בלאט 1 פון 1

נייע אלבום חזנות ליקוט אויף תפלת שבת

נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 4:01 pm
דורך קרעמער1
איך האב פריער אפגעשטאט א באזוך ביים לאקאלן תשמושי געשעפט ווען א שיין אלבום מיט א בילד פון א גרויסן ארון קודש האט געכאפט מיינע אויגן
ס'דאך פרייטאג, האבעך נישט געהאט צופיל צייט צו באטראכטן, און פרעגן דעם יונגערמאן דארט איז נישט מעגליך געווען, אבער אויבנאויף זעט עס אויס זעהר אינטרעסאנט

דאס איז וואס כ'האב באמערקט
ער רופט זיך "תפלת שבת עם גדולי החזנים מדור העבר" און טענהט אז ער האט אראפגענומען די בעקגראונד (אזוי פארשטיי איך די ווערטער "הוסרו הרעשים"...)
אויך זאגט ער אז עס קומט מיט ביאגראפיעס, ס'איז אבער נישט געווען ד ציייט צו פרעגן אויף וועלכע שפראך ס'איז (סדא אויך ענגלישע אותיות אויפן דעקל)

איך האב באטראכט אביסל די ליסטע אינדעבעק, ס'גאנץ אינטרעסאנט ווי ער האט צואמגעקנאקט א ליסטע פון אסאך גרויסע און קליינע חזנים
נישט אלע זענען פון אזוי לאנג צוריק, למשל גענשאף דאכט זיך מיר איז נאך געווען אין די ניען'ס

ס'מיר געפאלן צו טרעפן דארט שלמה זלמן שווייד - וואס כ'האב געמיינט אז ער איז געווען מער א היימישער ברוקלינער חזן
(יאסעלע מאנדלבוים (אויף וועם כהאב אמאל געשריבן אין אנשי שם), משה לייב ערבליך און יושע ווידער האבן זיך אויך דא געדרייט, אבער זענען מער באוואוסט אין די וועלט)

ער גייט אויפן סדר פון קבלת שבת ביז מוסף
מיט א סך הכל פון איבער פופציג שטיקלעך אבער נישט אלע זענען דייקא אויף שבת ווי אנא בכוח, על הראשונים (וואס איך קען גראדע די שטיקל פון משה אוישער ווי ער זינגט ביי פודנו יאסעלעס ולפי שחטאנו) עזרת און נאך

ער האט אסאך פון די קאסעוויצקיס

עכ"פ פון וויפל כ'האב עס באטראכט זעט עס אויס א מאסיווע זאך
אבער ארויפקומענדיג דא זוכן וואס מ'זאגט דערוועגן האב איך גארנישט געטראפן

סאו וויל איך הערן פונעם עולם: וואס זאגט איר דערצו? ווייסט איינער מער פרטים? איז עס ווערד צו קויפן?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 8:21 pm
דורך [NAMELESS]
היינטיגע חזנים אויך?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:21 pm
דורך מאטי
משה גענטשוף איז געשטארבן אום1997

נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 11:19 pm
דורך berlbalaguleh
קרמער1: ייש"כ פאר דערציילן. ס'איז נאך א נייע זאך (דער ליקוט.) :D :? :o איך גיי בלי"נ מארגן אויסטשעקן אין ספרים/דזשודעיקא סטאר.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:42 pm
דורך לייב פאללאק
אונז האמיר געהערט די גאנצע אויפן וועג קיין מאנטריאל. זייער אינטרעסאנט צו הערן אזוי סאך מינע חזנים און שטימעס און סטיילס אין איין סידי

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:41 pm
דורך פרעג מיין קינד
ראשעקאל האט געשריבן:היינטיגע חזנים אויך?

וואס מיינסטו היינטיג?

קיינער פון זיי לעבן שוין נישט
דער לעצטער איז לכאו' געווען ר' שלמה זלמן שווייד וועלכער איז נפטר געווארן אין אייר תשע"א אין עלטער פון 99 יאר

קרניאול איז מסתמא דער עלסטער דארט

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 1:34 pm
דורך קרעמער1
אז דו רעדסט פון קארניאול, איז אינטרעסאנט אז זיי שרייבן זיין ערשטע נאמען "יחיאל אלתר"
אנדערש ווי איבעראל אלטער יחיאל (איך מיין אז אויך אין אלגעמיין איז אלטער א ערשטע נאמען)


אז מ'רעדט שוין: דער קול השם דארט זאגט חגי מיט עפעס א געוואלדיגע מתיקות
ס'איז א הערליך נוסחדיג שטיקל


אויך איז מיר א חידה סתןמה אז מ'טרעפט נישט דעם אלבום אין ערגעץ אנליין
קיין שום מוזיק נייעס סייט מעלדט עס נישט
ניטאמאל דער דיסטריובוטער
http://mrmmusic.net/