קטליא קניא - חלום חלמתי

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

קטליא קניא - חלום חלמתי

שליחה דורך סאשי פיש »

פון קטליא קניא
חלום חלמתי
לכבוד מ.ל.ק. טאָג (ספיקא דיומא)

ס'אָט זיך דיר געחלומט?
לייג דיך צוריק שלאָפן
אין דער טראַכט פון אומטראַכט
דער דאָכענע איז לייכט
אומגעפלויגענע פעדערן
שושקן נישט קיין סודות

קענסט נישט איינשלאָפן?
אַ קאָשמאַר האָסטו געהאַט
מיט קולי קולות פון דער נאַכט?
ווילדע חיות בייסן בלויז
מיט אָפענע אויגן קענסטו זען
חלילה אַ רפואה אָן אַ מכה

שוין ווידער חלומט זיך דיר?
אַ לייטער לויפט אין הימל?
קריך גאָר הויך
וועט זיך קראַכן אַ מחיה
פאַרשמיר נאָר נישט דער קאַפּעליטש
ביי די וואָלקנס אין דעם נעפּל

הנה ימים באים
זעט ער זיך אין טרוים
אַן אַקער דערגרייכט אַ שניט
מכות יאָגן דאָס טויט
פאַרסמן ביז מען דערשטיקט
קרענקן ביז מען פגרט
נחת ביז מען פּלאַצט
חלומות ווי לאַנג מען שלאָפט

נאָך אַלץ ווילסטו חלומען?
נישט גענוג געשלאָפן?
קוק דיר דאָרט אויפן האָרלויזן קאָפּ
ליגט מיט אַ הפסק פון אַן אמה
און אַ טרוימיק בילד מיט אַ כלה קרוין
איינגעהילט חלומט זי אין אַ זאַק
אָן אַ סימן פון אַ חזה ושוק
נאַסע חלומות וועט זי דיר געבן
מיט נעגל וואַסער אָנגעגאָסן

אָבער נישקשה ס'יז אַ חלום
דער געגאָלטער בעל חלומות
קען אין גריב דיר כאַפּן שטערן
מיט דריי קאָרבן עקדישן
די קליידער האָט ער זיך געטוישט
דער בעסערער מענטש
זעצט ווי אַ בעקער
און אַ גאַנצער מבין ווערט ער מיר
אויף פרנסה פאַרן עולם
נאָך פאַנטאַזירן מיט אַ שיכור אין אַ באַר

טרונקן קען מען נישט?
וועט זיין טרוקענע חלומות
מיט פרעסנדיקע פעטע קיען
און שלינגן שיריים זאַנגן
פון אָנגעשטאָפּטע גראָבע אָקסן

שוין צייט אויף מודה אני פאַרן האָן
טרוימען האָט אויך אַ שיעור
פון קשיות שטאַרבט מען נישט
פון אַ חלום לעבט מען נישט
המפּיל זאָג און דריי גוט אויס דאָס ליכט
אַ גוטע נאַכט
שלאָף געקרענקטערהייט
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

איך בין עפעס מקשקש ווייל איך וויל אז קטלא זאל פיגורירין אויבן פון די ליסטע


זי קוקט מיט א האלבע אויג
ער שלאפט אדער ליגט רואיג?
צו קען ער ליינען מיינע געדאנקען?
ווייסט ער וואס מיר ליגט אויפ'ן הארץ?
איך וואלט געוואלט ליבן און זיין געליבט
אבער וויאזוי? איז דא א וועג ווי איך קען עס דיר זאגן?
מיין ליבער איך ליין דיינע געדאנקען און ס'טוט מיר פלאגן
ליבע קומט פון די נשמה אדער פון הארץ אדער גאר פון מח?
איז עס א פראסטע זאך אדער עפעס לויטער און הויך?

והוא רחום..... מיין ערשטע שטיקל פאעזיע און ווארשייליך די לעצטע [אויב מ'קען עס אזוי רופן], ווי געזאגט בלויז ארויפצוברעגען קטלא פון אויבן
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

ער איז שוין נאכאמאל אראפגעפאלן.
געב א קוק איש עברי כהאב אים אופפגעהויבן אן א פאעם.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

קען איינער שרייבן א פירוש אויפ קטלא'ס שטיקל? ווייל איך פארשטיי נישט גענוי וואס ער זינגט.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

העלמיר פרובירן שרייבן א פירוש...

פון קטליא קניא
חלום חלמתי
לכבוד מ.ל.ק. טאָג (ספיקא דיומא) - מארטין לוטער קינג טאג
http://en.wikipedia.org/wiki/Martin_Luther_King,_Jr.
http://en.wikipedia.org/wiki/Martin_Lut ... g,_Jr._Day

ס'אָט זיך דיר געחלומט? - ער איז באקאנט מיט זיין בעסטע דרשה פון 'איך האב א חלום'
http://www.americanrhetoric.com/speeche ... adream.htm

לייג דיך צוריק שלאָפן
אין דער טראַכט פון אומטראַכט
דער דאָכענע איז לייכט
אומגעפלויגענע פעדערן
שושקן נישט קיין סודות

קענסט נישט איינשלאָפן?
אַ קאָשמאַר האָסטו געהאַט
מיט קולי קולות פון דער נאַכט?
ווילדע חיות בייסן בלויז
מיט אָפענע אויגן קענסטו זען
חלילה אַ רפואה אָן אַ מכה

שוין ווידער חלומט זיך דיר?
אַ לייטער לויפט אין הימל? - סולם של יעקב
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7% ... 7%A7%D7%91

קריך גאָר הויך
וועט זיך קראַכן אַ מחיה
פאַרשמיר נאָר נישט דער קאַפּעליטש
ביי די וואָלקנס אין דעם נעפּל

הנה ימים באים
זעט ער זיך אין טרוים - חלום
http://translate.google.com/#yi/en/%D7% ... 7%99%D7%9D

אַן אַקער דערגרייכט אַ שניט - וְהִשִּׂיג לָכֶם דַּיִשׁ אֶת-בָּצִיר (בחוקתי)
מכות יאָגן דאָס טויט
פאַרסמן ביז מען דערשטיקט
קרענקן ביז מען פגרט
נחת ביז מען פּלאַצט
חלומות ווי לאַנג מען שלאָפט

נאָך אַלץ ווילסטו חלומען?
נישט גענוג געשלאָפן?
קוק דיר דאָרט אויפן האָרלויזן קאָפּ - קוק אויף דיין ווייב וואס שלאפט אין בעט וואס שערט די האר פון קאפ
ליגט מיט אַ הפסק פון אַן אמה - ליגט אין אן אנדערע בעט אפגערוקט מיט אן אמה וועגן הלכות הרחקה
און אַ טרוימיק בילד מיט אַ כלה קרוין - און א חלומ'דיק אופן מיט די טורבאן אזוי ווי א כלה קרוין
איינגעהילט חלומט זי אין אַ זאַק - חסידישע פרויען נאכט קליידער ענדלען צו א זאק
אָן אַ סימן פון אַ חזה ושוק - צניעות'דיק וואס דעקט צו פון די האלז ביז די קנעכל פון די פיס
נאַסע חלומות וועט זי דיר געבן - די מיינסט די וועסט האבן זיסע חלומות פון איר אז די וועסט האבן א WET DREAM
מיט נעגל וואַסער אָנגעגאָסן - די וועסט זיין נאס פון פרומע נעגל וואסער וואס ליגט צעווישן די בעטן

אָבער נישקשה ס'יז אַ חלום
דער געגאָלטער בעל חלומות - יוסף הצדיק, הנה בעל החלומות הלזה בא, ויריצוהו מן-הבור; ויגלח ויחלף שמלותיו
קען אין גריב דיר כאַפּן שטערן - יוסף'ס חלום אז די שטערן האבן זיך געביקט צו אים
מיט דריי קאָרבן עקדישן - דריי? נחשים ועקרבים?
די קליידער האָט ער זיך געטוישט - ויריצוהו מן-הבור; ויגלח ויחלף שמלותיו
דער בעסערער מענטש - ויגלח ויחלף שמלותיו
זעצט ווי אַ בעקער - פותר חלום שר האופים
און אַ גאַנצער מבין ווערט ער מיר - ועתה ירא פרעה איש נבון וחכם
אויף פרנסה פאַרן עולם - ויצברו בר תחת יד פרעה אכל בערים ושמרו
נאָך פאַנטאַזירן מיט אַ שיכור אין אַ באַר - פתרון חלום שר המשקים

טרונקן קען מען נישט?
וועט זיין טרוקענע חלומות
מיט פרעסנדיקע פעטע קיען - ופרעה חולם...שבע פרות, יפות מראה, ובריאות בשר. מרמז אויף היינטיגע עסקנים גבאים בחצר הקודש
און שלינגן שיריים זאַנגן - והנה שבע שיבולים, דקות ושדופות קדים צומחות אחריהן. מרמז אויף ארימע חסידים וואס כאפן שיריים
פון אָנגעשטאָפּטע גראָבע אָקסן - פרות, יפות מראה, ובריאות בשר. מרמז אויף רבי'ס ואדמורים

שוין צייט אויף מודה אני פאַרן האָן - קרא הגבר. שוין צייט זיך אויף וועקן פון חלום
טרוימען האָט אויך אַ שיעור - חלומ'ען אז אלעס איז ביי אונז גוט האט אויך א שיעור
פון קשיות שטאַרבט מען נישט - מען דארף נישט מורא האבן פרעגן קשיות
פון אַ חלום לעבט מען נישט - לעבן אין א חלום איז נישט געלעבט
המפּיל זאָג און דריי גוט אויס דאָס ליכט - זאג המפיל גיי שלאפן דריי גוט אויס די קאשער לעמפKOSHER LAMP עס זאל ווערן טונקל
אַ גוטע נאַכט
שלאָף געקרענקטערהייט
You must be the change you want to see in the world
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שיין מהאטמה, כ'מיין אבער אז ער הייבט שוין און רעדן פון רבי'ס א בית פריער.
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

חלום חלמתי - ואיני יודע מה הוא
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

סאיז מיר די גרעסטע כבוד אז עס איז א כבוד פארן גאון ר׳ קטלא קניא.

קטלא קניא1/23/2014 4:44 אחה״צ
אַ דאַנק און ס'יז מיר אַ כבוד. יענעמס פשט איז נאָך אַזוי גוט ווי מיינס ואם תלמידי חכמים מנצחים זה בזה בהלכה אתם מה טובכם...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

געפילטע פיש האט געשריבן:שיין מהאטמה, כ'מיין אבער אז ער הייבט שוין און רעדן פון רבי'ס א בית פריער.


אדרבה, שרייב דיין פירוש ווייל איך האב דאס נישט געזעהן.
You must be the change you want to see in the world
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שרייבן א פירוש אויף יענעמ'ס פאעזיע, און אפילו אויפן אייגענע איז נישט אזוי גלייך, וויאזוי דו וועסט נאר שרייבן וועט עס נישט פארפילן די גאנצע מינינג, און אפילו אויב יא, בין איך ווייט נישט דער פרשן הפיוטים. אפשר אויב [tag]מאראנצןזאפט[/tag] וועט באוויליגן ארויסצוקומען פון אונטער די שטיין ווי ער באהאלט זיך זינט דעם ערשטן שניי שטורעם. אבער קענסט דיך אליין פארשטעלן, אסאך רבי'ס גאלן זיך דאס קאפ, בעלי חלומות, כאפן שטערן, זענען מלא עקדישן, טוישן קליידער, האבן שיינע פידזשאמעס, ווער נהפך בין לילה צו העכערע מענטשען, באקן איין די עולם זייער געבעקסן, ווערן פלוצלים מבינים אויף אלעס פון רפואה ביז פרנסה, מיט פארקויפן פאנטאזיעס, וכו'.
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך ברענג ארויף די פאזיע פון קטלא קניא. לכבוד די יום טוב.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

I have a dream that one day on the red hills of Georgia, the sons of former slaves and the sons of former slave owners will be able to sit down together at the table of brotherhood.

איך האב א חלום אז איין טאג. אין די שווארצע גאסען פון וויליאמסבורג. די בנשקלעך און די באמעס. וועלן קענען זיך אראפזעצען צוזאמען ביי די שיסעל פון ברודערשאפט...
You must be the change you want to see in the world
פארשפארט