בלאט 1 פון 2

געטראפן דעם געטליכן מאן

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 4:52 pm
דורך נח בער
אין מיין לאנגער זוך און געיעג נאך אן ערליכער גאטס פארכטיגער מאן וואס זאל אויך קענען זאגן עתידות, איינער וואס די שליסלען פון פרנסה זענען פארבארגן אין זיין האנט, וואס אלע טויערן פון הימל זענען פאר אים אפן אין אלע צייטן, וואס קען היילן מענטשן אן נוצן הייל מיטלען וואס קען האבן סייד עפעקטס, אלעס מיני סגולות ליגן אים אונטער דער ארבעל גרייט ארויסצוגעבן סיי ווען ועוד ועוד האב איך ענדליך געפונען מיין הארץ באגער.

דאס איז נישט קיין צווייטער ווי הרב הצדיק ר' שמואל ארי' עקשטיין שליט"א וואס האט אנגעהויבן מיטן ארויסהעלפן אידישע קינדער מיט די נסים'דיגער עין הרע אוועקקלאפער און פליגל שנעל זיך אויסגעברייטערט צו א מלאך המושיע אין מענטשליך פלייש צום וואונדער פון דאס מענטשהייט וואס קען נישט גלייבן אז אין אזא דור שפל וואס לאזט זיך נישט איינרעדן פון אזעלכע געוואלדאוונע דמיונות זאל זיך קענען אריינגליטשן אזא סארט געהויבענער איד.

אומגלויבליך אבער א פאקט וואס ווער עס איז זוכה אריינצושמירן דעם ריכטיגן מטבע אין הענט פונעם צדיק וואס דארף עס חלילה נישט פאר זיך אדער זיין אייגן געברויך נאר האט פשוט א חשובע משפחה וואס ער האט מיט זיין גרויס צדקות גענומען אויף זיין צובראכענע פלייצע צו שפייזן און געבן אלעס וואס פעלט זיך זיי אויס.

יעצט קומט דער גרויסער פריידיגער מעלדונג פון בית הצדיק אז דער קדוש וטהור וועט רוען אין בארא פארק די גאנצע וואך און אויפנעמען אידישע קינדער בעצה ותושיע, געפלאכטן מיט אפענע און באהאלטענע מופתים גלויים.

כאפט אריין ווי לאנג דער צדיק אין בעיר!

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:05 pm
דורך נח בער
איך וויל אריינשטעלן דער הודעה פונעם צדיקס קומען, עס איז צו א גרויסע פייל.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:07 pm
דורך zurich
ביסט א גיטע לץ! אבער גיי אריין צו עים אין נאכדעעם וועלמיר רעדן רעלעידיגט?

און ניין איך האלט נישט ער איז א צדיק אדער ווייסאיךוואס ער האט זיך געלערנט אויף עפעס 'און ער קען עס גיט'!!!

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:20 pm
דורך נולד מאוחר
לצינות פון יחיד איז נישט ערלויבט

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:31 pm
דורך zurich
[tag]טיטאניק[/tag] קען עים גיט זאל ער זאגן מה טיבו

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:38 pm
דורך יאיר
וואס איז דער פראפעסיאנעלער עין הרע לעשער שולדיג אז ער הייסט נישט טייטלבוים, רוקח, אדער אבוחצירא?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:45 pm
דורך shem-tov
פרוביר נאכאמאל אדער מאך כאטשיק א פיקטשער פונעם עד און לייג עס ארויף. משא"כ יעצט מאכסטו ליצי ליצנות פון א יוד א מקובל וואס קומט זוכען פרנסה. אויב וועסטו אריינלייגען זיין מודעה וועט שוין די ליצנות געטאן ווערן ע"י אחרים

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:50 pm
דורך נח בער
אט איז דער אנאנס.

וועלכער ווארט פון מיר איז שקר?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:53 pm
דורך יאיר
דאס איז ממש וואונדערליך. איין מענטש זאל זיין אזוי טאלאנטפול?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
אינטער שבילי החינוך, האב איך געהאפט צו זעהן צו ער העלפט מיט קינדער וואס ווילן גלעזער, א שאד ס'שטייט נישט.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:02 pm
דורך נח בער
יאיר האט געשריבן:דאס איז ממש וואונדערליך. איין מענטש זאל זיין אזוי טאלאנטפול?

אט דאס מיינען מיר דאך:

א געטליכער מאן!

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:04 pm
דורך נח בער
נולד מאוחר האט געשריבן:לצינות פון יחיד איז נישט ערלויבט

מיר האבן עס באשריבן אויף א שיינעם אופן.

ווער עס נעמט עס אויף מיט ליצנות, האלט דעם יעניגן אלס ליצן און באטריגער און באשווינדלער פון נארישע נאאיווע טפשים.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:06 pm
דורך יאיר
איך האב מורא אז דער מלמד פון שאול בערלין'ס כתב יושר איז נישט קיין אנדערער ווי אונזער הרב הצדיק שליט"א:

כתב יושר האט געשריבן:אני סופר סת"ם, קורא, בעל תוקע, מוהל, מבקר חולה וקברן, ויש לי ידיעות ג"כ בחכמות הרפואה שהתירה התורה, ולא יאמין אדוני שח"ו למדתי חלילה החכמה הזאת בספרי הגויים וכנסיה שלהם, כמו שיעשו פריצי בני עמנו חלילה! האם אין ספרי רפואות בישראל עד שנלך לדרוש מחכמי הגויים, הלא יש ספרים הרבה מאוד כמו מפעלות אלהים ושער אפרים מלאים סגולות ורפואות שאין לכל חכמי הגויים השגה לדעת דבר מהם כי הם למעלה מהטבע, ואנכי יודע להסיר עין הרע בלחש, ולרפא חולי הקדחת בכתיבה על שקדים, ולשפוך עופרת לחולי הבהלה, ולהשתיק נזילת הדם על ידי השבעה וכיוצא באלו.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:08 pm
דורך zurich
כמאמר החכם דער וואס רעדט ווייסט נישט, און דער וואס ווייסט רעדט נישט!

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:15 pm
דורך יאיר
נח בער האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דאס איז ממש וואונדערליך. איין מענטש זאל זיין אזוי טאלאנטפול?

אט דאס מיינען מיר דאך:

א געטליכער מאן!

דאס מוז זיין מער ווי פשוט'ע געטליכקייט. איך וואלט געזאגט אז אזא בעל מופת האט מען נאכנישט געזען זינט ישו הנוצרי.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:19 pm
דורך מאטי
פארוואס נאר דעם ציבור הרחב? דארע מענטשן זענען עפעס געמאכט פון ראזינקעס?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:20 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ווייל דארע מענטשן לאזן זיך נישט קאסטן געווענליך. און ער וויל מאכן געלט אויך איך פארשטיי עם.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 7:53 pm
דורך קלוג און יונג
נולד מאוחר האט געשריבן:לצינות פון יחיד איז נישט ערלויבט

ס'דא א סברא צו זאגען אז א רעליגיעזע פיגור פארלירט די פראטעקשען פון א יחיד.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:08 pm
דורך נולד מאוחר
זאגסט א סברא

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:25 pm
דורך [NAMELESS]
אלעס ווייסט ער דער איש פלא, מיט א מיליטערישע פונקליכקייט. נאר די powerball lottery נומער איז אים קיינמאל נאכנישט געלונגען צו דערגיין. והא ראיה אז דער מוטשעט זיך נאך

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:26 pm
דורך טאמבל סאס
ער ווייסטעס! ער ווארט אויף דער וואס וועט אים גיבן א פעטע מטבע דערפאר. וואסטע געמיינט.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:30 pm
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:ער ווייסטעס! ער ווארט אויף דער וואס וועט אים גיבן א פעטע מטבע דערפאר. וואסטע געמיינט.

קען ער דאך עס קויפן פאר זיך און האלטן די commission

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:32 pm
דורך טאמבל סאס
אה, מ'העט אים דאך עס נישט געבן. מ'וועט טענה'ן ער האט שוין געוואוסט. קיין קונץ נישט.