בלאט 1 פון 2

דורכברוך בעולם הפרנסה, ק"ש גייט פאבליק!

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:01 pm
דורך אפטעמיסט
ס'איז מיר איינגעפאלן א גלענציגן רעיון וויאזוי צו מאכן געלט. כ'ווייס נישט צו איך פרעזענליך וועל דאס טון אבער יכול להיות אז געוויסע ניקס וועלן זיך צוכאפן דערצו. אויב ארבעט דאס פלאן, וועט עס מאכן א רעוואלוציע אין קאווע שטיבל, און מאנכע ניקס קענען אפשר רייך ווערן בעזהשי"ת.

ס'איז קיין סוד נישט אז די מצב הפרנסה איז ביטער. אינגעלייט ארבעטן זעקס טאג א וואך, ביטער שווער, מן הבוקר עד הערב- אבער דעקן ליידער נישט דעם חודש. טייל זענען פארנומען טייטלן פינגערס און אנלייגן דאס שולד על דא ועל הא. אבער לאחר המעשה טוט דאס גארנישט אויף. געלט איז ווייטער נישט דא.

איז מיר איינגעפאלן א וואונדערליכע המצאה וואס קען לייזן דעם פרנסה קריזיס, און קיין סאך דארף מען נישט אינוועסטירן. איך וועל נישט מאכן קיין לאנגע הקדמות, נאר גלייך צוגיין צום פינטעל.

אט איז מיין פארשלאג:

מ'זעהט כסדר עדווערטייזד אז מ'זוכט צו קויפן אדער פארקויפן גוט גייענדע עמעזאן און איבעי אקאונטס. מענטשן וואס זענען פויל אדער אומגעלונגען, אדער סתם חברה וואס ווילן זיך שפארן צייט און כח, זענען גרייט צו צאלן געלט, און אמאל אסאך געלט, צו אפקויפן יענעמס אונליין אקאונט. ס'איז מעשים בעל יום.

קומט יעצט אפטעמיסט און פרעגט אזא קשיא. פארוואס קען מען נישט טון די זעלבע זאך מיט קאווע שטיבל קאנטעס? א ניק וואס האט א גוט גייענדע קאנטע דא אין שטיבל, זאל לייגן זיין קאנטע צום פארקויפן, און עמך אידן וואס קענען נישט שרייבן אדער ווילן נישט קריכן דעם לייטער פאמעליך, וועלן אפקויפן דעם אקאונט פאר גרינע סחורה, און... זה נהנה וזה נהנה! סארא פלאן!

דער ניק המוכר וועט דאן עפענען א נייע ניק, און ווייטער שרייבן כיד ה' הטובה עליו, און בבוא היום און דיזע קאנטע וועט אויך זיין עובר לסוחר, וועט ער עס ווידער פארקויפן און מאכן נאך אפאר טאלער. א שלעכטע פלאן?

פארשטייט זיך אז יעדע קאנטע וועט האבן איר פרייז געוואנדען אין די קוואליטעיט פון איר הודעות, ראנג, מאס לייקס, אוואטאר און חתימה.
טייל וועלן פארקויפט ווערן פאר אפאר צענט, טייל פאר הונדערטע דאלער, טייל פאר טויזענטערס, און טייל פאר שווערע מיליאנען.
ס'וועט אויך זיין בראקערס און זיי וועלן מאכן קאמישען.
רבותי, העפי דעיס אר קאמינג נאו!

איך וועל זיין דעם נחשון, און הגם ווי געשריבן פון אנהייב, בין איך כרגע נישט גרייט אויפצוגעבן מיין ניק, געב איך אן אפפער פאר דעם ברייט באקאנטען קאנטע, אונטערן פירערשאפט פון ידידינו החכם הכולל [tag]הוגה[/tag] דעם פאנטאסטישן סומע פון איין מיליאן אמעריקאנע דאללער.
העכסענס וועל איך עס פליפן פאר וואן פוינט פייף.

רבותי, לאמיר מאכן ביזנעס.

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:12 pm
דורך שמעקעדיג
איז דאס אויך פון דער בלאט אינאיינעם מיט די שדכנים פלאן?

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:15 pm
דורך יאיר
איך שטעל ארויס אלע מיינע דריי אנדערע ניקים צו פארקויפן, וכל הקודם זוכה:
דער פינטעל איד: הונדערט אלפים.
חזקיהו המלך: אכט הונדערט טויזנט.
בדחן: אכצן צענט.

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:17 pm
דורך מאטי
אפטעמיסט רעדט זיך נעבעך איין אז ס' דא פארשידענע מענטשן מיט אנדערע ניקים דא. הייבט זיך נישט אן! ס' דא איין "חזקיהו המלך" ער האט אלע ניקס הוא מותיב והוא מפרק. אוי וואו איז מיין שכל! דער אשכול איז בלויז נאך א סטאנט.

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:20 pm
דורך ברסלבער
בכלל נישט קיין שלעכטע פלאן. איך וואלט אפגעקויפט געוויסע ניקס, אבער נאר אויב עס קומט אויך מיט יענעמ'ס מח מיט אלע אינפארמאציע דערין.

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:14 pm
דורך יין שרף
ברסלבער האט געשריבן:בכלל נישט קיין שלעכטע פלאן. איך וואלט אפגעקויפט געוויסע ניקס, אבער נאר אויב עס קומט אויך מיט יענעמ'ס מח מיט אלע אינפארמאציע דערין.

און איך וואלט אפגעקויפט געוויסע נאר אויב די מח קומט נישט מיט!

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:15 pm
דורך zurich
טאקע א גיטע פלאן!
זר זהב וועט אנהייבן טאקע מיטן פארקויפן זיינע פרישע ניקלעך......

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:28 pm
דורך קינות גירושין
מיינס איז נאך ווערט אפי כבין שוין חתונה געהאט אין כהאב שוים נישט קיין צרות ? סמאכט שוין נישט וויינען

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:43 pm
דורך חזקיהו המלך
יאיר האט געשריבן:איך שטעל ארויס אלע מיינע דריי אנדערע ניקים צו פארקויפן, וכל הקודם זוכה:
דער פינטעל איד: הונדערט אלפים.
חזקיהו המלך: אכט הונדערט טויזנט.
בדחן: אכצן צענט.

א קאמפלימענט !, אז די האלסט מיין ניק איז ווערד אזוי סאך, אבער סארי ס'נישט אויף סעיל,

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 6:44 pm
דורך געפילטע פיש
איך פארקויף אלע מיינע לייקס, שבאו לעולם, ושלא באו לעולם מיט א היתר עיסקא, פאר די העכסטע בידדער.

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 6:46 pm
דורך געפילטע פיש
מאטי האט געשריבן:אפטעמיסט רעדט זיך נעבעך איין אז ס' דא פארשידענע מענטשן מיט אנדערע ניקים דא. הייבט זיך נישט אן! ס' דא איין "חזקיהו המלך" ער האט אלע ניקס הוא מותיב והוא מפרק. אוי וואו איז מיין שכל! דער אשכול איז בלויז נאך א סטאנט.

האסט פארגעסן אז אלע ניקס געפונען זיך אינעם קאנשעסנעס פון מוח שליט\יאיר\הוגה. (כ'געדענק שוין נישט ווער ס'האט געהאלטן וואס).

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 7:20 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך פארקויף מיך אלס אן עבד פאר די העכסטע בידדער.
סיריעסלי, איך דארף א בעסערע זשאב.
דא בין איך א גאנצע מענטש, אבער ביי מיין ארבעט, פרעג בעסער נישט.
אבער מ'קען זיך נשט אפרעדן, לעצטנס לאזט ער מיך שוין טאטשן די קאפי מאשין אליין.

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 7:31 pm
דורך געפילטע פיש
קאָפי אדער קאַפּי?

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 7:52 pm
דורך איך אויך
דאס איז א אלטע איידיע פון אייוועלט ,ברויך מען זיי פרעגן צו די סעילס דארטן זענען גוט געגאנגן.

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 8:27 pm
דורך שטילע אינגערמאן
געוואלד א בחור קען באקומען אן טריט צו מאחורי פאר אפאר טאללער.
ציממערמאן? נחום? וועמען לאסט מען וויסען אז עס זאל ח"ו נישט געשעהן

Re: דורכברוך בעולם הפרנסה, ק"ש גייט פאבליק!

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 8:30 pm
דורך itsnotme
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך פארקויף מיך אלס אן עבד פאר די העכסטע בידדער.

סיריעסלי, איך דארף א בעסערע זשאב.

דא בין איך א גאנצע מענטש, אבער ביי מיין ארבעט, פרעג בעסער נישט.

אבער מ'קען זיך נשט אפרעדן, לעצטנס לאזט ער מיך שוין טאטשן די קאפי מאשין אליין.

קש נדף של קטטות יכבד עלי כקורת בית הבד (קו"א א' קנ"ג).

מ'זאגט אז ווען קובץ אגרות איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל, האט בן גריון אריינגעשריבן די אויבנדערמאנטע ווערטער אין זיין טאגבוך.

מיינסט אויף אייביג אדער נאר פאר 6 יאר?

Sent from my SCH-I535 Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 8:35 pm
דורך געפילטע פיש
ס'ווענדט זיך אויב ער וועט ליב האבן את אדוני, אשתי, ובני.

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 8:41 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:דאס איז א אלטע איידיע פון אייוועלט ,ברויך מען זיי פרעגן צו די סעילס דארטן זענען גוט געגאנגן.

שוין א אלטע איידיע פון ק"ש.

zurich האט געשריבן:טאקע א גיטע פלאן!
זר זהב וועט אנהייבן טאקע מיטן פארקויפן זיינע פרישע ניקלעך......

שוין לאנג אנגעהויבן.
viewtopic.php?f=10&t=3767

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 8:51 pm
דורך berlbalaguleh
מזל טוב: אפטעמיסט. ב"ה א האלבן דיעל האסטו שוין. דו ביסט גרייט צו פארקויפן דיין ניק פאר א מיליאן דאללאר. נאר ווער ס'וויל עס אפקויפן איז נאכנישט דא. דאס דערמאנט מיך א מעשה פון ר' נפתלי ראפשיצער זי"ע. איין יאר פאר פסח האט ער אויסגערופן אין שול אז די עשירים זאללן ביישטייערן צו קמחא דפסחא. די עשירים האבן זיך אבער נישט צוגעכאפט צום געשעפט. ס'גייט אדורך א פאר טעג און די הכנסות זענען געווען שוואך. פרעיגט איהם די רעבעצין וואו ס'האלט מיט קמחא דפסחא. זאגט הרה"צ ר' נפתלי: "א האלבן געשעפט האב איך שוין. די ארעמעלייט זענען שוין גרייט צו נעמען"..... :lol: :lol: :lol: :D ;) :o

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 6:33 pm
דורך גיבור
berlbalaguleh האט געשריבן: דאס דערמאנט מיך א מעשה פון ר' נפתלי ראפשיצער זי"ע. איין יאר פאר פסח האט ער אויסגערופן אין שול אז די עשירים זאללן ביישטייערן צו קמחא דפסחא. די עשירים האבן זיך אבער נישט צוגעכאפט צום געשעפט. ס'גייט אדורך א פאר טעג און די הכנסות זענען געווען שוואך. פרעיגט איהם די רעבעצין וואו ס'האלט מיט קמחא דפסחא. זאגט הרה"צ ר' נפתלי: "א האלבן געשעפט האב איך שוין. די ארעמעלייט זענען שוין גרייט צו נעמען"..... :lol: :lol: :lol: :D ;) :o

דערמאנט מיר א מעשה וויזניצער רבי זצ''ל איז אמאל געקומען קיין אמעריקע נאך געלט, אין וויזניץ קישט מען די הענט פונעם רבי'ן , ווען ער איז צוריקגעקומען פרעגט עם איינער צו ער האט עפעס באקומען דארט ?
שטרעקט ער אויס זיין האנט און זאגט "אויף די זייט אהההההההההה האב איך אסאך באקימען אבער אויף די אנדערע זייט גארנישט" !

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:44 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דערמאנט א מעשה מיט סאטמאר רב צוויקל, איינער האט געשנדרט ביים עליה און נאכדעם געקישט תורה מיט'ן האנט האט ער געזאגט אז דא אין אמעריקע געט מען געלט מיט'ן מויל און א קיש מיט'ן האנט. (עפעס אזוי)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:58 am
דורך שמעקעדיג
די מעשה שטאמט פונעם מלבי"ם ז"ל.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2014 11:11 pm
דורך איך אויך
אבער ווער איז סאטמאר רב צוויקל? א נייע סאטמארע פראקציע?