שירת היונה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שירת היונה

שליחה דורך בן תמליון »

האב איך קיינמאל פאעזיע נישט געשריבן האב איך אבער דאך פרובירט און דאס איז טאקע דער אינהאלט.

בן תמליון

שירת היונה


לשיר יש לה רצון
קול אין בגרון
יש לה רצון לשיר

יש לה רצון לשיר
משוררת בלילה בקיר
לשיר יש לה רצון

השיר יפה אף נעים
מה יפה משיר לבבים
מה חזק מרצונים

יש לה רצון לשיר
עוד יבא היום
תשיר ביום בהיר

דאס טויבעלע וויל זינגען


זינגען זי וויל
קיין שטומע ס'שטיל
זינגען זי וויל

איר קול אין טינקל
ביינאכט ביים ווינקל
זי וויל זינגען

דאס ליד איז מלא חן
שפראך פון הארץ ווי שיין
ווי שטארק דאס ווילן אליין

זי וויל זינגען
עס קומט דער טאג גאר
זי זינגט אין א טאג קלאר
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יא דאס ערשטע ממש אפשר א פאר שורות פארן אשת חיל וכדומה, קיינמאל נישט קיין געלעגנהייט געהאט פאר א רבים ביז דא אין שטיבל. ייש"כ פאר אייער קאמפלימענט. אדרבה זאל דער עולם שרייבן אדער נאר וועלן שרייבן איז שוין גענוג :)
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

געוואלדיג בן תמליון!
דאס איז פאעזיע במיטבה, אזוי שיין ארויסגעברענגט די געפילן פון די טייבעלע.

איך האב מיטגעוויינט מיט די טייבעלע ווי זי וויל ארויסגעבן אירע ברויזענדע געפילן ואין לאל ידיה.
ווי מיר קאווע-טרינקער פארשטייען זיכער ווי צומאל שטורעמען די עמאציעס אזש צום פלאצן. און מיר קענען עס נישט ארויסגעבן צו ווייל די סביבה דערשטיקט עס, אדער סתם אזוי ווייל קיינער פארשטייט אונז נישט. צומאל נעבעך אפילו די אייגענע ווייב אויך נישט. גיי האק און בראק. מען קען זיך נאר אויסדרייען די פנים צו די וואנט און וויינען בין תנור וכיריים.

אה! ווי שיין איז די געזאנג ווען עס פלייצט ארויס פון טיפן הארצן פארשוועמענדיג אלע מויערן און צוברעכנדיג אלע גרעניצן. ווי זיס איז ווען מיטן כח פון אייזערנעם ווילן ברעכט מען דורך אלע באגרעניצונגען און עס פלאצט ארויס א געזאנג וואס הערט זיך מסוף העולם עד סופו.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

דענקער האט געשריבן:געוואלדיג בן תמליון!
דאס איז פאעזיע במיטבה, אזוי שיין ארויסגעברענגט די געפילן פון די טייבעלע.

איך האב מיטגעוויינט מיט די טייבעלע ווי זי וויל ארויסגעבן אירע ברויזענדע געפילן ואין לאל ידיה.
ווי מיר קאווע-טרינקער פארשטייען זיכער ווי צומאל שטורעמען די עמאציעס אזש צום פלאצן. און מיר קענען עס נישט ארויסגעבן צו ווייל די סביבה דערשטיקט עס, אדער סתם אזוי ווייל קיינער פארשטייט אונז נישט. צומאל נעבעך אפילו די אייגענע ווייב אויך נישט. גיי האק און בראק. מען קען זיך נאר אויסדרייען די פנים צו די וואנט און וויינען בין תנור וכיריים.

אה! ווי שיין איז די געזאנג ווען עס פלייצט ארויס פון טיפן הארצן פארשוועמענדיג אלע מויערן און צוברעכנדיג אלע גרעניצן. ווי זיס איז ווען מיטן כח פון אייזערנעם ווילן ברעכט מען דורך אלע באגרעניצונגען און עס פלאצט ארויס א געזאנג וואס הערט זיך מסוף העולם עד סופו.


ייש"כ דענקער פאר די שיינע ווארימע רייד עס הערט זיך ווי א הערליך געזאנג :) עס פארדינט טאקע א שמועס פאר זיך דער ווייטאקליכער מציאות ביי אונזער ציבור אז מענטשן מיט ארטיסטישע טאלאנטן אפט מוזן דערשטיקן זייער שעפעריסטישע שטריכן ווייל אונזער מהלך גיט זיי נישט קיין פלאץ זיך אויסצודריקן, צומאל ווערט מען נאך באטיטולט ווי עקצענטריש אדער פאני. ליידער איז א מציאות אז אפט זענען די אראפ פון דרך אזאנע מיט טאלאנטן אבער האבן געפילט דערשטיקט און אראפגעקוקט אינדערהיים זענען זיי געגאנגען פאשען פרעמדע פעלדער לאמיר האפן עס וועט זיך טוישן און טאקע דער שטיבל איז א גאנג און דער דירעקציע.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ג"א מצטרף, בן תמליון. זייער שיין געשריבן. זיי ממשיך...
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

הערליך שיין און מיט א זינגנדן געפיל
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

בן תמליון, אז דו זוכסט קריטיק וועל איך דיר צוליב טון,

דעם לשון קדש׳דיגן געפעלט מיר נישט אזוי, עס ליינט זיך מיר עפעס נישט פליסיג, עס הערט זיך מיר נישט אין אויער מיט קיינע נאטן

דאס אידישע איז זייער געשמאק, און די תוכן הערט זיך פיל קלארער...

די לעצטע זאץ פונעם אידישן וואלט איך געטוישט אויף;

זי וויל זינגען
עס קומט א טאג גאר
איך הער איר זינגען קלאר

מחמת, דו ברענגסט ארויס אז ׳דו׳ זעהסט איר שטארקע באגער צו זינגען, און דו דערהערסט איר געזאנג, כאטש זי קען נישט ארויסזינגען
פארשפארט