בלאט 1 פון 2

מיין ניק איז אפטעמיסט, כ'וואוין אין ווילי און כ'בין דיפרעסט

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:06 pm
דורך אפטעמיסט
כ'האב בעצם נישט קיין חשק צו עפענען נאך אן אשכול אויף די אומגליק המכונה 'סיסטעם', גלייבט מיר, פונקט ווי אייך, קריכט עס מיר שוין ארויס פון די נערווען, און איך זיך צו טראכטן, ליינען און שרייבן פון עפעס אנדערש אויסער דעם מעלה גרה'דיגן, אלטע אויסגעדראשענעם נושא. אבער פארשטייט מיר ביטע, וואוינען וואוין איך (ליידער) אין וויליאמסבורג און יעדע שטיק צייט כאפ איך נאך אן אטאקע. פון הימעל האט מען מיר באשערט צו לעבן בכפיפה אחת מיט דעם ציממערמאן און לאוב קליקע, ומה יעשה הבן שלא יחלה.

איך בין אויסגעשטעלט צו כל מיני קליין קעפיקייט, טעראר און טעלער געקוק'אכטס פון כל אשר בשם קנאי יכונה. אין מקוה קען איך נישט שמועסן רוהיג ווייל נייגעריגע גרויסע רוסישע אויערן פראבירן אויף כאפן יעדעס ווארט וואס איך זאג. קיין קאוקע קאלע קען איך כמעט אין ערגעץ נישט קויפן. כשר'ע, שטיפת מח ריינע ליין מאטריאל קען מען נאר טרעפן בחורין ובסדקין, און שבת ווער איך פארשריגן פארן בלויזן חטא פון גיין אין די דרכים פון שלמה המלך.

דער אייבערשטער איז נישט באנקראט. ער האט ערליכע אידן בכל קצווי תבל. אין מדינת ישראל איז דא אסאך, אין ענגלאנד, פראנקרייך און שפאניע איז דא יהודים נאמנים לה' ולתורתו. ביי אונז אין אמעריקע איז אויך דא גאטספארכיגע אידן, אין מאנהעטאן, פלעטבוש, פייו טאונס און אפילו אין בארא פארק. אבער אין וויליאמסבורג? ממש ווי סדום. אויסער [tag]יואב[/tag], [tag]יאיר[/tag] [tag]טיטאניק[/tag] ואני הקטן איז כמעט נישט דא קיין תורה טרייע אידן.

זר לא יבין. א פרעמדער וועט נישט פארשטיין וואס גענוי איך וויל דא. וואס וויל ער אויפטוען? פארוואס קייט ער איבער שוין איבערגעקייטע סחורה? גיי לערן א גוי ברטנורא.
ביי אונז אין וויליאמסבורג איז אבער דא א מסורה "אז ס'טוט וויי שרייט מען". איך פארשטיי אויך נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער עפעס איז מיר נאך פארבליבן פון דעם ווילי מעטאליטעט, און אז ס'טוט מיר וויי שריי איך.

איך בין טאקע סטאק דא, אבער שמעו נא רבותי דיינים מומחים. איך בין מגלה דעת ברבים אז כ'וועל טוען וואס אימער שייך זיכער צו מאכן אז מיינע טייערע קינדער בלייבן נישט דא אינעם עיר הנידחת. כ'וועל טוען כל טצדקאי שבעולם ארויסצונעמען מיינע דורות פון דעם מקום מוכן לפרעניות. גענוג אז איך לייד.

איין נחמה האב איך, אז כ'וואוין נישט אין קעי דזעי.

א דאנק פארן אויסהערן א צובראכענע איד, די זכות זאל אייך ביישטיין אז איר זאלט קיינמאל וויסן פון אזעלכע צרות ונאמר אמן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:08 pm
דורך שמעקעדיג
אפטעמיסט האט געשריבן:ומה יעשה הבן שלא יחלה.

גוטע אויסדרוק.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:13 pm
דורך elter-zeide
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב בעצם נישט קיין חשק צו עפענען נאך אן אשכול אויף די אומגליק המכונה 'סיסטעם', גלייבט מיר, פונקט ווי אייך, קריכט עס מיר שוין ארויס פון די נערווען, און איך זיך צו טראכטן, ליינען און שרייבן פון עפעס אנדערש אויסער דעם מעלה גרה'דיגן, אלטע אויסגעדראשענעם נושא. אבער פארשטייט מיר ביטע, וואוינען וואוין איך (ליידער) אין וויליאמסבורג און יעדע שטיק צייט כאפ איך נאך אן אטאקע. פון הימעל האט מען מיר באשערט צו לעבן בכפיפה אחת מיט דעם ציממערמאן און לאוב קליקע, ומה יעשה הבן שלא יחלה.

איך בין אויסגעשטעלט צו כל מיני קליין קעפיקייט, טעראר און טעלער געקוק'אכטס פון כל אשר בשם קנאי יכונה. אין מקוה קען איך נישט שמועסן רוהיג ווייל נייגעריגע גרויסע רוסישע אויערן פראבירן אויף כאפן יעדעס ווארט וואס איך זאג. קיין קאוקע קאלע קען איך כמעט אין ערגעץ נישט קויפן. כשר'ע, שטיפת מח ריינע ליין מאטריאל קען מען נאר טרעפן בחורין ובסדקין, און שבת ווער איך פארשריגן פארן בלויזן חטא פון גיין אין די דרכים פון שלמה המלך.

דער אייבערשטער איז נישט באנקראט. ער האט ערליכע אידן בכל קצווי תבל. אין מדינת ישראל איז דא אסאך, אין ענגלאנד, פראנקרייך און שפאניע איז דא יהודים נאמנים לה' ולתורתו. ביי אונז אין אמעריקע איז אויך דא גאטספארכיגע אידן, אין מאנהעטאן, פלעטבוש, פייו טאונס און אפילו אין בארא פארק. אבער אין וויליאמסבורג? ממש ווי סדום. אויסער [tag]יואב[/tag], [tag]יאיר[/tag] [tag]טיטאניק[/tag] ואני הקטן איז כמעט נישט דא קיין תורה טרייע אידן.

זר לא יבין. א פרעמדער וועט נישט פארשטיין וואס גענוי איך וויל דא. וואס וויל ער אויפטוען? פארוואס קייט ער איבער שוין איבערגעקייטע סחורה? גיי לערן א גוי ברטנורא.
ביי אונז אין וויליאמסבורג איז אבער דא א מסורה "אז ס'טוט וויי שרייט מען". איך פארשטיי אויך נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער עפעס איז מיר נאך פארבליבן פון דעם ווילי מעטאליטעט, און אז ס'טוט מיר וויי שריי איך.

איך בין טאקע סטאק דא, אבער שמעו נא רבותי דיינים מומחים. איך בין מגלה דעת ברבים אז כ'וועל טוען וואס אימער שייך זיכער צו מאכן אז מיינע טייערע קינדער בלייבן נישט דא אינעם עיר הנידחת. כ'וועל טוען כל טצדקאי שבעולם ארויסצונעמען מיינע דורות פון דעם מקום מוכן לפרעניות. גענוג אז איך לייד.

איין נחמה האב איך, אז כ'וואוין נישט אין קעי דזעי.

א דאנק פארן אויסהערן א צובראכענע איד, די זכות זאל אייך ביישטיין אז איר זאלט קיינמאל וויסן פון אזעלכע צרות ונאמר אמן.


קים אויף א שבת קיין בארא פארק וועסט דיך מחי' זיין

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:28 pm
דורך שלמהלע
איך וועל דיר ענטפערן באזירט אויף אן ענטפער וואס "אפטעמיסט" האט געגעבן דא:
viewtopic.php?p=178073#p178073

טייערער אפטעמיסט, אויב געפעלט דיר נישט די סטאנדארטן פון וויליאמסבורג, זייט מוחל נעמט א קאר סערוויס און פארגעס אונזער אדרעסס. קיינער צווינגט דיר נישט צו קומען דא, און קיינער וועט נישט וויינען אויב דו גייסט....

אויב געפעלט דיר נישט וויליאמסבורג, זיי מוחל גיי קיין עירמאנט און בלייב דארט.

אין וויליאמסבורג וועט מען ווייטער זיך פירן פרום און ערליך, קענען שרייען ווען עס טוט וויי פירצות, און לאזן שרייען פונקט ווי ביז איצט. מיר וועלן זיך האלטן פונקט ווי מיר שפירן פאסיג. על אפך ועל חמתך

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:42 pm
דורך אפטעמיסט
איך בין פארשעהמט :cry:

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:48 pm
דורך איש עברי
שלמהלע האט געשריבן:איך וועל דיר ענטפערן באזירט אויף אן ענטפער וואס "אפטעמיסט" האט געגעבן דא:
viewtopic.php?p=178073#p178073

טייערער אפטעמיסט, אויב געפעלט דיר נישט די סטאנדארטן פון וויליאמסבורג, זייט מוחל נעמט א קאר סערוויס און פארגעס אונזער אדרעסס. קיינער צווינגט דיר נישט צו קומען דא, און קיינער וועט נישט וויינען אויב דו גייסט....

אויב געפעלט דיר נישט וויליאמסבורג, זיי מוחל גיי קיין עירמאנט און בלייב דארט.

אין וויליאמסבורג וועט מען ווייטער זיך פירן פרום און ערליך, קענען שרייען ווען עס טוט וויי פירצות, און לאזן שרייען פונקט ווי ביז איצט. מיר וועלן זיך האלטן פונקט ווי מיר שפירן פאסיג. על אפך ועל חמתך


וכי מפני השוטים שקלקלו אנחנו נשלם קאר סערוויסעס, און בכלל איז נישטא גענוג קאר סערוויסעס פאר וויפיל מענטשן עס ווילן פארלאזן דעם עיר הנסרחת

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:51 pm
דורך אפטעמיסט
דעם עיר הנסרחת

:like :like :like :like

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:57 pm
דורך העלא
דעמאלט פארלאז נישט ווילי,

וואט די העק,
טוה וויזוי דו ווילסט,
ווילסט וואוינען אין ווילי בלךייב וואוינען ווילסט נישט וואוין נישט, ווילסט שמועסן

אדער רעד הויעך אין מקוה און גיב נישט קיין דעם

אדער גיי מיט דיינע חבירים עני ווער אין די וועלט,

איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם,

צולייג מיר עס ברחל בתך הקטנה

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:59 pm
דורך העלא
אלע דעפרעסטע מענטשן וואס ווילן באמת געהאלפן ווערן קענען זיך ווענדן צו מיר אין אישי,
איך קען פרובירן ענק צו שטעלן אין פלאץ.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:59 pm
דורך שלמהלע
פארשעמען ארויף פארשעמען אראפ, דו און מענטשן דיינס גלייכן זיצן אין היימישע סביבות און שעלטן יעדן טאג, בבוקר יאמר מי יתן ערב ובערב יאמר מי יתן בוקר. וואלסט געוואוסט וויאזוי נאריש און פארריקט דו קוקסט אויס אין די פנים פון מענטשן וואלסטו זיך זיכער ……

אנשטאט צו דאנקן דעם באשעפער יעדן טאג און אינדזשויען לייף וואו אימער דו ביסט, אנשטאט אויסהערן אביסל ר' אביגדור מיללער וויאזוי צו עפרישיעיטן דעם באשעפער אויף וואס מען האט, רינט אריבער אנגעגעסנקייט, עצבות ומרה שחורה.

עס איז דא א סיבה פארוואס מענטשן וואוינען אין וויליאמסבורג, ווייסט פארוואס? ווייל מען האט עס ליב!

און עס איז דא א סיבה פארוואס מענטשן ערגעץ אנדערש, ווייסט פארוואס? ווייל מען האט עס ליב!

און איינער וואס האט נישט ליב דעם פלאץ וואו ער וואוינט - ווייל ער האט חתונה געהאט דארט, זאל ער אדער שלום מאכן מיטן מצב, אדער זאל ער זיך גט'ן פון זיין ווייב און אפטראגן פון דארט. נישט קרוכן אונטער די נאז, און שפייען קללות נמרצות טאג איין טאג אויס.

איך וואוין אין וויליאמסבורג און איך דריי זיך ארום דארט, איך אינדזשוי עס! עס איז א האבי! מען טרעפט אלע מיני מענטשן, מענטשן העלפן זיך, מען שמייכלט, מען יאגט זיך, מען קרוגט זיך, עס איז דא פון אלעמען, פראבלעמען און סעלושענס צוגלייך, און איך האב די אפציע צו טון וואס איך וויל ווילאנג איך בין נישט קיין פורש מן הציבור.

יא, איינער וואס איז א פורש מן הציבור, ער זוכט צו זיין אנדערש, זאל ער נישט באשולדיגן וויליאמסבורג, ביי קיין איין קאמיונטי וואלט ער נישט געווען וועלקאם. עס האט גארנישט מיט פרום און נישט פרום, מיט אידן און נישט אידן. פערצופאל וואוינען אין וויליאמסבורג פרומע אידן, און אז דו ווילסט זיין אנדערש, דזשאסט עס אויף די קאנסעקווענצן.

די לייף סטייל פון זיין אנדערש און זיך ארומדרייען צווישן דעם ציבור אנגעגעסן איז אזא גרויל! אלץ עצה טובה זאג איך דיר, מענטשן זאלן נישט שטיין ווייט פון דיר, זאלסט קענען אראפהאנדלן ביי שכר לימוד, מען זאל דיך געבן אן עליה שבת: דריי דיך ארום מיט א שמייכל! הער אויף צו שעלטן און שימפן אויף יעדעם ארום!

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:05 pm
דורך איש עברי
ענדליך איינער וואס האט א סאלושען זיך גט'ן אדער הערן רבי אביגדור מילער

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:06 pm
דורך איש עברי
אפטעמיסט טאמער דו וועסט דיך ארויפצווינגען א גרויסע שמייכל האסטו שאנסן פאר א עליה און א הנחה אין סכר לימוד א הייסע דיעל כאפ עס מיט ביידע הענט

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:10 pm
דורך איך אויך
אפטעמיסט טייערער ,בעיסד אוף דיינע תגובות (אויך מיט דיין פריערדיגע ניק) מיין איך דו ליידסט פון ביי פאלער דיסאורדער אבער אזוי ווי איך בין נישט קיין דאקטער וואלט איך דיר מייעץ געווען זאלסט עס אויסטשעקן ביי א פראפעשענל ,עס איז דא הילף עוועיליבל און אשאד זאלסט דיך אפמוטשענן דאס לעבן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:11 pm
דורך איש עברי
ער ליידט פון ווילי דיסארדער וואס נאך הונדערטער אינגעלייט אנוסים וואס וואונען אין דעם עקלהאפטיגן שטאט ליידן דערויף

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:12 pm
דורך העלא
מ''דארף זיך נישט גט'ן, מ'קען צוזאמען מיטן ווייב מופן קיין ווי מ'וויל,
אז די ווייב וויל נישט דארפסט דיר א עצה פונקט ווי דו געבסט דיר עצה מיט יעדע זאך אין לעבן וואס דו מיט דיין ווייב זענען נישט אויף איין מיינונג,
וואוינען אין ווילי און שעלטן איז קיין וועג,
אדער האב עס ליב אדער מופ קיין וואו אין די וועלט דו ווילסט

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:14 pm
דורך איך אויך
ווילי דיסאורדער מאכט נאר ערגער די סימפטאמס. איך מיין עס עס זייער ערנסט עס איז נישט קיין קינדער שפיל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:15 pm
דורך טיטאניק
העלא האט געשריבן:אלע דעפרעסטע מענטשן וואס ווילן באמת געהאלפן ווערן קענען זיך ווענדן צו מיר אין אישי,
איך קען פרובירן ענק צו שטעלן אין פלאץ.

שלמהלע אינזער זיסער גאסט,
ביסט זייער וועלקאם אבער גאסט שרייט נישט אזוי
נישט דאס איז די וועג צי ווערען פאפילער דא אין שטיבל

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:17 pm
דורך אפטעמיסט
שלמהלע,

1) מיין קלענסטע דאגה איז וואס מענטשן זאגן וועגן מיר.

2) איך דאנק נישט דעם באשעפער אז כ'וואוין דא ווייל ער אליין קלאגט און וויינט אז ס'איז דא אזא שטאט.

3) איך פלאן מיר נישט צו גט'ן אדער שלום מאכן מיטן מצב, נאר זיך אויפהייבן איין טאג און אנטלויפן כמתחוי קשת.

4) א האבי צו וואוינען אין ווילי? וואט דע העק?

5) וואס מיינט פרום?

6) עליות דארף איך נישט, ניטאמאל שישי.

7) שכר לימוד קען איך ב"ה צאלן אן אראפ האנדלן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:19 pm
דורך אפטעמיסט
איך אויך האט געשריבן:אפטעמיסט טייערער ,בעיסד אוף דיינע תגובות (אויך מיט דיין פריערדיגע ניק)

וואט דע העלל?

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:24 pm
דורך איך אויך
מעגליך איך בין מיך טועה אבער לדעתי ביסטו איינע פון די אמאליגע אקטיווע ניקס ז"ל ,פארשטייט זיך איך האב נישט קיין שום אינטרעסע צו מגלה זיין אויב מיין האנטש איז גערעכט אדער נישט און עס איז אויך אסור לפי די תקנות צו גריבלן אין די אידענטיטעט פון ניקס.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:26 pm
דורך איש עברי
ענק זאלן מיר אלע מוחל זיין איך פארשטיי פון ענקערע ווערטער אז ענק זענען אויך נישט צופרידן נאר האבן מחליט געווען צו שלום מאכן מיט די מצב, אבער פון שלום מאכן מיט'ן מצב און ווערן א פארברענטע פריינט מיט'ן מצב איז דא א חילוק.
איך ווייס נישט ווער ס'האט ענק מגלה געווען אז אפטאמיסט דרייט זיך מיט די נאז אראפ און שעלט די רוחות, עס קען זיין אז ער דרייט זיך ארום מיט א שמייכל אין די עפנטליכקייט אבער עס טוט אים ווי די נארישקייט און די קליינקעפיגקייט, און עס מעג אים וויי טוהן, איך ווייס נישט פארוואס איר אטאקירט אים דא און קלעבט אים אן אלע דיסארדערס.
ער האט ארויסגעברענגט א פוינט אז וויליאמסבורג איז געווארן באהערשט דורך א רעזשים פון פאנאטיזם און אונטערדרוקונג, אויב אנדערע האבן באוויזן זיך א עצה צו געבן און אנגיין מיט'ן לעבן טראץ דעם תבוא עליהם ברכה, אבער צו מעג מען נישט זיין אנגעווייטאגט?
און די שפראך אז סגעפעלט דיך נישט מופ אוועק איז נישט נאר נאריש נאר אויך רשעות'דיג, ער דארף זיך אוועקציען? פארוואס ווייל א חברה עקטרעמיסטן האבן באשלאסן צו פארוואנדלען די שטאט אין א טאליבאן פעסטונג, וועגן דעם דארף ער איבערלאזן זיינע חברים משפחה געשעפט א.א.וו?
יא די עצה איז פונקט וואס אפטאמיסט טוט, פרובירן ווי ווייט מעגליך צו זיך האלטן נארמאל, און עפענען א ניק אויף קאווע שטיבל און זיך אויסגיסן דאס הארץ און באקומען אביסל חיזוק פון נארמאלע מענטשן.
אז איר האט א גוט ווארט אדער א עצה פאר אים רופט אייך אן, איר ווילט נישט איז נישט אבער פארוואס דארפט איר אים אטאקירן בלויז ווייל ענק האבן זיך מכניע געווען צו די סיסטעם און ער נישט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:23 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]אפטעמיסט[/tag] אוי ווי. די הארגעסט מיך. איך האב פיינט בארא פארק אויף אלע דיינע אויבען דערמאנטע סיבות. כ'האב זיך אנגעבעטען ביי מיין ווייב שוין די לעצטע פאר חדשים אין הערשט לעטצענס האט זי מסכים געווען.
"אונז ציען זיך קיין וויליאמסבורג"
כ'האב געמיינט דארט איז בעסער

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:25 pm
דורך איך אויך
אה דאס איז דיין ווייב'ס האנט וואס פארשטאפט דיר דאס מויל דארט?