בלאט 1 פון 3

משפחה פאר'סמ'ט!!!

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:53 pm
דורך מ גפני
ס'שפילט זיך יעצט אפ אין ירושלים א געפערליכע געשעניש, ווען מיט אמאל האט א גאנצע משפחה אנגעהויבן נישט גוט פילן, זיי האבן גערוהפן הצלה אין זיי זענען אלע אריינגעפירט געווארן.

מ'האלט אינגאנצן אפאר שעה שפעטער ווען די גאנצע משפחה איז אין א קריטישע צושטאנד, צוזאמען מיט נאך צוויי הצלה וואלענטורען אין צוויי פין די משפחה זענען שוין נישט בין החיים רח"ל.

די דאקטורים זאגן אז עס איז א סם וואס זיי האבן ערגעץ ווי אויפגעפיקט אין האבן נישט קיין אנונג וואס, אין וויאזוי דעיס צו היילן.

זיי זאגן אויך אז ס'איז אזא מין געז וואס ס'איז געניצט געווארן אין סוריא נישט לאנג צוריק השם ישמרנו.

מ'האט ארעסטירט די עקסטערמענעטאר פין זייער בילדינג נאכן חושד זיין אז ער האט אפשר א האנט דערין אין ס'איז גאר א טעראר אטאקע.

מיר'ע ישיבה האט אפגעשטעלט דאס לערנן אין זייער גאנצע פעסיליטעיט אין אנגעהויבן מיט א יום תפילה ווי ס'האט זיך געגאסן טייכן טרערן איינרייסנ'דיג אויפצוקומען מיט עפעס א רפואה, אין כאטש אפראטעווען די איבריגע מיטגלודער.

די משפחה נאמען איז פאוזען, כלל ישראל ווערט געבעהטן איינצורייסן לרפואתם בקרוב.

משפחה אין ירושלים פאר'סם'ט, צוויי קינדער טויט, אנדערע קריטיש

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:38 pm
דורך [NAMELESS]
די הארץ איז פארקלעמט פון די שרעקליכע בשורה פון ירושלים, ווי א גאנצע משפחה איז פאר'סם'ט געווארן, און צוויי קליינע מיידעלעך, 1.5 און 4 יאר אלט, זענען שוין נפטר געווארן ר"ל. צוויי ברידער'ס , 5 און 7 יאר אלט, ראנגלען זיך מיט זייער לעבן. די עלטערן זענען לייכט געשעדיגט געווארן אבער זענען נאך אין שפיטאל. דערווייל איז נאך נישט קלאר וואס האט געברענגט די שרעקליכע פאר'סם'ונג

בילד
די צוויי נפטרים

אוי רבונו של עולם

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:44 pm
דורך מ גפני
ישר כח פארן צאמשטעלן

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:50 pm
דורך חזקיהו המלך
KolHaolam ‏@KolHaolam
JERUSALEM: Exterminator in today's fatalities is Israeli with 30 years experience, happened by mistake R'L not terror attack as feared.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:21 pm
דורך שעפטל
חיים מיכאל שלמה בן מיכל (צוגעלייגט חיים)
רפאל יצחק אייזיק בן מיכל (צוגעלייגט רפאל)
און די טאטע שמעון עוזר בן דינה
לרפואה שלימה

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:22 pm
דורך טעפל
די עקסטעמינטעטער (?) האט פשוט איבער געלאזט שעדליכע מאטריאל דארט און געזאגט אז ער וועט עס קומען נעמען פרייטיג..

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 4:00 pm
דורך מ גפני
דער 15 יעריגער בחור קויפמאן וואס איז פלוצלינג אוועק האט אויך מיט די שעדליכע סחורה?

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 8:18 pm
דורך לאליפאפ
ניין גארנישט. קויפמאן איז א הארץ אטאקע!

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 8:21 pm
דורך [NAMELESS]
וועלקאם בעק לאליפאפ

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 8:29 pm
דורך איך אויך
ראשעקאל האט געשריבן:וועלקאם בעק לאליפאפ

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:34 pm
דורך I'm back
לאליפאפ האט געשריבן:ניין גארנישט. קויפמאן איז א הארץ אטאקע!


ביסט זיכער א הארץ אטאקע?

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:46 pm
דורך חזקיהו המלך
רבוני דעלמא כולי, וויזוי באקומט א 15 יעריגע בחור א הארץ אטאקע, שומו שמים,

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:48 pm
דורך I'm back
קויפמאן איז אויסדרוקליך נישט געווען קיין הארץ אטאקע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:49 pm
דורך ימי קדם
די 15 יעריגע בחור איז געווען א זעלבסטמארד ל''ע

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:58 pm
דורך שרייבער
פון ווי נעמסטו דאס?

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:22 pm
דורך איינער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:40 am
דורך איחוד פעלד
דארט שטייט אז די משפחה נאמען איז גראס, נישט פאוזען ווי פריער באריכטעט.

(____) שפכו את הדם הזה?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:42 am
דורך היימישער ליטוואק
איך וויל פרעגן איין נארישע שאלה, און איך בעט איר זאלט מיר נישט גיבן איבערן קאפ...
ווילאנג האבן די עלטערן (לרפו"ש) מרגיש גווען דעם גערוך, אדער באמערקט מאדנע סימפטומען אויף אירע קינדערלאך? א גאנצע נאכט? פון אינדערפרי אן?
איך מיין אז דער גווענטליכער יונגערמאן און ווייבל פון א פארמאכטע שטרענג באשוצטע סוסייעטי ווייסט גארנישט אז עס איז פאראן אזא זאך ווי שעדליכע פאטאלע גאז. און נאר צוליב דעם האט גקענט פאסירן אזא טראגעדיע.
מיט אביסל עדיוקיישון וואלט דאס גקענט ווערן פארמיטן.
ה' ירחם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:51 am
דורך שמעקעדיג
גיב אכטונג. ווען מען קריכט אויף גראדע ווענט קען מען טראסקען און זיך שטארק צוקלאפן. איך האף אז דו האסט עדיוקיישן אויף דעם :?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:24 am
דורך BAL TSHIVA
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך וויל פרעגן איין נארישע שאלה, און איך בעט איר זאלט מיר נישט גיבן איבערן קאפ...
ווילאנג האבן די עלטערן (לרפו"ש) מרגיש גווען דעם גערוך, אדער באמערקט מאדנע סימפטומען אויף אירע קינדערלאך? א גאנצע נאכט? פון אינדערפרי אן?
איך מיין אז דער גווענטליכער יונגערמאן און ווייבל פון א פארמאכטע שטרענג באשוצטע סוסייעטי ווייסט גארנישט אז עס איז פאראן אזא זאך ווי שעדליכע פאטאלע גאז. און נאר צוליב דעם האט גקענט פאסירן אזא טראגעדיע.
מיט אביסל עדיוקיישון וואלט דאס גקענט ווערן פארמיטן
ה' ירחם.

Educated people have accidents? How can it happen they are educated?
Do educated people die? How? Aren't they educated?
Hashem nusan v'hashem lukach yehi sheim hashem mevorach meiatu vad olem

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:40 am
דורך היימישער ליטוואק
BAL TSHIVA האט געשריבן: educated people die? How? Aren't they educated?
Hashem nusan v'hashem lukach yehi sheim hashem mevorach meiatu vad olem

אולת אדם תסלף דרכו ועל ה' יזעף לבו.
ה' איז נישט שולדיג. יא מענטשן דארפן אכט גיבן. אויב מווייסט און מאיז עדיוקייטיד, דאן פארשטייט מען אז אויב צוויי קינדער אקטן סטרעינדש רופט מען הצלה. אויב מ'שמעקט גאז "קען" דאס זיין א סכנה וואס מותר לחלל שבת על זה.
איך זאג נישט אז דאס איז גווען. איך קלער נאר צו דורך נישט אויסלערנען אונזערע קינדער זענן מיר נישט שולדיג אויף אזא אומוויסנדע בארישע דארפישע גלייכגילטיגקייט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 7:01 am
דורך איך אויך
היימישער ,איך גיי האקן אויף דיר אז דו געבסט זיי מוסר בשעת דו ווייסט נישט די פאקטן.

די נייעס קוועלער באריכטן אז די משפחה איז יענעם טאג שוין געווען ביי מד"א וואס האט זיי געזאגט אז די סימפטאמן זענען פון פארדארבענע עסן און זיי מייעץ געווען צו נעמען א געוויסע פיל צו בארוהיגן די מאגן.

"בני המשפחה סבלו מאז ההדברה שהתקיימה בביתם ביום שני, מבחילות, שלשולים והקאות. הם פנו למרפאת החירום "טרם", ונאמר להוריהם לקחת אקמול ולרכוש בבוקר תרופה נגד בחילות".

סאו יעצט דארפסטו זאגן מוסר פר די 'דארפישע' דאקטורים. אויב עפעס איז א חידוש אז דער עקסטרימינעטער האט דאס אריינגעשטעלט אין די דירה מיט אזא גלייכגילטיקייט בעת ער וואלט געדארפט צו וויסן אז ווען מען נוצט די שעדליכע סם מוז די דירה זיין הערמעטיש פארשלאסן פאר א וואך צייט!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 7:09 am
דורך סאשי פיש
מען גרייט זיך צו די לוויה פון די צוויי קינדער השם ירחם