בלאט 1 פון 1
איז נח'ס תיבה געוועהן רונדיג? - נייע אנטדעקונג!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 8:34 pm
דורך פישלע העררינג
hosted.ap.org/dynamic/stories/E/EU_BRITAIN_ANCIENT_ARK?SITE=AP&SECTION=HOME&TEMPLATE=DEFAULT&CTIME=2014-01-24-14-58-33
דראדזש רעפארט באריכטעט יעצט, מוצאי שבת משפטים (מה ענין נח אצל דינים? לומר לך וכו') אז אין דער בריטישע מוזיאון גייט די טעג אויף אויסשטעל א 4 טויזענט יעריגע דאקומענט וואס שרייבט די אינסטראקשענס וואס א מיסאפעטעמישע ג-ט האט באפוילן וויאזוי צו בויען א תיבה, פאר 2 פון יעדע סארט בעל חי, און דארט זעהט מען מיט דעטאל אז עס דארף זיין רונדיג, בערך אזוי גרויס ווי צוויי דריטל פון א פוט-באל פעלד. א פילם דאקומענטערי וועט נאכגיין אן אטטעמפט צו בויען און לאזן שווימען אזא סארט וועסעל.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 8:44 pm
דורך איחוד פעלד
אזעלכע אפיקורסים, קודם האבען זיי אנדעקט אז די וועלט איז רינדיג, און יעצט די תיבה.....
באלט קומט אן אנטדעקונג אז דער משכן איז געוועהן רונדיג.
רונדיגע חלות עסט מען ימים נוראים, אלץ אויסער דעם איז מיט עקען, כך.קיבלנו.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 9:57 pm
דורך מאטי
אינדערוואכן פיר עקעדיג, שבת רונדעכיג. (די לעצטע געדאנק)
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:19 am
דורך יאסל ראקאווער
איך האב נישט קיין פראבלעם אויב שרייבסטו אנטקעגען די תורה. מיליוני גוים און טויזענטע יידן שרייבען קעגען די תורה. איך בין זייער טאלארענט צו אלעס און שריפט. פישל'ע וועט נישט מאכן א דעינט.
אבער ס'איז סתם נאריש צו שרייבען נח'ס תיבה איז געווען רינדיג אדער קעסטעלדיג.
גילגעמעש'ס תיבה איז נישט נח'ס "ואל אמה תכלנה" תיבה, נישט זיין מבול און נישט זיין עלי זית. גילגעמעש האט אנדערע געטער.
מילא אז די קריטיקירסט די תורה, פישלע די בייבעל קריטיקט, ווייל די האסט געטראפן א ערליע"ר עדישען פון די מעשה, דיינו.
אבער צו זאגען נח איז געווען אבער זיין תיבה איז אנדעקט צו זיין אנדערש ווי די תורה שרייבט פאר, גאט האט אויפגעמישט די מעזשורמענטס..
איז ווי איינער זאגט; קריעת ים סוף איז געשען נאר ס'איז געווען א נאטורליכע געשעניש.
ס'איז עפעס א חידוש פון א נארישקייט.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:21 am
דורך איש עברי
וואס מיינסטו רונדיג? די דאך אדער די גאנצע תיבה?
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:27 am
דורך פישלע העררינג
יאסעל ראקעווער דער פישעל קריטיק.
דו ברענגסט א תשובה געוואנדן צו מיך, מיט נער'ישע צימבל רייד לקינוח, אבער דו פארגעסט אנצוצייכענען אז דאס איז באמת אן ענטפער וואס באלאנגט אין אישי, אלס א פרעוואטע שמועס צעווישן אונז - וואס דו האסט אגב אנגעהויבן.
דאס צו טוהן איז עקעלדיג.
יאסעל האט מיך געשריבן אין אישי אז איך בארעד די תורה מיט'ן פאוסטן דעם נייעס'ל.
האב איך איהם געענטפערט אין אישי כהאי לישנא:
"קיינער רעדט נישט דא אקעגן די תורה.
איך האב נאכגעשריבן פון א לינק וואס איך האב צוגעשטעלט און יעדער קען עס אליינס לייענען. Oval שטימט יא מיט די תורה, אבער רונדיג נישט.
עס איז זיכער א וויכטיגע אנטדעקונג, ווי עס ווערט איבערגעגבן "אינסטראקשענס" פון א אנגעבליכע ג-ט וויאזוי צו בויען א תיבה, וואס איז דאטירט צו יענע צייטן.
צו ס'שטימט מיט די תורה צו נישט, איז א רעדע פאר זיך, און מעגלעך אז עס זענען צוויי אנדערע זאכן, אדער האט יענער נישט גוט פארצייכענט. אבער אז עס איז אינטרעסאנט, דאס איז איינמאל זיכער."
קומט ער יעצט דא, אנטשאט מיך ווייטער ענטפערן אין אישי, און אטאקירט מיך.
איך פארשטיי נישט מיט וואס דו קריטיקירסט מיך. איך בין נישט קיין חוקר, און נישט קיין דענקער. איך באריכט א נייעס, און דו ביסט פריי אריינצולערנען וועלכע פשט אומער דו ווילסט נאר.
איך האב קיין שום פשט נישט אריינגעלערנט אין עס. אפילו אין מיין קעפל האב איך געשריבן מיט א קוועסטשען מארק, דוק ותשכח.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:48 am
דורך אפטעמיסט
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איז ווי איינער זאגט; קריעת ים סוף איז געשען נאר ס'איז געווען א נאטורליכע געשעניש.
אין א באקאנטע דיבאטע צווישן דער געוועזענער ענגלישע רב הראשי הרב יונתן סאקס מיט ריטשערד דאקינס אויף בי בי סי, טענה'ט הרב סאקס אז קריעת ים סוף איז געוועהן א נאטירליכע זאך און די נס איז נישט די עצם שפאלטונג פונעם ים נאר עפעס אנדערש ואכמ"ל. די גאנצע דיבאטע קענט איר זעהן אויף יוטיוב און
דא קענט איר ליינען דערוועגן.
פון אישי צו פישי, סארי
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:59 am
דורך יאסל ראקאווער
איך האב דיר געשריבען אין אישי וואס איך שרייב דא. איך האב געטראכט אז ס'איז א פליטת הפען. ווען איך האב געזען אז נישט האב איך געטראכט ס'איז פאסיג צו קאמענטען אין פובליק.
אגב דיין לינק ארבייט נישט. די מעשה אין די נייעס איז נישט א נייעסל ווי די רופסט עס נאר עס האט בשעתו געמאכט א גאנצע איבערקערעניש.
http://www.theguardian.com/culture/2014 ... ish-museumס'איז קענטיג אז די האסט געליינט דר. פינקעל'ס אנאלעזיציע אז נישט וואלסטו נישט צוזאמען געשטעלט די סומארישע טאבלאט מיט די מעשה אין פרשת נח.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 12:14 pm
דורך געפילטע פיש
פישל'ע העררינג האט געשריבן:יאסעל האט מיך געשריבן אין אישי אז איך בארעד די תורה מיט'ן פאוסטן דעם נייעס'ל.
מ'האלט שוין ביי דעם אז א זאך וואס איז געשעהן במציאות מעג מען שוין נישט רעדן דערפון אויב ברענגט עס ארויף געוויסע קושיות? מיט גלייבן אין תורה וויבאלד מיר גלייבן אז דאס איז אמת, און אז ס'קומט ארויף עפעס וואס איז ברענגט ארויף קושיות קען מען זיך מתעלם זיין דערפון במחי ידים? מ'האט געטראפן עפעס א טאבלעט אבער מ'טאר נישט רעדן דערפון ווייל געוויסע ווילן דערפון ברענגען קושיות אויף אונזער תורה? ניין! מ'דארף באהאנדלען די זאך, און זען צו פארענטפערן די קושיות.
אויב איז דיין אמונה אזוי שוואך, אז עפעס א 4000 יעריגע טאבלעט שטעלט עס אין געפאר האב איך מורא אז דו האסט גרעסערע דאגות אויפן קאפ.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 12:44 pm
דורך יאסל ראקאווער
געפילטע פיש האט געשריבן:פישל'ע העררינג האט געשריבן:יאסעל האט מיך געשריבן אין אישי אז איך בארעד די תורה מיט'ן פאוסטן דעם נייעס'ל.
מ'האלט שוין ביי דעם אז א זאך וואס איז געשעהן במציאות מעג מען שוין נישט רעדן דערפון אויב ברענגט עס ארויף געוויסע קושיות? מיט גלייבן אין תורה וויבאלד מיר גלייבן אז דאס איז אמת, און אז ס'קומט ארויף עפעס וואס איז ברענגט ארויף קושיות קען מען זיך מתעלם זיין דערפון במחי ידים? מ'האט געטראפן עפעס א טאבלעט אבער מ'טאר נישט רעדן דערפון ווייל געוויסע ווילן דערפון ברענגען קושיות אויף אונזער תורה? ניין! מ'דארף באהאנדלען די זאך, און זען צו פארענטפערן די קושיות.
אויב איז דיין אמונה אזוי שוואך, אז עפעס א 4000 יעריגע טאבלעט שטעלט עס אין געפאר האב איך מורא אז דו האסט גרעסערע דאגות אויפן קאפ.
איך וועל עס שרייבען נאך איינמאל. און די לעצטע מאל.
איך האב נישט די רמב"ם'ס פראבלעם מיט קשיות אדער תירוצים בפני כל עמך יידן ועדה. ביי מיר איז אלעס מותר לבוא בקהל. איך דארף נישט קיין אחורי אדער א שליסעל פאר העמק דבר.
כאילו א בחור וואס האט אינטערנעט דארף די מאחורי. ווייל וויקיפידיע לאזט זיין פילטער נישט דורך.
אפשר אין זיינע צייטען האט עס געהאט א פשט.
פאר מיר די סיקרעטיוו נאטור פון מאחורי רייצט נאר אן די יושבי חושך ו'איי'פלה.
איך האב געשריבען אין אישי וואס איך שרייב דא.
אדער איז די תורה אמת אין די טאבלאט א ניסיון פון השם עקסקלוסיוולי פאר אונזערע דורות; פונקט ווי די פאסילס, די ען עי, די קראקעדיילען-דיינערסורס און קארבען טעיסטינג.
אדער ביזטו א בייבעל קריטיק.
די כותר פון די אשכול "איז נח'ס תיבה געוועהן רונדיג? - נייע אנטדעקונג!" איז צו מיין פארשטאנד א אקסי מאראן
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 1:13 pm
דורך יאיר
איך פארשטיי נישט די שאלה בכלל, אפילו פון א סעקולערע שטאנדפונקט. פון איין זייט האבן מיר די תורה, וואס איז א דאקומענט וואס גייט שוין אריבער טויזנטער יארן בירושה, עס איז פארשפרייט אין די גאנצע וועלט, די מערסט פארקויפטע ספר וואס האט נאר אמאל עקזיסטירט. און פון די אנדערע זייט האבן מיר אן איינצלנע טאבלעט וואס ארכעאלאגן האבן אויפגעגראבן אונטער א בארג שמוץ וואס באריכטעט אקוראט די זעלבע מעשה, נאר מיט איינס צוויי דעטאלן אנדערש. פרעג איך אייך, מי ידחה מפני מי?
אדרבה אויב עפעס איז דער טאבלעט א הסכמה אז די מעשיות פון די תורה זענען געווען פארשפרייט אין די גאנצע וועלט צוליב זייער ווארהאפט.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 1:36 pm
דורך נולד מאוחר
בראקען טעלפאן איז גורם קליינע שינום
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 1:43 pm
דורך פישלע העררינג
יאיר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה בכלל, אפילו פון א סעקולערע שטאנדפונקט. פון איין זייט האבן מיר די תורה, וואס איז א דאקומענט וואס גייט שוין אריבער טויזנטער יארן בירושה, עס איז פארשפרייט אין די גאנצע וועלט, די מערסט פארקויפטע ספר וואס האט נאר אמאל עקזיסטירט. און פון די אנדערע זייט האבן מיר אן איינצלנע טאבלעט וואס ארכעאלאגן האבן אויפגעגראבן אונטער א בארג שמוץ וואס באריכטעט אקוראט די זעלבע מעשה, נאר מיט איינס צוויי דעטאלן אנדערש. פרעג איך אייך, מי ידחה מפני מי?
אדרבה אויב עפעס איז דער טאבלעט א הסכמה אז די מעשיות פון די תורה זענען געווען פארשפרייט אין די גאנצע וועלט צוליב זייער ווארהאפט.
הוא הדבר אשר דיברתי:
אדער האט יענער נישט גוט פארצייכענט
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 2:32 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:00 pm
דורך מאטי
איך האב געשריבען אין אישי וואס איך שרייב דא. אדער איז די תורה אמת אין די טאבלאט א ניסיון פון השם עקסקלוסיוולי פאר אונזערע דורות; פונקט ווי די פאסילס, די ען עי, די קראקעדיילען-דיינערסורס און קארבען טעיסטינג. אדער ביזטו א בייבעל קריטיק.
דער תפארת ישראל, ר' שמשון רפאל הירש, הרב קוק. ואחרון ראביי נתן סליפקין זענען מחולק מיט דיר. זיי האלטן אז ס'איז נישט קיין סתירה די צוויי אינאיינעם.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:52 pm
דורך איחוד פעלד
כ'מיין אז מען פארפארט דא.
די וויסענשאפטליכע מענטשען האלטען ממילא אז די גאנצע מעשה מיט נח אין די תיבה איז א לעגענדע שלא היה ולא נברא, נישט קיין פיר עקעכדיגע נישט קיין רינדיגע תיבה קען במציאות שבעולם האלטען אלע חיות פין די גאנצע וועלט, פאר א יאר.
די שאלה איז דא, ווען זיי טרעפען אן אלטע טאבלעט, וואס פארציילט די מעשה מיט אזוי פיל השוואות צו די תורה, און מיט איין נקודה אנדרעש, ווערט עס אינטרעסאנט צו וויסען און שטודירען ווער האט גענומען פין וועמען, ווער האט משנה געוועהן.
בכלל האלטען די וויסענשאפטליכע אז דער תורה איז מסודר געווארען בימי גלות בבל, ממילא האבען זיי א טעאריע אז דעמאלס האבען די אידען גענאשט דער נח מעשה פין דער גוים, ומשום סיבה געטוישט פרטים אין דער מעשה.
אבער ווי פארשטייט זיך, איז נישט קיין מדובר צו דער תיבה איז געוועהן רונדיג צו עקעדיג, דאס איז אלץ נישט משנה דער מעשה.
סא די וואס ווערען ווילד און שרייען אפיקורס אויף איינער וואס ברענגט דער נייעס אז אין א טאבלעט שטייט אז די תיבה איז רונדיג, איז פשוט א צועק לבטלה, ווייל נישט דאס איז די מדובר דא.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 7:10 pm
דורך געפילטע פיש
יאסל ראקאווער האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:פישל'ע העררינג האט געשריבן:יאסעל האט מיך געשריבן אין אישי אז איך בארעד די תורה מיט'ן פאוסטן דעם נייעס'ל.
מ'האלט שוין ביי דעם אז א זאך וואס איז געשעהן במציאות מעג מען שוין נישט רעדן דערפון אויב ברענגט עס ארויף געוויסע קושיות? מיט גלייבן אין תורה וויבאלד מיר גלייבן אז דאס איז אמת, און אז ס'קומט ארויף עפעס וואס איז ברענגט ארויף קושיות קען מען זיך מתעלם זיין דערפון במחי ידים? מ'האט געטראפן עפעס א טאבלעט אבער מ'טאר נישט רעדן דערפון ווייל געוויסע ווילן דערפון ברענגען קושיות אויף אונזער תורה? ניין! מ'דארף באהאנדלען די זאך, און זען צו פארענטפערן די קושיות.
אויב איז דיין אמונה אזוי שוואך, אז עפעס א 4000 יעריגע טאבלעט שטעלט עס אין געפאר האב איך מורא אז דו האסט גרעסערע דאגות אויפן קאפ.
איך וועל עס שרייבען נאך איינמאל. און די לעצטע מאל.
איך האב נישט די רמב"ם'ס פראבלעם מיט קשיות אדער תירוצים בפני כל עמך יידן ועדה. ביי מיר איז אלעס מותר לבוא בקהל. איך דארף נישט קיין אחורי אדער א שליסעל פאר העמק דבר.
כאילו א בחור וואס האט אינטערנעט דארף די מאחורי. ווייל וויקיפידיע לאזט זיין פילטער נישט דורך.
אפשר אין זיינע צייטען האט עס געהאט א פשט.
פאר מיר די סיקרעטיוו נאטור פון מאחורי רייצט נאר אן די יושבי חושך ו'איי'פלה.
איך האב געשריבען אין אישי וואס איך שרייב דא.
אדער איז די תורה אמת אין די טאבלאט א ניסיון פון השם עקסקלוסיוולי פאר אונזערע דורות; פונקט ווי די פאסילס, די ען עי, די קראקעדיילען-דיינערסורס און קארבען טעיסטינג.
אדער ביזטו א בייבעל קריטיק.
די כותר פון די אשכול "איז נח'ס תיבה געוועהן רונדיג? - נייע אנטדעקונג!" איז צו מיין פארשטאנד א אקסי מאראן
שוין, אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט. וואס האט מיר געבאדערט איז וואס פישל האט געקוואט פון דיין אישי אז "יאסעל האט מיך געשריבן אין אישי אז איך בארעד די תורה מיט'ן פאוסטן דעם נייעס'ל.", און אויף דעם האב איך געפרעגט אויב ס'דא א חיוב מן התורה זיך מתעלם צו זיין פון מציאות אויב ס'קען ברענגען קושיות. אבער אויב האט איר דאס נישט געזאגט הרי כל מה שאמרתי כאילו לא אמרתי.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 7:14 pm
דורך געפילטע פיש
די קאמענטס דארט זענען די בעסט!
The round ark story comes from a group which is the forerunner of a made up "religious-cult" called Scientology. They believe that aliens in round arks invaded the waters of the earth and gave them specific orders. Even today they train their adherents as "sailors", in blue sailor outfits or red sailor outfits.
חא חא חאא....
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 10:42 pm
דורך הערשי
קען מיר איינער ערקלערן וואס איז דער גרויסער שמעו עמים ירגזון דא?
דאס עקזיסטענץ פון אלטערנאטיווע מבול ערציילונונגען איז אזא נייעס ווי אז דער צאר איז טויט. הקיצור, מ'האט געטראפן א טאבלעט מיט אינטרוקציעס אויף וויאזוי צו בויען די תיבה, איז עס דערמאנט גארנישט די צוויי פשטים אין צהר תעשה לתיבה. מחילה, די גרעסטע שינוי דא איז דער גאט וועלכער הייסט בויען און דער איש צדיק וועלכער בויעט, און אויף דעם האט מען שוין געקייט הונדערט יאר. איז גוט מארגן אייך רונדיגע תיבה.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:49 pm
דורך יין שרף
עורו ישנים...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:08 pm
דורך [NAMELESS]
וואס מיינט רינדעכיג א פול סערקל, אויב נישט פארוואס איז עס א סתירה מיט די תורה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:10 pm
דורך יין שרף
פישל'ע העררינג האט געשריבן:"קיינער רעדט נישט דא אקעגן די תורה.
איך האב נאכגעשריבן פון א לינק וואס איך האב צוגעשטעלט און יעדער קען עס אליינס לייענען. Oval שטימט יא מיט די תורה, אבער רונדיג נישט.