א מעשה מיט א הוט

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

א מעשה מיט א הוט

שליחה דורך אפטעמיסט »

שוין, דא בין איך נאכאמאל.
די וואס קענען מיר ווייסען אז מחמת איזה סיבה איז מיר עפעס באשערט צו ליידן און מיטמאכן ציפקע צרות, טאג איין טאג אויס. כ'ווייס נישט וואס כ'האב אזוי געזינדיגט, אבער כ'האב יעדע צווייטען טאג נאך פראבלעמס. איך מיין אז כ'בין די מערסטע אקטיווע ניק אין אחיעזר. נו, וואס זאל מען טון, מ'איז נישט געקומען אויף דעם וועלט לעקן האניג.

פאלגענד איז מיין "צרה אוף די דעי",

כ'שטיי היינט אויף גוטמוטיג, כ'כאפ א ביסקיס, מאך מיר א קאפי, שנייד א שטיקל מזונות און איך גיי ארויף אויף ק"ש. אלס זעהט אויס צו גיין אין דער גוטע ריכטונג. כ'וועק אויף מיין פרוי, זאג איר גוט מארגן, כ'גיי ארויס צו מיין קאר און פאר אין ביהמ"ד.

סאו פאר סאו גאאד.

אבער דא האבן זאכן אנגעהויבן גיין מיטן עיקוץ ארויף. ווי נאר כ'קום אן לעבן ביהמ"ד און כ'טרעט ארויס פון מיין קאר פאנג איך אן שפירן די בייזווילגע ווינטן און פראסטיגע קעלט. ציטערענדיג אז מיין הוט זאל נישט כאפן א קאצקע האב איך אנגעהויבן בייגן מיין קאפ אויף אראפ אזוי האפענדיג אז די ווינטען בלאזן אויף אראפ און מיין הוט וועט זיך האלטן. כ'האב פראבירט קנייטשן מיין שטערן און האלטן דאס הוט צווישן איין קנייטש מיטן צווייטן, אבער געוואלד... מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ. יא, מיין הוט איז געגאנגען א גאנג. פאר וואס ווען וואו, איז שוין דער הוט געוועהן א גאס ווייטער און ליידער אומגעקומען אין א טראגישן עקסידענט.

ס'איז נישט דאס הוט וואס באדערט מיר אזוי. כ'ניץ אים נישט מער ווי געציילטע מינוט אין טאג און בכלל קען איך מיר ב"ה ערלויבן א נייע. וואס לאזט מיר נישט קיין מנוחה איז דער פאקט אז כ'בין א שלימזל.
וואס עפעס דארף פונקט מיין הוט פליען? גאט אין הימעל פארוואס?

שוין, אן אפטעמיסט בין איך דאך און פון סתם וויינען האט מען גארנישט, עפן איך דעם אשכול וואו מ'וועט געבן עצות וויאזוי צו פארמיידן א הוט געפליאכטס.

עצות וואס איר זאלט נישט געבן:
1) לייגן א בענדל (איך בין נישט קיין בר מצווה בחור)
2) האלטן דעם הוט (אין איין האנט ליגט דער טו"ת און אין דער צווייטע האנט מיין סעלפאן)
3) גיין אן א הוט (כ'בין נישט קיין גוי)

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר