בלאט 1 פון 2
אהיים אהיים, ברידערלעך אהיים...
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:09 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=O67UVPS2HNA[/youtube]
א קליפ וואס מוטיגט דעם היימישן, אידיש-רעדנדן ציבור צו ארויפגיין זיך באזעצן אין ארץ ישראל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:11 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:13 pm
דורך טאמבל סאס
לאמיר קודם נעמען עדיוקעישן און נאכדעם...
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 1:14 pm
דורך shem-tov
פרישע צרות. די מדינה איז שוין אויסגעלאפן פון ציונים. סקוקט אויס ווי תרע"ד אין יוראפ אל אווער עגעין
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:15 pm
דורך בר-כוכבא
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:30 pm
דורך ברסלבער
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:א קליפ וואס מוטיגט דעם היימישן, אידיש-רעדנדן ציבור צו ארויפגיין זיך באזעצן אין ארץ ישראל.
היימיש אידיש קען ער טאקע, אבער א פסוק חומש קען ער נישט גוט אויסלייגן. ער שרייבט: ארץ אשר ה' אלקיך דורש אותה תמיד, עיני ה' אלקיך בה וגו'. ווען באמת קומט עס: ארץ אשר ה' אלקיך דורש אותה, תמיד עיני ה' אלקיך בה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:34 pm
דורך berlbalaguleh
ברסלבער האט געשריבן:פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:א קליפ וואס מוטיגט דעם היימישן, אידיש-רעדנדן ציבור צו ארויפגיין זיך באזעצן אין ארץ ישראל.
היימיש אידיש קען ער טאקע, אבער א פסוק חומש קען ער נישט גוט אויסלייגן. ער שרייבט: ארץ אשר ה' אלקיך דורש אותה תמיד, עיני ה' אלקיך בה וגו'. ווען באמת קומט עס: ארץ אשר ה' אלקיך דורש אותה, תמיד עיני ה' אלקיך בה.
און נאך א גרייז: ער שרייבט. "מראשית השנה ועד אחרית השנה". אין פסוק שטייט "מראשית השנה ועד אחרית שנה".

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:47 pm
דורך מאטי
אויך, שטייט ״אלוהיך״ נישט אלוקיך...
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:21 pm
דורך yatzmachp
נאכן זעהן דעם ווידיאו בין איך געווארן זייער איבערגענומען. איך טראכט פון מאכן עליה.
What a waste of money
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:37 pm
דורך shem-tov
גיימער קיין ישראל. ממש א מחי'. א עק צו די גלות ווי מען פייניגט אונז צוליב רעליגיע. אן עק צו די שוידערליכע דראונגען מצד די שכנים. א עק צו די פחד פון באמבעס און זוכען שעלטערס. גענוג געווען מיט די גאז מאסקעס. אן עק צו די לאנד ווי מען לאזט נישט יונגעלייט צוקומען צו א לייטישע פרנסה בלויז פארן נישט גיין צו די ארמי. אן עק צו די לאנד ווי מען טאר נישט בארעדן קיינעם א חוץ די חרדים. א עק צו די גלות לענדער ווי מען שליידערט ארויס אונזערע עלטערן'ס ביינער כדומן על פני השדה. גענוג איז גענוג. ממש א מחי' גיימיר קיין ישראל. זענען זיי משוגע געווארן, זעהט אויס אז איינער האט גענומען צו ערנסט אז מיר ליינען נישט קיין נייעס. נייס טריי באט די ענסער איז נאו
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:14 pm
דורך הוגה
קיבלתי היום בוואצאפ...
.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:25 pm
דורך יאיר
shem-tov האט געשריבן:גיימער קיין ישראל. ממש א מחי'. א עק צו די גלות ווי מען פייניגט אונז צוליב רעליגיע. אן עק צו די שוידערליכע דראונגען מצד די שכנים. א עק צו די פחד פון באמבעס און זוכען שעלטערס. גענוג געווען מיט די גאז מאסקעס. אן עק צו די לאנד ווי מען לאזט נישט יונגעלייט צוקומען צו א לייטישע פרנסה בלויז פארן נישט גיין צו די ארמי. אן עק צו די לאנד ווי מען טאר נישט בארעדן קיינעם א חוץ די חרדים. א עק צו די גלות לענדער ווי מען שליידערט ארויס אונזערע עלטערן'ס ביינער כדומן על פני השדה. גענוג איז גענוג. ממש א מחי' גיימיר קיין ישראל. זענען זיי משוגע געווארן, זעהט אויס אז איינער האט גענומען צו ערנסט אז מיר ליינען נישט קיין נייעס. נייס טריי באט די ענסער איז נאו
יא, אן עק צו די שרעקליכע גזירת מציצה בפה וואס לויערט אויפ'ן גאנצן אומאפהענגיגן יהדות החרדית פון אלע שיכטן און קרייזן אין נאו יארק. אן עק צו די שוידערליכע באריכטן איבער ארעסטן הייליגע רבי'ס פאר'ן בלויזן חטא פון נישט נאכגעבן די אנטיסעמיטישע געזעצן פון די רעגירונג אז מען טאר זיי נישט אויסנארן, אוועק פון דעם לאנד וואו מען שפארט איין מענטשן פאר הונדערט און דריי יאר פאר'ן חטא פון מאלעסטן קינדער, לאמיר גיין קיין ישראל וואו מען וועט קענען באצאלן פופציג שקל און פטור אן עסק. און אפילו אויב מען וועט יא איינזעצן וועט מען אויפשטעלן א ישיבה על קברו און דורכפירן נאכאנאנדע פראטעסטן במעמד אלופי אלפי ישראל ביז די רשעים וועלן זיך ברעכן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:39 pm
דורך shem-tov
היינט געשריבן אויף וואטס-עפ מה תצעק אלי. דבר אל בני ישראל ויסעו. זאג פאר די יודישע קינדער וואס שרייט איר צו מיר אז מען קען נישט זיין אין ארץ ישראל ווייל סאיז דא רדיפת הדת און סאיז א מלכות המינות. ויסעו גייט אין גלות אריין סאיז נישט אזוי געפערליך מיינע גזירות ווארט נישט ווילאנ כרעג מיך אויף. טוט עס בעוד מועד
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:38 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:16 pm
דורך בן-זומא
yatzmachp האט געשריבן:נאכן זעהן דעם ווידיאו בין איך געווארן זייער איבערגענומען. איך טראכט פון מאכן עליה.
What a waste of money
פון ווי ווייסט דו אז סהאט זיי געקאסט געלט?? אפשר האבען זיי א נדבן וואס האט באצאלט די גאנצע סכום געלט וואס סהאט מסתם געדארפט צו קאסטען???
און די אליינס האסט געשריבען אז די ביסט געווארן זייער שטארק איבערגענומען און די גייסט לכאורה מאכען אן עליה ארויף ביז ארץ ישראל. ווי אזוי קענסט דו קומען איין רגע נאכדעם און זאגען אז סאיז געווען א waste of moneys?????
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:21 pm
דורך איך אויך
וואי דיינע בעטעריס דארפן א טיפע טשארג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:28 pm
דורך היימישער ליטוואק
וואס שטייט אין אין די הקדמה דף ח'?
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:38 pm
דורך diff
They would not leave israel for no money in the world
נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:42 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 5:09 pm
דורך גאלד
וואסי שלעכט מיט דעם מאמר?
נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:58 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:44 am
דורך חד גדיא
חסידי סאטמאר זועמים?
איך האב קיינעם נישט געזען זיך רעגן...
http://www.globes.co.il/news/article.as ... 1000912369