בלאט 1 פון 1

טעקסט צו 911 דורך ווערייזאן סעלפאן

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 11:23 am
דורך שמעלקא
שלום עליכם מיינע ברידער דא אין קאווע שטיבל איך בין א גרינער דא די ערשטע מאל וואס איך שרייב דאהי וועל איך ענק באגריסן מיט א לעצטיגע נייעס.


נישט איין מאל נישט צוויי מאל נאר הונדערטער צו טויזנטער מאל איז פארגעקומען פעלער ווי מענטשען האבן נישט געקענט רופן 911 ווען א פארברעכער האט אריין געדרינגן אין א הויז צו ווייל מען באהאלט זיך און מען איז אין שרעק ארויס צו רעדן א ווארט אדער פשוט מען איז ל"ע טויב אדער שטים.

ווערייזאן האט אויפגענומען א פירמע צו ארבייטן אויף א פראגראם וואס וועט ערלויבן צו שיקן א טעקסט צו די 911 אמערזשענסי סיסטעם פאר קאסטומערס וועלכע פארמאגן א טעקסט מעסעזש פלאן.

ווערייזאן האפט אז די סיסטעם וועט שוין ארבייטן אנהייב יאר 13' עכ"פ אין טייל געגענטער.

די נייעס קומט 9 חדשים נאכדעם וואס די FCC האט געמאלדן פלענער צו מאדערנייזן די 911 סערוויס אין די צוקונפט אז מענטשען זאלן קענען שיקן בילדער און ווידיאוס פון זייער סעלפאן פאר 911 קאל סענטערס.