בלאט 1 פון 2
מהומות אין בארא פארק
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:30 pm
דורך נח בער
פון תמיד אן בין איך געוואוינט אז פראטעסטן און צעדרייטע געשרייעריי איז א חלק פון וויליאמסבורג. צושוידערט בין איך געווארן זעענדיג די ווילדע קליפס פון בארא פארקע אידן.
וואס פונקטליך עס גייט דארט פאר בין איך נישט באקאנט אבער שרייען אז "מיר זענען נישט אין רוסלאנד" אדער "נאציס" איז נישט פון די זאכן וואס איך האב זיך גערישט צו הערן פון מענטשליכע אידן.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
קליפס? גיב אהער!
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:33 pm
דורך zurich
מה קרה?
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]ראשעקאל[/tag]!!!!!!!! וואס איז די לעלא דארט?
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:43 pm
דורך גיבור
א יוד איז אריבערגעפארן 13 ביי 39 מיט א לעידי און די בעק טענהדיג אז עס איז זיין קאזין
פאליס האט עם אפגעשטעלט אלס איליגעל קאר סערוויס עם געהייסן ארויסגיין און געוואלט צו נעמען די קאר
ס איז געווארן לעבעדיג מע האט געבלאקט די קאר מיט קולות
ביז א סארדזשענט איז אנגעקימען און עם צוריקגעגעבן די קאר
איך מיין אז מיט א טיקעט .
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:48 pm
דורך איש עברי
בושנו מכל עם! א בושה און א חרפה! איך ווייס שוין נישט וואס איז בעסער די צורידערטע צימערמאן אדער די הייקינד-אינספירירטע מטורפים וואס דרייען איבער די גאסן יעדע מאהל א פאליציי איז א מחוצץ צו אחד משלנו
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
גיבור האט געשריבן:א יוד איז אריבערגעפארן 13 ביי 39 מיט א לעידי און די בעק טענהדיג אז עס איז זיין קאזין
ועד הצניעות אלערט!!
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:51 pm
דורך פישלע העררינג
איש עברי האט געשריבן:בושנו מכל עם! א בושה און א חרפה! איך ווייס שוין נישט וואס איז בעסער די צורידערטע צימערמאן אדער די הייקינד-אינספירירטע מטורפים וואס דרייען איבער די גאסן יעדע מאהל א פאליציי איז א מחוצץ צו אחד משלנו
אויב איז די מעשה ווי גיבור דערציילט, קומט זיך זיי. אונז זענען נישט קיין ווימפס. וואס איז, זיי האבן נישט גענוג ארבעט אין בארא פארק ווייל עס איז נישט דא קיין רציחות און דראגס? זאלן זיי גיין עסן דאונאטס.
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:53 pm
דורך היימישער ליטוואק
איש עברי האט געשריבן:בושנו מכל עם! א בושה און א חרפה! איך ווייס שוין נישט וואס איז בעסער די צורידערטע צימערמאן אדער די הייקינד-אינספירירטע מטורפים וואס דרייען איבער די גאסן יעדע מאהל א פאליציי איז א מחוצץ צו אחד משלנו
פארוואס בושנו? וואס איז די בושה? וואס איז די עוולה פון סיוויל דיסאבעדיענס?
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 5:55 pm
דורך איש עברי
מען קען מיינען אז מען רודפ'ט אונז דא אין אמעריקע, נאך אלעם מאכט מען א חיים טובים מען גנב'ט אפ די רעגירונג, מען פירט זיך א אייגענע ווערטשאפט, ס'איז דא גענוג זאכ'ן וואס טאמער די אינסטאנצן וואלטן דווקא געוואלט וואלטן זיי אונז געקענט פערטיג מאכן, מיר געניסן דערווייל פון א סטאטוס פון לעב און לאז לעבן, די פאליציי און די אינסטאנצן וווייסן אז אונז זענען נישט קיין טראבל מעיקערס און דעריבער לאזן זיי אונז מער ווייניגער לויפן, דעריבער ווען א פאליציאנט נוצט אמאל איבערגעטריבענע כח [לאמיר זאגן] איז זייער נאריש צו פארפירן צופיל און מאכן ראיאטען ווייל די רעזולטאטן וועלן נאר בעקפייערען קעגן אונז, איך האב נישט קיין צייט ברייטער אויסצושמועסן איך האף אז מ'כאפט מיין פוינט
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 7:52 pm
דורך קאווע טרינקער
אפשר איז דאס וועגן די שידוך פראפאזעל וואס איז געווען אויף יענע גאס?
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 10:17 pm
דורך איחוד פעלד
איש עברי האט געשריבן:מען קען מיינען אז מען רודפ'ט אונז דא אין אמעריקע, נאך אלעם מאכט מען א חיים טובים מען גנב'ט אפ די רעגירונג, מען פירט זיך א אייגענע ווערטשאפט, ס'איז דא גענוג זאכ'ן וואס טאמער די אינסטאנצן וואלטן דווקא געוואלט וואלטן זיי אונז געקענט פערטיג מאכן, מיר געניסן דערווייל פון א סטאטוס פון לעב און לאז לעבן, די פאליציי און די אינסטאנצן וווייסן אז אונז זענען נישט קיין טראבל מעיקערס און דעריבער לאזן זיי אונז מער ווייניגער לויפן, דעריבער ווען א פאליציאנט נוצט אמאל איבערגעטריבענע כח [לאמיר זאגן] איז זייער נאריש צו פארפירן צופיל און מאכן ראיאטען ווייל די רעזולטאטן וועלן נאר בעקפייערען קעגן אונז, איך האב נישט קיין צייט ברייטער אויסצושמועסן איך האף אז מ'כאפט מיין פוינט
ביסט לאו דוקא גערעכט.
לאז די פאליציי, אונז זיי וועלען אונז אנהייבען רודף'ן על לא דבר.
כ'וויל פארשטיין וויאזוי דער געזעץ ארבעט, איך האב איינער אין דער קאר, דער פאליציי זאגט איך נעם אים פאר געלט, וואס איז זיין ראיה?
וואס דארף ער טוהן צו פראווען זיין קעיס, גארנישט?
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:36 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:50 am
דורך רויטע וואנצעס
איך מיין די מעשה איז פון לעצטע וואך דאנערשטאג.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Td1Einy7it0[/youtube]
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:52 am
דורך berlbalaguleh
איש עברי האט געשריבן:מען קען מיינען אז מען רודפ'ט אונז דא אין אמעריקע, נאך אלעם מאכט מען א חיים טובים מען גנב'ט אפ די רעגירונג, מען פירט זיך א אייגענע ווערטשאפט, ס'איז דא גענוג זאכ'ן וואס טאמער די אינסטאנצן וואלטן דווקא געוואלט וואלטן זיי אונז געקענט פערטיג מאכן, מיר געניסן דערווייל פון א סטאטוס פון לעב און לאז לעבן, די פאליציי און די אינסטאנצן וווייסן אז אונז זענען נישט קיין טראבל מעיקערס און דעריבער לאזן זיי אונז מער ווייניגער לויפן, דעריבער ווען א פאליציאנט נוצט אמאל איבערגעטריבענע כח [לאמיר זאגן] איז זייער נאריש צו פארפירן צופיל און מאכן ראיאטען ווייל די רעזולטאטן וועלן נאר בעקפייערען קעגן אונז, איך האב נישט קיין צייט ברייטער אויסצושמועסן איך האף אז מ'כאפט מיין פוינט
איך ווייס נישט אויב דו ביסט שוין געווען אן איש עברי , כ'מיין א תושב אין בארא פארק דאמאלס. אבער בערך מיט א צען יאר צוריק , קורץ פאר פסח איז פארגעקומען א שטיקל ראיאט. די הויפט מחותנים זענען געווען א טויבער איד און אן איבערגעהיצטער פאליס סארדזשענט. דער איד, וועלכער איז געווען טויב אויף איין אויער האט גערעדט אויף א סעלפאן, וועלכן ר'האט געהאלטן ביים צווייטן אויער. ווען דער פאליציאנט האט גערעדט צו איהם האט ער נישט געהערט. האט דער היציגער יונג געמיינט אז ער איגנארירט עהם. האט ער זיך אויפגערעיגט אויף עים און איהם געוואלט ארעסטירן. איז געווארן א מהומה. ס'איז געווען בין הזמנים . זענען געווען א סאך בחורים וועלכע האבן געזוכט עקשן. דער סארדזשענט האט אריינגערופן הילף כאילו ס'איז די דריטע וועלט מלחמה. איז געווארן אן אנלויף פון פאליציאנטן, כל סוס רכב פרעה. בקיצור. א פאר רואיגע מענטשן האבן אפגעשטעלט די מלחמה. און א סאך מענטשן זענען ארויס בשן ועין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:56 am
דורך רויטע וואנצעס
יא יא בערל... מ'האט דעמאלסט אויך געשריגן נאצי.. א בושה. זכרונות...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=1qnvfzQkawk[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vBwQDTgh--0[/youtube]
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:59 am
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 2:18 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:44 am
דורך טעפל
רויטע, וואס איז די מעשה דארט?
איך געדענק די מעשה מיט גדעון באש וואס מ'האט נעבעך דערהארגעט פאר א פעיקע האמער..
http://en.wikipedia.org/wiki/Gidone_Busch
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:49 am
דורך איך אויך
איך געדענק גוט די הפגנה אין ב.פ. ,מען האט דארט געטראפען חברים (אפאר חברה האבען געזאגט די קאממענט) וואס מען האט שוין נישט געזעהן צעהן יאר אדער מער.
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
קליק אויף די נ.י. טיימס לינק.
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 2:14 pm
דורך סאשי פיש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:קליפס? גיב אהער!
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] דא
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xzfbGST7RHk[/youtube]
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 2:27 pm
דורך טאמבל סאס
איך בין עס, דער וואס שרייט!
איך האף אז דאס וועט אביסל אנהייצן די מצב און די עולם וועט זיך מוזן פעקלען צו קרית יואל אדער סקווירא!
אבער פארוואס נוצן קינדער פאר פאנצערס? צודארפן דען קינדער אריינגעמישט ווערן דערין?