צוואה
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 6:08 pm
לעצטנס הערט מען פון זייער אסאך טראגעדיעס, וואו מענטשן ווערן ליידער צוגענומען פון די וועלט אן זיך קענען גרייטן פון פאראויס. עס איז געווארן א פחד וואס קומט פאר אויף די וועלט, ממש א טראגעדיע וואס איז שרעקליך. איך בין זיכער אז די אלע באטראפענע, אויב זיי וואלטן געוויסט וואס עס וועט פאסירן מיט זיי, וואלטן זיי געלאזט צוואה און באפוילן וואס מען זאל טון, אבער זיי האבן זיך נישט געקענט רעכטן און אפשרייבן צוואות.
איך עפן דא דעריבער אן אשכול, אז יעדער זאל קענען שרייבן געוויסע כללים און צוואות, וואס מען זאל טון מיט זיי אין פאל פון א טראגעדיע חלילה, אויב ער וועט נישט האבן קיין צייט צו לאזן צוואה.
איך וועל אנהויבן:
איך לאז צוואה, אז אין פאל עפעס זאל נישט פאסירן מיט מיר גאט-זאל-אפהיטן פון אלעם שלעכטן, זאל מען פארברענען מיין קאמפיוטער, סעלפאן און אלע טעכנעלאגישע מכשירים, מען זאל נישט אריינקוקן דערין, נאר אויסמעקן מיט אלעס וואס ליגט דערין, נישט קאפיען ערגעץ אנדערש, נאר פארברענען עס זאל נישט זיין קיין זכר. מיינע אימעיל אקאונטס און טוויטער, פעיסבוק און אלע אנדערע טעכנעלאגישע אקאונטס, זאל מען פארמאכן. אויך מיינע תגובות אין שטיבל זאל מען אויסמעקן און אויסמעקן מיין ניק.
מסתמא וועלן זיין פון די חסידים וואס וועלן וועלן ארויסגעבן מיינע תורות, דעריבער באפעל איך אז מען זאל פארברענען אלע מיינע כתבים, און חלילה - קיינער זאל נישט אריינקוקן דערין.