בלאט 1 פון 2

ד"ר מארטין לוטער קינג דער יונגערער

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 7:33 pm
דורך קרעמער1
מארגן גייט אמעריקע פייערן דעם אכציגסטן געבורטס-טאג פונעם בארימטן גלח, גלענצנדער רעדנער און פרייהייט-קעמפער: "דאקטאר מארטין לוטער קינג דזשוניער".

איך בין נישט דער פאסיגער פערזאן צו באשרייבן אזא בארימטער פערזענליכקייט ווי עס ברויך צו זיין, בלויז עטליכע קורצע שטריכן:

ער האט באקומען א נאמען ביים געבוירן "מייקל קינג" וואס זיין פאטער האט שפעטער געטוישט צו מארטין לוטער אין כבוד נאכן דייטשער מאנאך און פראטעסטאנטישער פירער וועמען ער האט געאכטעט.

אלס קינד האט נישט מורא געהאט זיך ארויס צוזאגן קעגן די דעמאלטדיגע רעליגיעזע איבערצייגונגען פון בלינדע גלויבן
און ער איז טאקע אריבער צו די בעפאטיסטישער קריסטליכע סעקטע וואו ער איז שפעטער געווארן א גלח

איך ציטיר דא וואס ונבנתה שרייבט אינעם אשכול "זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט" איבער זיין בארימטע רעדע איך האב א חלום:

ונבנתה העיר האט געשריבן:עס האט שוין יעדער מן הסתם געהערט מארטין לוטער קינג'ס דרשה, ביי 'דער גרויסער מארטש אויף וואשינגטאן' אין אוגוסט פון 63', 'I Have a Dream' - וועלכער ווערט פארעכענט ווי די געלונגען'סטע דרשה פונעם 20'סטן יאהר-הונדערט.

אויפן וידיאו קען מען זעהן ווי די ערשטע חלק דרשה ליינט ער ארויס פון א צעטל, און ביי 12:00 גייט ער אף-סקריפט און הייבט אהן רעדן פון אויסעווייניג טאקע די מערסט-באוואוסטע חלק I Have a Dream.

קלערענס דזאונס, קינג'ס דרשה שרייבער און מחבר פון Behind the Dream: The Making of the Speech that Transformed a Nation, וועלכער נעמט קרעדיט פאר די ערשטע האלב פון די דרשה, זאגט אז אויפן סטעידזש אונטער קינג איז געשטאנען די וועלט-בארימטע שווארצע זינגערין Mahalia Jackson, און אינמיטן די דרשה האט זי אויסגעשריגן צו קינג '!Tell them about the dream, Martin, tell them about the dream', און דאס איז געווען ווען קינג האט מחליט געווען צו גיין אף-סקריפט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=smEqnnklfYs[/youtube]


ער האט זיך דארט ווידער ארויסגעשטעלט קעגן ווייעלענס און ווילדע אקטן:

Let us not seek to satisfy our thirst for freedom by drinking from the cup of bitterness and hatred. We must forever conduct our struggle on the high plane of dignity and discipline. We must not allow our creative protest to degenerate into physical violence. Again and again, we must rise to the majestic heights of meeting physical force with soul force

ער האט פארענדיגט מיט מוראדיגע ווערטער:

And when this happens, and when we allow freedom ring, when we let it ring from every village and every hamlet, from every state and every city, we will be able to speed up that day when all of God's children, black men and white men, Jews and Gentiles, Protestants and Catholics, will be able to join hands and sing in the words of the old Negro spiritual:

Free at last! Free at last


פולע טעקסט פון די אויסערגעווענליכע דרשה:
http://www.americanrhetoric.com/speeche ... adream.htm


זיין לעצטע דרשה, באקאנט אלס איך בין געווען אויפן שפיץ בארג דרשה, האט ער געהאלטן דעם דריטן אפריל 68' אין מעמפיס, טענעסי

א דרשה וועלכער דויערט א ערך פון א דריי-פערטל שעה
וואו ער האט גערופן פאר "נאנ-ווייעלענס" פראטעסטן און צו אויסנוצן די עקאנאמישער מאכט דורך באיאקאטירן אזעלכע גרויסע פירמעס וואו "קאוקע-קאולע" "וואנדער-ברעד" וכדו'

וכלשונו הקדוש:
We don't have to argue with anybody. We don't have to curse and go around acting bad with our words. We don't need any bricks and bottles. We don't need any Molotov cocktails. We just need to go around to these stores, and to these massive industries in our country, and say, "God sent us by here, to say to you that you're not treating his children right. And we've come by here to ask you to make the first item on your agenda fair treatment, where God's children are concerned .Now, if you are not prepared to do that, we do have an agenda that we must follow. And our agenda calls for withdrawing economic support from you."

And so, as a result of this, we are asking you tonight, to go out and tell your neighbors not to buy Coca-Cola in Memphis. Go by and tell them not to buy Sealtest milk. Tell them not to buy -- what is the other bread? -- Wonder Bread. And what is the other bread company, Jesse? Tell them not to buy Hart's bread. As Jesse Jackson has said, up to now, only the garbage men have been feeling pain; now we must kind of redistribute the pain. We are choosing these companies because they haven't been fair in their hiring policies; and we are choosing them because they can begin the process of saying they are going to support the needs and the rights of these men who are on strike. And then they can move on town -- downtown and tell Mayor Loeb to do what is right.

But not only that, we've got to strengthen black institutions. I call upon you to take your money out of the banks downtown and deposit your money in Tri-State Bank. We want a "bank-in" movement in Memphis. Go by the savings and loan association. I'm not asking you something that we don't do ourselves at SCLC. Judge Hooks and others will tell you that we have an account here in the savings and loan association from the Southern Christian Leadership Conference. We are telling you to follow what we are doing. Put your money there. You have six or seven black insurance companies here in the city of Memphis. Take out your insurance there. We want to have an "insurance-in".


ביי די ענדע האט ער דערמאנט די ערשטע פארזוך אויף זיין לעבן, און דערמאנט די סוקסעסן וועלכע מ'האט דערגרייכט אין די יארן דערנאך, און האט זיך דערנאך אויסגעדרוקט געוואלדיגע דיבורים, בבחי' ניבא ואינו יודע מה ניבא:


now, it doesn't matter, now. It really doesn't matter what happens now. I left Atlanta this morning, and as we got started on the plane, there were six of us. The pilot said over the public address system, "We are sorry for the delay, but we have Dr. Martin Luther King on the plane. And to be sure that all of the bags were checked, and to be sure that nothing would be wrong with on the plane, we had to check out everything carefully. And we've had the plane protected and guarded all night."

And then I got into Memphis. And some began to say the threats, or talk about the threats that were out. What would happen to me from some of our sick white brothers?

Well, I don't know what will happen now. We've got some difficult days ahead. But it really doesn't matter with me now, because I've been to the mountaintop.

And I don't mind.

Like anybody, I would like to live a long life. Longevity has its place. But I'm not concerned about that now. I just want to do God's will. And He's allowed me to go up to the mountain. And I've looked over. And I've seen the Promised Land. I may not get there with you. But I want you to know tonight, that we, as a people, will get to the
promised land!

And so I'm happy, tonight.

I'm not worried about anything.

I'm not fearing any man!

Mine eyes have seen the glory of the coming of the Lord!!

דא קען מען הערן און ליינען די פולע דרשה, וועלכע איז פול מיט גאר שטארקע פראזן וועלכע זענען נוגע פאר יעדן איינעם:
http://www.americanrhetoric.com/speeche ... aintop.htm

דעם אנדערן אינדערפריה האט מען אים געשאסן אין די מאטעל וואו ער איז איינגעשטאנען

אין צווייטן נאוועמבער 83' האט פרעזידענט רעיגן אונטערגעשריבן א געזעץ צו באשטימען א "מארטין לוטער קינג דעי" און דער ערשטער בוש האט עס אין 92' באשטימט אויף דעם דריטן מאנטאג פון יאנואר

ס'איז כדאי אנצומערקן אז ד"ר קינג איז געווען א אוהב ישראל
הרב העשל, פון די דעמאלטדיגע פירנדע רבנים אין אמעריקע, האט געארבעט צוזאמען מיט אים, פאר מענטשן-רעכט אין אמעריקע און קעגן די מלחמה און וויעטנאם און ער האט געהאט זייער א גינסטיגע מיינונג אויף אים

אויך איז דאקומענטירט אז ער האט געפלאנט צו קומען צו א סדר צו אים
נאר די טראגישע רציחה געציילטע טעג בעפאר האט דאס פארמיטן

יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:17 pm
דורך יאיר
א דאנק פאר'ן באשרייבן דעם לעגענדארן פיגור הי"ד און אריינבלאזן א פינק פון האפענונג אין אידישע הערצער. רבותי, אלע חכמים ונבונים, קאווע שטיבל ליינער און קאמענטירער, תלמידיהון ותלמידי תלמידיהון, יעדער איינער ביי וועמען די אידישע פינק איז נאך אנגעצינדן און וואס זארגן זיך נאך אויף דער עתיד פון אים און פון זיינע קינדער, הערט אויס די רייד וואס קומען ארויס פון א ריינע אידישע הארץ, טאקע מיט א ווייסע קאליר פנים, אבער וואס שפירט זיך פארצווייפלט אויף דעם עתיד פון זיין פאלק און זיין קהילה, און דרוקט אויס זיין לעצטן האפענונג. קומט הערט אויס דעם דבר ה' ברמה, א קול חוצב להבות אש, דער קול וואס איז אזוי הויך אז קיינער קען עס נישט הערן:
איך זאג צו אייך, מיינע פריינט, לאמיר נישט איינזינקען אין דעם טאל פון יאוש!
טראצדעם וואס מיר שטייען קעגן די יעצטיגע און קומענדיגע שוועריקייטן, פונדעסטוועגן האב איך א חלום. א חלום וואס איז איינגעווארצלט אין דעם אידישן חלום.
איך האב א חלום אז איין טאג וועט אונזער פאלק זיך אויפשטעלן און מקיים זיין די ווערטער אויף וואס אונזער תורה איז געבויט: "ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה."
איך האב א חלום אז איין טאג וועלן זיך צוזאמקומען אויף די בערג פון קרית יואל און אין די שטיבלעך פון בארא פארק די קינדער פון די קאווע שטיבל שרייבער און אייוועלט שרייבער, פון בעלז און פון סאטמאר, פון קנאים און ציונים, פון פרומע אידן און או טי די, פון חסידים און ליטאים, פון משכילים און חרדים, פון מענער און פרויען, און וועלן קענען פארברענגען צוזאמען ביי דעם טיש פון ברודערשאפט אן קיין פחד צו זאגן זייערע אמת'ע מיינונגען.
איך האב א חלום אז איין טאג וועט דער שטאט וויליאמסבורג, א שטאט וואס שוויצט פון דעם גרויסן היץ פון אומרעכט און אונטערדרוקונג, וועט ווערן טראנספארמירט אין אן אאזיס פון פרייהייט און גערעכטיגקייט.
איך האב א חלום אז איין טאג וועלן מיינע פיר קליינע קינדער לעבן אין א קהילה וואו זיי וועלן נישט ווערן געמאסטן לויט די גרויסקייט פון זייער קאפל אדער דיקקייט פון זייערע שטרימפ, נאר לויט דער גוטסקייט פון זייער כאראקטער און זייער ליבשאפט צו א צווייטן מענטש.
איך האב א חלום היינט!

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 9:48 am
דורך ברסלבער
וואו איז [tag]לעיקוואד[/tag] ווען מען דארף אים?

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:09 am
דורך רויטע וואנצעס
די גרעסטע לעקציע וואס מארטין האט געלערנט די וועלט, איז אז מ'קען מאכן א רעוולוציע אפילו אן איין קויל. רעוולוציעס ווערט אבער ליידער געווענדליך נישט געפירט פון מענטשען וואס זענען גרייט צו לערנען לעקציעס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:13 am
דורך טעפל
ישר כוחם ר' קרעמער נומבער 1 שיין געשריבען.
פארוואס "דער יונגערער"??

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:53 am
דורך יואב
טעפל האט געשריבן:ישר כוחם ר' קרעמער נומבער 1 שיין געשריבען.
פארוואס "דער יונגערער"??

ער ווערט אנגערופן "דזשוניער", ווייל זיין פאטער איז געוועזן "סיניאר".

ער איז געבוירן ביי א שטארק פראטעסטאנטישע משפחה, און ביים כמו להבדיל'דיגן ברית, ויקרא שמו בין הגוים מייקל קינג.

שפעטער האט אבער זיין פאטער געטוישט זיין נאמען צו מארטין לוטער, על שם פון דעם דייטשן פאפולערן מארטין לוטער -- דער פרומער קריסט וואס האט אריינגעברענגט רעוועלוציע צווישן די קאטאליקן, און אנגעהויבן מיט א שטארק פראטעסטאנטישע באוועגונג -- מילא האט דער פאטער געהייסן סיניואר, און חתן דינן דשוניאר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 12:06 pm
דורך יואליש
לכבוד די הילולה, איז דער עולם געלאדענט צו מיטיילן א ציטאט פון דר. קינג וועלכע איז רעלעוואנט היינט ווי אמאל:

"Actually, we who engage in nonviolent direct action are not the creators of tension. We merely bring to the surface the hidden tension that is already alive. We bring it out in the open, where it can be seen and dealt with. Like a boil that can never be cured so long as it is covered up but must be opened with all its ugliness to the natural medicines of air and light, injustice must be exposed, with all the tension its exposure creates, to the light of human conscience and the air of national opinion before it can be cured."

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 12:14 pm
דורך גאלד
מאנכע טענה'ן אז קינג'ס חלום איז א בייזער חלום, ווייל שחורים אויב איז מען זיי דן לויט די קאליר פון זייער הויט שטייען זיי סאך בעסער ווי מ'זאל זיי דן זיין לויט די תוכן פון זייער כאראקטער, ודו"ק

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:34 pm
דורך איש עברי
גאלד האט געשריבן:מאנכע טענה'ן אז קינג'ס חלום איז א בייזער חלום, ווייל שחורים אויב איז מען זיי דן לויט די קאליר פון זייער הויט שטייען זיי סאך בעסער ווי מ'זאל זיי דן זיין לויט די תוכן פון זייער כאראקטער, ודו"ק


זיי זענען געפערליך עקלדיג אפשטויסנד, גרויליג, אזוי אויך אידן זענען בלוטזויגערס געלטגייציג סעלפיש.....

פארגעס נישט א יעדע ראסיסט האלט אז זיין שנאה איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:39 pm
דורך אפטעמיסט
הרב דר. אברהם יהושע העשיל ז"ל מאשירט צוזאמען מיט מארטין לוטער קינג

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:46 pm
דורך דענקער
איש עברי האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:מאנכע טענה'ן אז קינג'ס חלום איז א בייזער חלום, ווייל שחורים אויב איז מען זיי דן לויט די קאליר פון זייער הויט שטייען זיי סאך בעסער ווי מ'זאל זיי דן זיין לויט די תוכן פון זייער כאראקטער, ודו"ק


זיי זענען געפערליך עקלדיג אפשטויסנד, גרויליג, אזוי אויך אידן זענען בלוטזויגערס געלטגייציג סעלפיש.....

פארגעס נישט א יעדע ראסיסט האלט אז זיין שנאה איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן

[tag]איש עברי[/tag] איך וואלט גע'לייקט די גיסט פון דיין תגובה. אבער איך קען נישט לייקן אזעלעכע ווערטער, אפילו ווען עס איז סארקאסטיש און א וויץ.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:08 pm
דורך גאלד
לאמיך טאקע פרעגן צו איך בין א ראסיסט,

איך געב די בענעפיט און רעספעקט פאר יעדן שחור,
איך האב גארנישט בעצם קעגן די שווארצע ראסע,
א ארנטליכער אנטשטענדיגער שחור איז ביי מיר גארנישט שוואכער ווי דער זעלבער סארט ווייסער גוי,
איך שטים פאר זיי אין די וואלן,
כ'נישט קיין פראבלעם צו קויפן ביי זיי, זיי צו הייערן וכדומה,

נאר וואס דען,

דערווייל בין איך איבערצייגט אז צווישן די שווארצע ראסע איז פאקטיש דא א גרעסערע פראצענט וואס זענען דומער און אומסיווילזירט, ווי אנדערע ראסעס,
און עס כאפט ביי מיר א נפק"מ נאר ווען איך באגעגן זיך מיט א שחור וואס איך קען נישט,
איך האב מער מורא פון זיי ווען איך בין אליינס אין די עלעוועטער, איך טראסט זיי ווייניגער, איך בין זיך משער אז ער האט א שוואכערע איי-קיו,
און איך האלט אז דאס האט מיט די ראסע, די דשיען פון די שווארצע ראסע פראדוצירט מער פארדומטע מענטשן ווי אנדערע ראסעס,

דאס מיינט נישט אז מ'דארף זיי ווייניגער רעספעקטירן אדער דיסקרימינירן,
חלילה וחלילה,
יעדער בירגער אין אונזער לאנד האט אייניגע רעכטן,
דאס מיינט אויך נישט אז יעדער שחור איז א שוטה, נאר פערצענטועל,

כל הנ"ל איז פשוט א מציאות הדבר וואס מיין קאפ איז איבערצייגט,

יעצט פרעג איך, בין איך א ראסיסט אדער נישט,

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:19 pm
דורך zurich
גאלד האסט א פוינט וועיגן די איי קיו אין די טראסט אבער אין א געוויסן זין זענען די שווארצע מער געשמאקער ווי א דוריכשניטליכער גוי

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 2:30 am
דורך yatzmachp
גאלד, יא דו ביסט א ראסיסט און נישט סתם א ראסיסט אבער א בלינדע ראסיסט. און צו זיין א בלינדע ראסיסט איז אייביג שלעכט.

איך וועל דיר מסביר זיין. אויב דו מאכסט ווען ריסוירטש און דו קומסט אויף דיינע ראסיסטישע מסקנות וואלט איך דיר כאטש פארשטאנען אניטולעקטואלי. אבער סתם קומען אויף מסקנות געשטעלט אויף circumstantial evidence איז אן עוולה. און יא, וואס דו זעסט און ליינסט אין צייטונג איז circumstantial evidence.

יעצט צום ענין. עס איז אמת אז שווארצע אין די US האבן זייער אסאך פון די פראבלעמען וואס דו האסט אויסגערעכנט, אבער די סיבה איז אינגאנצן נישט זייער ראסע, נאר זייער קולטור. אין די US האבן רוב שווארצע א קולטור פון victimhood און דאס שטערט זיי פון צו גיין ווייטער. די סיבה פאר די קולטור איז נישט יעצט די צייט אריינציגיין. עס איז דא אסאך מיני שווארצע וואס שטאמען פון אנדערע פלעצער און האבן נישט די פראבלעמען. איך האב נישט יעצט צו פיל צייט אריינצוגיין אין דעם. פאר אינטערסאנטקייט ברענג איך דאס צו.

http://youtu.be/IxH1pCZi4jw
http://youtu.be/nzdJa8NZZ74

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 2:48 am
דורך מאטי
גאלד האלט פונקט ווי דיר, נאר ער שטעלט זיך אפ ביים עלעוועיטער און טראסט, משא״כ דו גייסט א שטאפל ווייטער זיי צו באשולדיגען מיט victimhood .

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:29 am
דורך שמעקעדיג
יצמח, אונטערשטע שורה: וואלסטו אליין מורא געהאט צו שטיין אין עלעוועיטאר מיט א שווארצן מער ווי מיט א ווייסן? יא אדער ניין?

עס מאכט מיך קראנק אז מענטשן זאגן זאכן וואס זיי טראכטן און זענען ערלויבט צו האלטן און מען בא'טיטל'ט זיין אלס א ראסיסט. ער טאר שוין נישט מורא האבן? און אויב דו האסט מורא צו פליען מיט אן אראבער אויפן פליגער ביסטו אויך א ראסיסט? און אפשר אויב דו האסט מורא פון א לייב זאל פיטא אנהויבן מאכן צימעס פון דיר?

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:38 am
דורך איש עברי
למשל אז איינער זאגט אז ער וויל נישט האנדלען מיט אידן ווייל זיי זענען שווינדלער איז ער אויך בארעכטיגט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:22 am
דורך שמעקעדיג
קודם כל לאמיר זעהן אויב עס איז אמת. אויב יא, איז ער בכלל נישט ראנג, אבסאלוט נישט. עס טוט אונז וויי, ריכטיג, אבער האמת ניתן להיאמר.
נאר איך רעד נישט דא פון גיין בשיטה ארום פאמפן און שפריצן שנאה און האס אויף אנדערע סארט מענטשן, אבער אז איינער וואס האט זיך אפגעבריעט מיט אידן און ער שרייבט ערגעץ אז ער האט שוין מורא פון אידן - במחילת כבודינו המחולל - זעה איך נישט פארוואס ער זאל נישט זיין בארעכטיגט דערצו.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:24 am
דורך געפילטע פיש
גאלד האט געשריבן:לאמיך טאקע פרעגן צו איך בין א ראסיסט,

איך געב די בענעפיט און רעספעקט פאר יעדן שחור,
איך האב גארנישט בעצם קעגן די שווארצע ראסע,
א ארנטליכער אנטשטענדיגער שחור איז ביי מיר גארנישט שוואכער ווי דער זעלבער סארט ווייסער גוי,
איך שטים פאר זיי אין די וואלן,
כ'נישט קיין פראבלעם צו קויפן ביי זיי, זיי צו הייערן וכדומה,

נאר וואס דען,

דערווייל בין איך איבערצייגט אז צווישן די שווארצע ראסע איז פאקטיש דא א גרעסערע פראצענט וואס זענען דומער און אומסיווילזירט, ווי אנדערע ראסעס,
און עס כאפט ביי מיר א נפק"מ נאר ווען איך באגעגן זיך מיט א שחור וואס איך קען נישט,
איך האב מער מורא פון זיי ווען איך בין אליינס אין די עלעוועטער, איך טראסט זיי ווייניגער, איך בין זיך משער אז ער האט א שוואכערע איי-קיו,
און איך האלט אז דאס האט מיט די ראסע, די דשיען פון די שווארצע ראסע פראדוצירט מער פארדומטע מענטשן ווי אנדערע ראסעס,

דאס מיינט נישט אז מ'דארף זיי ווייניגער רעספעקטירן אדער דיסקרימינירן,
חלילה וחלילה,
יעדער בירגער אין אונזער לאנד האט אייניגע רעכטן,
דאס מיינט אויך נישט אז יעדער שחור איז א שוטה, נאר פערצענטועל,

כל הנ"ל איז פשוט א מציאות הדבר וואס מיין קאפ איז איבערצייגט,

יעצט פרעג איך, בין איך א ראסיסט אדער נישט,


לאמיך טאקע פרעגן צו איך בין א אנטיסעמיט,

איך געב די בענעפיט און רעספעקט פאר יעדן איד,
איך האב גארנישט בעצם קעגן די אידישע ראסע,
א ארנטליכער אנטשטענדיגער איד איז ביי מיר גארנישט שוואכער ווי דער זעלבער סארט גוי,
איך שטים פאר זיי אין די וואלן,
כ'נישט קיין פראבלעם צו קויפן ביי זיי, זיי צו הייערן וכדומה,

נאר וואס דען,

דערווייל בין איך איבערצייגט אז צווישן די אידישע ראסע איז פאקטיש דא א גרעסערע פראצענט וואס זענען שווינדלער און אומסיווילזירט, ווי אנדערע ראסעס,
און עס כאפט ביי מיר א נפק"מ נאר ווען איך באגעגן זיך מיט א איד וואס איך קען נישט,
איך האב מער מורא פון זיי ווען זיי דרייען זיך לעבן מיינע קינדער, איך טראסט זיי ווייניגער, איך בין זיך משער אז ער וויל לייגן זייער בלוט אין די מצות,
און איך האלט אז דאס האט מיט די ראסע, די דשיען פון די אידישע ראסע פראדוצירט מער שלעכטע מענטשן ווי אנדערע ראסעס,

דאס מיינט נישט אז מ'דארף זיי ווייניגער רעספעקטירן אדער דיסקרימינירן,
חלילה וחלילה,
יעדער בירגער אין אונזער לאנד האט אייניגע רעכטן,
דאס מיינט אויך נישט אז יעדער איד איז א שווינדלער, נאר פערצענטועל,

כל הנ"ל איז פשוט א מציאות הדבר וואס מיין קאפ איז איבערצייגט,

יעצט פרעג איך, בין איך א אנטיסעמיט אדער נישט.

שמעקעדיג האט געשריבן:יצמח, אונטערשטע שורה: וואלסטו אליין מורא געהאט צו שטיין אין עלעוועיטאר מיט א שווארצן מער ווי מיט א ווייסן? יא אדער ניין?

ניין, א נארמאלע אנגעטוהנע ווייסער און שווארצער זענען פונקט אזוי סעיף, און איך וועל די זעלבע מורא האבן פון א ווייסע אדער שווארצע יוגענטליכער מיט די הויזן האלבע אראפ, א הודי וואס פארדעקט א האלבע פנים און 700 דאלרדיגע סניקערס.


שמעקעדיג האט געשריבן:עס מאכט מיך קראנק אז מענטשן זאגן זאכן וואס זיי טראכטן און זענען ערלויבט צו האלטן און מען בא'טיטל'ט זיין אלס א ראסיסט. ער טאר שוין נישט מורא האבן? און אויב דו האסט מורא צו פליען מיט אן אראבער אויפן פליגער ביסטו אויך א ראסיסט? און אפשר אויב דו האסט מורא פון א לייב זאל פיטא אנהויבן מאכן צימעס פון דיר?

מיינען אז מ'מעג מאכט איינעם אויס ראסיסט\אנטיסעמיט\האמאפאב?

און דו ווערסט נישט קיין ראסיסט פארן מורא האבן, נאר פארן טוהן פעולות צו דיסקרימינירן וועגן דעם.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:25 am
דורך גאלד
איש עברי האט געשריבן:למשל אז איינער זאגט אז ער וויל נישט האנדלען מיט אידן ווייל זיי זענען שווינדלער איז ער אויך בארעכטיגט?


דאס איז שוין "דיסקרימינעשן" באזירט אויף "ראסע",

די באגייסט זיך מיט א מענטש "בלויז" פון א ראסע פראספעקטיוו נישט אלס א אינדיווידועלן מענטש,

דאס מיינט נאך נישט אז סטעטיסקלי קען מעגליך איין ראסע זיין מער ציווילזירט אדער קליגער ווי די אנדערע,

איך זעה קיין שום עלוה אין גלויבן דאס,

והא ראי' מזעהט אז קינדער פון די זעלבע עלטערן האבן געווענליך ענדליכע נאטורן, פערסענעליטיס, שכל, כשרונות, איז דאך קלאר אז די זאכן האט מיט די דשיענס,
יעדער ראסע שטאמט פון א אנדערע דשיען ביז ארויף ביז נח, נו פארוואס זאל איך נישט זאגן די זעלבע,

דאס מיינט נישט אז צווישן די שחורים זענען דא גענוג וואס זענען קליגער ווי דער עווערעדש ווייסער, וכן להיפך, ועל זה אמר מאמר החכם מר. טאמעס ג'עפערסון "אלל מען אר קריעטעד איקוועל" יעדער האט די זעלבע "רעכטן" אבער נישט די זעלבע "פערסענעליטיס"

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:34 am
דורך גאלד
געפילטע פיש האט געשריבן:יעצט פרעג איך, בין איך א אנטיסעמיט אדער נישט.


גראדע נישט, איך האב אלעמאר געשפירט אלס א פרומער אידישער מענטש אז איך דארף אביסעלע מער פראוון מיין אנעסטי און מענטשליכקייט ווי אנדערע, ווייל איך ווייס אז ס'דא א געוויסע סטערעא-טייפ אויף אידן וואס מעגליך ס'ליגט א אמת דערין, אבער אזוי לאנג מ'געבט מיר די בענעפיט און איקוועל אפארטוניטי צו פראוון מיינע כשרונות בין איך זייער ציפרידן,

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:36 am
דורך kliger

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:28 am
דורך יואליש
די נאכט פאר זיין אטנטאט, אונטער די שאטן פון טויט דראונגן, האט מארטין לוטער קינג געגעבן די יעצט-באקאנטע דרשה, I have been to the mountaintop, ווי ער כדרכו, אלס א קריסטליכע גלח, האט געניצט די משל פון משה רבינו דער וואס האט ארויסגעפירט א פאלק פון שקלאפעריי צו פרייהייט, ארץ זבת חלב ודבש, The Promised Land', אבער משה זעלבסט - אט אט דארט -איז בלויז ערלויבט געווארן צו זעהן דאס לאנד פונעם שפיץ בארג, הר נבו, אבער האט עס נישט דערלעבט צו מיטלעבן. און קינג זאגט אז דאס - זעהן פונעם שפיץ בארג אז זיין חלום ווערט אט אט רעאליזירט, די ענדע פון די וואנדערונג אין מדבר - איז אים געניג.

אינדערפרי איז ער געווען טויט!

די דרשה האט אנגענימען א prophetic טאן אין retrospect.

האט געזאגט קינג אין זיין אראטארישע סטיל, געשטיקט אין טרערן, זיינע לעצטע ווערטער:
Well, I don't know what will happen now. We've got some difficult days ahead. But it really doesn't matter with me now, because I've been to the mountaintop.

And I don't mind.

Like anybody, I would like to live a long life. Longevity has its place. But I'm not concerned about that now. I just want to do God's will. And He's allowed me to go up to the mountain. And I've looked over. And I've seen the Promised Land. I may not get there with you. But I want you to know tonight, that we, as a people, will get to the promised land!

And so I'm happy, tonight.

I'm not worried about anything.

I'm not fearing any man!

Mine eyes have seen the glory of the coming of the Lord!!


דא קען מען עס זעהן:

https://www.youtube.com/watch?v=Oehry1J ... be&t=1m16s