ברעיקינג: גרויסע נייעס און עקסקלוסיוו - פרשת החינוך אנטוורפן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 84
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

ס׳קומט יעצט אריין די גרויסע סענסאציאנעלע נייעס און אפילו די דאקומענטען פון בעלגישען מיניסטער פערזענליך. מען קען שוין מגלה זיין די סודות פון חדר וואס גיבט דעם קלארען בילד און די גרעסטע פונקטליכקייט אין אללע פרטים פון די פרשה.
דאס אללעס איז מיר יעצט ערמעגליכט געווארען ב״ה, און איך קען מזכה זיין דעם ציבור דורך דעם וואס איז מיר אריינגעפאלען אין מיין הענט א קאפיע פון א בריוו, געשיקט געווארען אויף א אופן דורכען שר החינוך צו משה אריה פריעדמאן.
דא איז די דאקומענט (דרעפט) פון מיניסטער:
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז געווען, שפעציעל אין די לעצטע פאר וואכען, א שטארקע צוזאמענארבייט צווישען מ.א. פריעדמאן און דעם חינוך מיניסטעריום. און פאלגענד זענען די פרטים:
די געריכטליכע און פראסידשער וויכוח ביז יעצט צווישען די אדוואקאטען און די מוסדות, איז נישט געווען ווי באריכטעט אקעגען דעם עצם געזעץ נאר קעגען די לויט די טענה פון די מוסדות צו ווייניג צייט פאר די קינדער צו קענען דורכגיין די פארהערען און צו קענען פארלייגען די ענדגילטיגע און אפפיציעלע תעודות נאך פאר די ענדע פונם סקול יאר און אז די מיניסטער האט נישט נאכגעקוקט אללע געזעצליכע מעגליכקייט פון געבען אביסעל מעהר צייט פאר די קינדער. דאס מיינט אז פארן רעגירונג אויסצופירען דעם נייען געזעץ, אין אנדערע ווערטער די פראצעדורע פון צווינגען די עלטערען און צונעמען די קינדער פון די עלטערען וואס האלטען זיך נישט צום געזעץ, וואלט זיך ממילא געדארפט אריינשלעפן אינעם נייען סקאל יאר סעפטעמבער 2014. ערשטענס כדי צו האבען די באווייזען אז די קינדער זענען טאקע נישט איינגעשריבען אין פאבליק סקאלס, און וואלטען געהאט עפעס א מעגליכקייט צו באקומען א צייטוויליגען קארט ארדער וואס פארלאנגט פון די בעלגישע CPS און פראסיקיוטערס וואס זענען אחראים אויף דעם עניין נאך כאטשיק צו געבען א מעגליכקייט פאר די קינדער זיך צו ראטעווען מיטן נאך פארלייגען די תעודה משך פונעם נייען סקאל יאר.
כדי זיך אפצושפארען פון די גאנצע טעאטער, וויכוחים און פארשלעפונגען האט זיך די מיניסטעריום און פריעדמאן צוזאמען מיט די גרעסטע לויער אפיס אין בעלגיע פון די שטאט גענט געאייניגט אויף א פלאן אז דער מיניסטער זאל פארלייגען א דרעפט פאר יוריסטען וואס זאל מציע זיין בודק צו זיין פאר א נייע געזעץ די מעגליכקייט אז דאס עקסעקיוטען און אימפלימענטען דאס געזעץ קעגן די עלטערען זאל זיך ערשט אנהייבען ביים ענדע פון נעקסטע סקאל יאר און מיט דעם זאל אינגאנצען און ענדגילטיק אוועקפאלען די טענה אז די מיניסטעריום האט אפשר נישט גענוג אריינגעקוקט אין די מעגליכקייט פון זיי געבן מער צייט פאר די תעודות.
דאס האט טאקע פאסירט, די מיניסטער האט שוין אנהויב חודש געמאכט דעם דרעפט און מיט דעם באשטייט נישט מער קיין שום מעגליכקייט צו פירען די מינדעסטע וויכוח אויף דעם עניין, און דאס קען מען באצייכענען אלס דער ״שאך מאט״ לטובת דעם נייען געזעץ.
עס איז וויכטיק צו באמערקען, אז די דרעפט דארף נאך דורך גיין פארשידענע קאמיטעס און דורך די פארלעמענט און נאך די ״ראד וואן סטאאט״ (אזא סארט קאנסטיטושינעל קארט וואס איז דן צו די דרעפט איז בכלל געזעצליך). ס׳איז נאך א גרויסע ספק צו דאס קען בכלל דארט די אללע אינסטאנציעס דורך גיין אבער יעדענפאלס קען די מיניסטער שוין זאגען אז ער האט נאך די לעצטע זאך פראבירט.
ווי שוין געזאגט, איז אויך ווען די נייע הצעה ווערט ווען אויך באשטעטיקט, איז נישט נאר אז די נייע געזעץ בלייבט כמות שהוא עס ווערט נאך פארשטערקערט און פארהארטעט און עס נעמט אוועק א יעדע טשאנס נאך אקעגען צו דיסקוטירען. אויך טאמער מען שרייבט זיך נישט איין פאר די בחינות שוין דעם יאר פאר יוני, וואס דאס איז אויך געווען די צוגאנג פונעם רוב מנין ובנין פונעם היימישען ציבור, גייט די רעגירונג אויפטרעטען בכל חומר הדין מיט אלע סאנקציעס וואס איז שייך ביזען צונעמען די קינדער ח״ו.
דערווייל אבער איז קלאר אז עס איז נאך נישט געווען קיין שום פארום אדער קאמיטעט וואס האט דן געווען איבער אט די דרעפט.
אויך איז נישט געווען קיין שום קשר אדער פארהאנדלונגען צווישען די מיניסטער אדער מיניסטעריום און די מוסדות אדער די עסקנים וואס טוען אין דעם עניין.
אויף מסיים צו זיין איז גאר וויכטיג אז עס איז נישט איבערגעבליבען מער קיין שום ספק אז די באריכטען אויף דעם עניין פון פנחס קארנפעלד (למען תדע) און אויך מערערע חרדי׳שע צייטונגען זענען געווען כל כולו שקר און א טייל פון זיי האבען אויך געוואוסט אז זיי זאגען ליגענט פארען ציבור.
- קיין שום געריכט האט נישט אפגעשטיפט און גייט נישט אפשטופען דעם נייען געזעץ
- דער פארלעמענט האט נישט אפגעשטיפט און גייט נישט אפשטופען דעם נייען געזעץ
- קיין שום פארום אדער קאמיטע האט ביזען היינטיגען טאג בכלל נישט דן געווען אין די נושא
- און עס איז נישט געווען קיין שום החלטה אין דעים עניין ביי קיינעם און אין ערגעץ נישט
און ווי שוין געזאגט מאכט די נייע דרעפט פון מיניסטער אויך ווען עס ווערט מאושר נאך שטערקער דעם געזעץ און א סוף צו אללע פאטענציעלע ווייטערדיגע משפטים קעגען דאס אימפלימענטערען פונעם געזעץ, און בעיקר א ״שאך מאט״ איבערען גאנצען עניין.
די דרעפט פונעם מיניסטער, וואס דערווייל האט נאך קיינער נישט באקומען, ווערט יעצט אויפגעדעקט און עקסקלוסיוו עפענטליך געמאכט דא אין קאווע שטיבעל.
http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=63809

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
משה אריה דו פגר'סט דאך איינער זאל רחמנות האבען און דיר ענטפערן וועל איך אריינכאפן די מצוה.
אינטערעסאנט וויפיל ניקס האסט דיך געגעבן אויף בחדרי כדרכך שלא בקודש (כ'מיין אז דא האסטו שוין אויך געעפנט נאך א ניק על כל חסימה שתבוא אבער ימים יגידו).
אהרון כהן
ברוך רייכמאן
משולם זייפמאן
יעקב ה
חיים ראזנער
אהרון שיט

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 84
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
איש עברי
איך האב נאר געברענגט דברים כהווייתן, נישט מוסיף געווען און נישט גורע געווען כי הוא זה.
און איך ווייס נישט פון ווי איר נעמט ארויס פונעם באריכט צו איך פריי מיך יא צו איך פריי מיך נישט.
איך מיין אז עס איז דא א צופרידענהייט ביים עולם אז דער אמת קומט אינגאנצען ארויס און מען קען שוין היינט נישט פיטערען דעם עולם מיט ליגענטס, און איך מיין אז ס׳איז א גרויסע טובה און תועלת פאר די חשובע עלטערן אין אנטווערפען זאלן וויסען וואס זייער מצב איז באמת און זאלן זיך קענען אליין העלפן און קענען מחליט זיין וואס זיי ווילן טון.
איך מיין אויך אז ס׳איז זייער וויכטיג זיך נאר צו קאנצענטרירען אויף די נייעס און די פאקטען און נישט ווערען עמאשינעל און אריין גיין אין ארומיגע זאכען.

- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
ברעקינג: א חרם אויפען וועג
די הויכגעשעצטער מיילעך המכונה מ''א וועט אין די קומענדע טעג ווערן מוחרם דורכ'ן אייראפעאישער אידנטום פאר'ן אויפטרעטן אין געריכט מיט מיאוס'ע לאזונגען נגד הרבנים.
עס ווערן אצינד פאר'חתמ'ט פילע רבנים קעגן דעם פארשוין.
ביים אויפטריט אין געריכט נעכטן צו העלפן דורכפירען דעם ליב''ה געזעץ האט ער געזאגט דאס פאלגענדע
"אין סתירה בין חופש הדת ובין הזכות לכל ילד לקבל ולהנות מחינוך מתאים. יש מספיק בתי ספר שמהווים דוגמה למופת של השילוב של לקיים את חוק החינוך חובה, ללמד לימודי ליב״ה הנדרשים ממשרד החינוך הפלמי ונתינת חינוך דתי לילדים. "הקהילה החרדית באנטוורפן חלוקה בדעותיה בעניי וחלקה כן תומך בלימודי הליב"ה ורק הציבור החסידי מתנגד".

- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
און וואס פונקטליך גייט די חרם אויפטוהן??? ס'איז צום האפן אז מיט די חתימות פון אלע רבני העיר ובנוסף וועט מען צאמנעמען אינטערשריפטן פון רבני לאנדאן, ארצות הברית וקנדא און ארץ ישראל וועט די רעגירונג אויך אויפהערן צו רעדן מיט אים???
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
שעפטל האט געשריבן:און וואס פונקטליך גייט די חרם אויפטוהן??? ס'איז צום האפן אז מיט די חתימות פון אלע רבני העיר ובנוסף וועט מען צאמנעמען אינטערשריפטן פון רבני לאנדאן, ארצות הברית וקנדא און ארץ ישראל וועט די רעגירונג אויך אויפהערן צו רעדן מיט אים???
עס איז שווער צו גלויבען אז נאך אינטערשריפטען פון ''אלע'' קהילות ומוסדות ה'אורטודאקסים קעגן אים פערזענליך, זאל ער נאך קענען מייצג זיין חלקים פינעם אידישען פאלק.
- הויזן טראגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 117
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
די גאנצע חרם איז א באבע מעשה וואס ער אליין (מיט זיין גוטע חבר) פארשפרייטן.
דער מענטש איז אזוי הינגעריג פאר אטענשען אין וויל אזוי שטארק אז מען זאל זיין ביזי מיט אים אין מען זאל רעדן פון אים אויף אזוי ווייט אז טאמער געשעט עס נישט טוט ער עס אליין אין פארדעם איז ער יעצט מפרסם אז מען גייט מאכן א חרם כאילו מען איז ביזי מיט אים.
ער אינטרעסירט קיינעם נישט אין קיינער וויל נישט אין מאכט נישט קיין חרם אויף אים, סיז נאר א ווייטאג אז א פארשוין מזרע ישראל זיכט שווער צו מאכן פאר זיינע אידישע ברודער אויף טריט אין שריט שלא על מנת לקבל פרס...
דער מענטש איז אזוי הינגעריג פאר אטענשען אין וויל אזוי שטארק אז מען זאל זיין ביזי מיט אים אין מען זאל רעדן פון אים אויף אזוי ווייט אז טאמער געשעט עס נישט טוט ער עס אליין אין פארדעם איז ער יעצט מפרסם אז מען גייט מאכן א חרם כאילו מען איז ביזי מיט אים.
ער אינטרעסירט קיינעם נישט אין קיינער וויל נישט אין מאכט נישט קיין חרם אויף אים, סיז נאר א ווייטאג אז א פארשוין מזרע ישראל זיכט שווער צו מאכן פאר זיינע אידישע ברודער אויף טריט אין שריט שלא על מנת לקבל פרס...
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
די סכנה איבער'ן זיך אריינמישען אינעם סדר החינוך האט שוין געגרייכט קיין קענעדע
מתברר כי לא רק בישראל ובבלגיה מנסים השלטונות להתערב בתכני הלימוד במוסדות החרדיים תוך ניסיון לכפות לימודי ליבה ומקצועות חול לילדי תלמודי התורה. כעת, המאבק הגיע גם למונטריאול שבקנדה.
אמש (רביעי), התראיין שר החינוך החדש של פרובינציית קוויבק בקנדה לכלי התקשורת במדינה, ותקף בחריפות ובבוטות את עצמאותם של מוסדות החינוך החרדיים כשהוא מאיים להפסיק את תקציבי הממשלה עבורם ומצהיר כי יש לסגור אותם.
"בתי ספר שאינם מלמדים לימודי שפות, אזרחות ומתמטיקה הם אינם חוקיים". אמר השר והצהיר: "חשוב שהממשלה תעניק לילדים האלו חינוך ראוי ונכון ושילמדו את המקצועות שהם חייבים לדעת. אסור שהמצב הנוכחי יימשך".
הדבר מעורר דאגה בקרב ראשי הקהילה החסידית החוששים כי השר יפעיל מדיניות חדשה כלפי מוסדות החינוך וינסה להצר את צעדיהם ולפגוע בעצמאותם החינוכית. "אסור שזה יקרה ויש להילחם בכך" אומרים העסקנים בדרגה רבה.
יצויין, כי לא רק בקנדה חוששים החרדים מכפיית לימודי חול על צעירי המגזר, לאחרונה קיים בית משפט העליון בבריסל שבבלגיה דיון מכריע בשאלת כפיית לימודי הליב"ה במוסדות החינוך החרדיים באנטוורפן, וזאת לאחר שלפני כשנה חוקק הפרלמנט הבלגי חוק המחייב את מוסדות החינוך ללמד לימודי ליב"ה בהם אבולוציה ואזרחות, דבר שעורר התנגדות אצל אדמו"רים ורבנים רבים.
באם החוק החדש יעבור את מבחן בית המשפט העליון בבריסל, הרי שילדי תלמודי התורה יוכרחו לעבור מבחנים בנושאי הליבה ומי שייכשל בהם יוצא בכפייה ממוסד החינוך החרדי וייאלץ לעבור ללמוד במוסד לימודים ממלכתי. להערכת פרשנים, ממחקרים שנעשו בבלגיה עלה כי הציבור החרדי אינו שותף מספיק בשוק התעסוקה וכי בוגרי החינוך החרדי אינם משתלבים די במוסדות הלימוד האקדמאיים ואלו גרמו לחקיקת החוק החדש המאיים על בני הקהילה.

- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

אנטוורפן-קאנאדא!
עפעל סיידער
עס וואלט מער געפאסט ווען די זאגסט דבר בשם אומרו...
http://www.kikarhashabat.co.il/mobile/app/#news.141427