מיר מוחל פאר אוועקדרייען פאר איין מינוט. דאס פארלאנגט א באזונדערע אשכול צו איז כדאי צו לאזן קליינע קינדער קוקן ווידיאס? מיינע געוויסן לאזן מיר נישט צורי ווען איך זע מיין קליינער איז אדיקטעט דערצו.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 4:51 pm
דורך אפטעמיסט
איך האב נישט קיין פראבלעם אז מיינע קינדער קוקן ווידיאוס. עדיקשין איז א פראבלעם איבעראל. ס'האט נישט מיט קוקן ווידיאוס. זעה טאקע זיי זאלן קוקן מיט א גבול.
שוין, צוריק צום ענין.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 4:52 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'מיין ס'איז זייער לאגיש אזוי ווי ציריך זאגט, קויף אים גלעזער אין לייג אריין א גלאז אן א פרעסקריבטשען, ער וועט עס מסתם טראגען א פאר טעג ביז ער וועט מיד ווערען אין הכל על מקומו יבוא בשלום, נאכדעם וועט ער עס מסתם ניצען נאר פורים ....

ס'אויך דא א חשש אז טאמער ער וועט אזוי שטארק וועלען גלעזער וועט ער טאקע צים סוף דארפען, איז טאקע בעסער געב אים גלעזער אין אזוי וועט ער בלייבען מיט געזונטע אויגען,

ביי מינזער'ס קענסטע באקומען גלעזער פאר א שיבוש, נו צעגער נישט , גיי אין קויף,

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 4:53 pm
דורך שרייבער
zurich האט געשריבן:קויף עים גלעזער מיט א געהעריגע גלאז ;)

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:03 pm
דורך zurich
אפטימיסט קענסט די מעשה פון קידס ספיעק?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:05 pm
דורך אפטעמיסט
ניין

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:06 pm
דורך נולד מאוחר
זאג נאך איימאל די הערסט א ווארט גלעזער וועסט עם דערלאנגען אזאנס און א זעלעכטס.
א מין חיצפה די היינטגע אינגווארג, באלד העט ער נאך זאגן זיין טאטע ווער זאגא די האסט מיר געבוירען אפשר האב איך דיך געבוירען.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:08 pm
דורך אפטעמיסט
מאוחר'ל כ'האב געבעטן אן עצה "אויסער" פעטש. מכות זאלסטו טיילן פאר דיין ווייב און קינדער

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:16 pm
דורך נולד מאוחר
דאן לאמיר פראבירען א בעסערע עצה. קויף די גלעזער סוועט איינווייגס גרינגער מאכן זיין יואטאוב וואטשעריי.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:46 pm
דורך ברעט מענינג
זאג עים אזוי, אזוי ווי די האסט א עהרענסטער פראבלעם מיט דיינע אויגען, האט מיך די דאקטער געגעבען טאקע א ספעשעל מין נומער פאר דיר, אבער דעס גייט נאר מיט די גלעזער!

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:18 pm
דורך מצטמק ויפה
נאכגעבן פאר א קינד איז נישט אלעמאל די בעסטע עצה, אוודאי ווענד זיך ווי איין ווי אויס אבער געווענדליך ברענגט דאס זייער א שלעכטע מעסידזש פאר'ן קינד, אז וואס ער דארף, קען ער באקומען נאך גרויסע מיטשערייען און קרייערייען,

איז אין הכא נמי מען רעדט דא פון א קינד סאך הכל אזוי ווי אלע קינדער, און ער וויל די גלעזער ווייל קינדער אין זיין קלאס האבן דאס, און ווען עס איז דא א פארהער און חדר האט ער פונקט יענע צופרי שרעקליכע בויך ווייען, (ווער געדענקט נאך ווי מען האט אריין געשטעקט די פינגער אין מויל און פארשטייט זיך ........??!! און די באליבטע מאמע האט רחמנות באקומען אויף איר שעפעלע, און געלאזט אינדערהיים יענע גאנצע וואך,!) אבער עכ"פ די קליינע זאכ'ן קריצען זיך איין אונ'ם קליינעם קעפעלע, און פאר שפעטער איז דאס זייער נישט גוט אז אלעס וואס שמעקט אן, דארף מען באקומען אויף די מינוט, וואס דאס פארשטייט יעדער אליין.
איז וואס מען טוט יא? מיין איך אז די זאלסט מסביר זיין פאר דיין אינגעל, אז די האסט נישט קיין שום פראבלעם איהם צו קויפן גלעזער, און ווי נאר א דאקטער גייט זאגן אז ער דארף עס, גייט מען נאך יענעם טאג עס קויפן , אבער ביז דערווייל ווי לאנג דער דאקטער זאגט אז ער דארף עס נישט מוז מען ווארטען, איר זאלט איהם אויך מסביר זיין אז עס איז זייער נישט געזונט צו גיין מיט גלעזער ווען מען דארף דאס נישט האבן.
אסאך זיסע לעכטיגע נחת פון דיינע טייערע קינדערליך!

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 12:12 pm
דורך טריפל אי
חזקיהו המלך האט געשריבן:
ביי מינזער'ס קענסטע באקומען גלעזער פאר א שיבוש, נו צעגער נישט , גיי אין קויף,


איך קויף גלעזער פאר מיינע קינדער עני קאליר אדער שעיפ וואס זיי ווילן און ווען זיי ווילן. ביי zennioptical.com קאסט עס בערך צען דאלער א שטיק.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 12:15 pm
דורך ברעט מענינג
אדער ביי bj's אויך זייער ביליג