נסיעה צי ארץ ישראל דורעך קאנאדישע PM סטיווען הארפער יר"ה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

נסיעה צי ארץ ישראל דורעך קאנאדישע PM סטיווען הארפער יר"ה

שליחה דורך חזקיהו המלך »

חאטשיג כ'האב שוין באריכטעט די נייעס פין הארפער'ס וויזיט קיין ארץ ישראל אין ארץ ישראל אשכול,

דאך האב איך באשלאסען צי ווידמען א עקסטערען אשכול לכבודו פין סטיווען הארפער וואס האט זיך אין די לעצטע יארען ארויס געשטעלט צי זיין א אויסגעשפראכענע שטיצער פין אידען אין פין די אידישע מדינה, אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געזעהן אין די לעצטערע צייטען פין א פירער פין א לאנד,

ס'דא וואס זאגען אז זין טאטע דזשאסעף הארפער האט אים געזאגט אויף זיין טויטען בעט, אז טאמער ער וועט אמאל זיין אין א מאכטפולע פאזיציע זאל ער וויסען צי געבען שטיצע פאר אידען, קען זיין אז ער שפירט דאס ווי א צוואה פין זיין טאטע, אזוי צי אזוי, האט ער זיך ארויס געשטעלט מיט אזא שטארקייט אויף די אומפאפולערע פאזיציע פין שטיצען אידען אין די אידישע מדינה, אז ס'קומט זיך אים איינערקענונג דערפאר,

אזוי ווי מען האט שוין געשריבען איז ער געפארען אויף זיין ערשטע אפיציעלע נסיעה צים הייליגען לאנד מיט א גרויסע קאנאדישע דעלעגאציע פין 21 רבנים, אין א צאל אידישע ביזנעסלייט, אין אזוי אויך אסאך פין זיינע מיניטארען אין מיט זיין אשת איש לארין הארפער,

ער איז גאר ווארים אויפגענומען געווארען דורעך מדינת ישראל אין דורעך דעם ישראל פריים מיניסטאר בנימין נתניהו וואס זעהען אין אים א גאר גאר גוטען פריינד פאר מדינת ישראל אין דאס אידישע פאלק, דא קען מען זעהן א קליפ פין די אפיציעלע קבלת פנים,

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yJOw_nWu6eo[/youtube]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר