בלאט 1 פון 1
יהודה גרין - געט ארויס א נייע סידי "ברכני"
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:28 am
דורך סאשי פיש
די נאכפאלגער פון ר׳ שלמה קארלבאך יוהדה גרין גרייט זיך יעצט אויף זיין נייע אלבום,
אין סטודיא
image.jpg
מיט די קווייער
image.jpg
image.jpg
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:07 am
דורך טעפל
געווענטליך זאגט ער גוט!
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:59 am
דורך דער (פינטעל) איד
ער זאגט זייער גוט. דער פראבלעם איז אז ער זינגט
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 12:39 pm
דורך ודי למבין
וויאזוי פונקטליך איז ער דער נאכפאלגער פון שלמהלע?
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:02 pm
דורך לבי במזרח
פארשעם נישט ר׳ שלמה׳לע. גרין האט מעלות, אבער ער איז ווייט ווייט פון שלמה׳לע.
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 2:05 pm
דורך סאשי פיש
איך האב נישט געשריבען אז ער איז אזוי גוט ווי ר׳ שלמה׳לע, וואס איך פערזענליך האלט אויך אז מען קען אים נישט נאכמאכען פאר קיין געלט אויף דער וועלט.
נאר איך האב געשריבען אז ער איז זיין נאכפאלגער מיטן אים נאכמאכען ווי למשל פראווענען א סליחות נוסח קארלבאך,
ער קומט אריין צו א חתונה און ער מאכט א ברכה נוסח קארלבאך און דער עולם ענטפערט אמן,
מיט די נקודה איז ער אויסשליסליך זיין נאכפאלגער.
איך וויל בעטען א טובה!
דא רעד מען איבער זיין נייע סידי, נישט צו ער קען זינגען צו נישט, (און נישט צו ער זאגט גוט צו נישט) איך וויל בעטען די גבאים זאלען האלטען א אויג אז די אשכול זאל זיך האלטען אין פלאץ [tag]גבאי שני[/tag] [tag]באריסטא[/tag]
לענצטענס מיט די נייע ניקס פארט יעדע אשכל מיינע אריין אין צימעס, עס נעמט מיך אוועק די אפיטעט פון שרייבען!!
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 2:52 pm
דורך איך אויך
כך הוא דרכו של פארום איינער זאגט א ווארט דער צווייטער ווארפט אריין א שאלה און דער דריטער פארשטייט נישט וואס ביידע ווילן ,עס האט נישט קיין טעם צו פארשטערקערן די צענזור בכגון דא ,ווילאנג די שמועס פארט אויף נארמאלע רעלסן און איז בדרך כבוד איז דאס די וועג ווי א לעבעדיגע פארום ארבייט.
מיט צימעס ביזטו טאקע גערעכט, מען דארף זעהן די חזרים זאלן זיך האלטן אין די גבולות פונעם צימעס אפטיילונג.
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:29 pm
דורך טעפל
סאשי איך האב געמיינט צו זאגען אז ער זאגט גוט בבחינת זאגען בחב"ד "זאגט א ניגון"..
איר האט שוין געעפענט אן אשכול פאר אפדעיטס אויף זינגערס וכו' איז דא מעג מען שרייבען לכאורה מיינונגען אויך זיין זינגען, אבער אזוי ווי איך אויך האט געזאגט אהן צימעס'ן און אהן חזרן..
לדעתי העניה זינגט ער עפעס געוואלדיג לפחות א קאזין מיט ר' שלמה'לה ז"ל..
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:18 pm
דורך יאיר
איך אויך האט געשריבן:מיט צימעס ביזטו טאקע גערעכט, מען דארף זעהן די חזרים זאלן זיך האלטן אין די גבולות פונעם צימעס אפטיילונג.
ווי למשל נוצן מער איידעלע טיטלען אויף מענטשן איבעראל, און אודאי אין די נישט-צימעס אפטיילונג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:17 am
דורך קליגער אינגערמאן
א לינק דאוינצולאוידען פליס.
(שטייצעך פאר געלט... מי גנב'מער נישט.. עכ"פ ברבים.)
די סידי הייסט ברכני
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:40 pm
דורך סאשי פיש
די ערשטע סינגעל פונעם סידי, וואס הייסט ברכני!
די ניגון איז וועגן זיך מקשר זיין צו א רבי.
קאמפזירט דורך ר׳ פנחס פאמפ, מיט ר׳ מוטע פראנק.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=g983GBnxgZo[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:26 pm
דורך סאשי פיש
אט אט קומט עס שוין ארויס!!!
מען נעמט שוין מעות קדימה!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:45 pm
דורך בשבילי!
אומגלויבליך!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:33 pm
דורך פישלע העררינג
אזוי לאנג ארבעט ער אויף עס?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:58 pm
דורך קליגער אינגערמאן
וואס איז פשט פון פּרי-ארדער ?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:42 am
דורך סאשי פיש
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:52 am
דורך מ גפני
די 2'טע ניגון פונעם פריוויא איז נישט אן אלטע באקאנטע ניגון?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 10:33 am
דורך יין שרף
יא. ס׳איז די רבי ז״ל ניגון.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:21 pm
דורך סאשי פיש
מ גפני האט געשריבן:די 2'טע ניגון פונעם פריוויא איז נישט אן אלטע באקאנטע ניגון?
אלע ניגונים זענען פון ר׳ שלמה׳לע ז״ל נאר שיין אפגעזינגן מיט גאר רייכע מוזיק.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:29 pm
דורך יין שרף
די ניגון "רבי רבי רבי אונז ווילן זיך מקשר זיין צו דיר" איז נישט א נייע ניגון? (ברסלב'ע סטייל)