בלאט 1 פון 9

שיינע מוזיק קליפס

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:31 pm
דורך שמעקעדיג
אייגענטליך זענען פאראן אויף יוטוב קליפס עד אין שיעור, פון זינגערס, בדחנים, מוזיקאנטן, ילד הפלא'ס, בויס קווייערס, וכדומה, און אין נאו-טיים קען דער אשכול אנקומען צו הונדערט בלעטער.

נאר נישט דאס איז מיין כוונה. צווישן די הונדערטער צו טויזענטער קליפס פארווארפט זיך אמאל א שושנה'לע בין החוחים וואס איז משכמו ולמעלה העכער ווי די איבריגע, איך גיי פיסטעשוס פאר עס, הערליך גאורדזשעס ביוטיפל, און אזעלכע סארט זאכן וויל איך מעתיק זיין, און אויך בעט איך כל אחד בניקו הטוב זאל מהנה זיין די חברים און דא מזכה זיין את הרבים.

--------------

איך גלייך א ילד הפלא, אבער איינער (א סאברע) וואס זאל עקטן אזוי מעטשור איז באמת א זעלטנהייט. האלטס א אויג אויף זיינע אויסדרוקן מיט די אויגן און די הענט. שיין, ווארעם, און הארציג. אט האט איר:

(אזהרה: עברית און מענער זינגען אן א הוט!)

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OKfh2UFJ2-k[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:36 pm
דורך אפטעמיסט
א לייק פאר די לעצטע שורה :like :lol:

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:41 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס? ווייל דו גלייכסט גראמען?...
(עברית/הוט).
אדער ווייל זינט דו האסט פארלוירן דיין הוט ביסטו עקסייטעד צו זעהן נאך מענטשן אין פובליק אנע הוט?

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:47 pm
דורך ונבנתה העיר
א טעלעפאן בוך וועלן זיי אויך אפזינגען מיט אזא דבקות?...

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:51 pm
דורך אפטעמיסט
זאגסט גוט. דער אינגל זינגט גראדע שיין, אבער די גראמען האט זערא קלעס. בכלל פארשטייען נישט די ישראלים צו קלעס און דיגנעטי. ס'איז אפשר נישט אין פלאץ דא צו צונעמען די איזרעיליס און דאס פארלאנגט א באזונדערע אשכול, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

אה, ירושלים!!

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:52 pm
דורך שמעקעדיג
שיינע קינדער קווייער זינגען ירושלים הרים סביב לה

(אזהרה: כותל!)

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8NIxqHJrL68[/youtube]

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:05 pm
דורך טעפל
שמעקעדיג די פחד פאר עברית מיט'ן כותל ליגט דיר נאך גוט אין די ביינער!

געלונגען!!!! איז נישט די ווארט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:17 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZWf25fVcm-c[/youtube]

פריילעך, שירה, בערי וועבער. אני משוגא עליכם!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:59 am
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C96PrFTNAHE[/youtube]

אומגלויבליך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:27 am
דורך ישראל קאפקע
החזן הבחור שמחה לעווינשטיין (דרייצן יאר) ולירושלים עירך youtu.be/mlXqquBa1qYחזן לעווינשטיין
תשס''ח אין ירושלים, ער פארפאקט אלע היינטיגע חזנים אין א פערטל בוזעם טאש זיינעם,
youtu.be/YiLOvXYcF60אלו דברים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי די שטיקל איז אזוי געלונגען. ס'ממש א פרודאקשען. שירה, די בענד און די זינגער גרייטן זיך שעות על גבי שעות? ווער לייגט אויס די נאטן פריש פאר די הערליכע שטיק שירה דערליווערט?


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=U6R8uX7j3xQ[/youtube]

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 5:16 pm
דורך טעפל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C96PrFTNAHE[/youtube]

געבויעט אויף א עיבוד פון ר 'מונה שליט"א..

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:48 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:16 am
דורך [NAMELESS]
דער פיסטבורגער רבי שליט״א וואס איז באקאנט מיט זיין אויסנאמע זעלטענע כח הנגינה קומט ארויס מיט א נייע סידי צו די הייליגע טעג מיטן נאמען ״שובו אלי״ - סאיז הערליך אין הארציג כדרכו בקודש
דא איז איין קליפ פון די סידי וואס פארמאגט 10 ניגונים - שמעו ותחי נפשכם
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=74203

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:05 pm
דורך מאטי
נישט אוועקצומאכן, בערקוי מיט ידידים, א בעטהובן פראדוקציע
http://youtu.be/55KWDj5JpdM

הערליך!!!!!!!!!!!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:41 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yK2GjbFp1pM[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:53 pm
דורך איך אויך
טאקע הערליך! און א אינטרעסאנטע קעסט. אויך הערט מען ווי די אלטע היימישע קלעסיקס איז טויזענט מאל שענער ווי די היינטיגע גוי'אישע גארביטש מוזיק.

(ובמאמר המוסגר דער מענצער האט כנראה געהאט אסאך קעש טו בורן ,איך האף נאר עס איז ליגעל געלט..).

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 6:22 pm
דורך ישראל קאפקע
וואוו! הערליך הערליך!!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:35 pm
דורך שמעקעדיג
הערליך שיין. ווי וואנט מאר!

שמואלי אונגאר, פרייליך, ידידים (דודי קאליש) - אני מאמין

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 10:44 am
דורך לאליפאפ
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5eNb19tqDnE[/youtube]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:05 pm
דורך איך אויך
הביצוע יפה ,הניגון דפוק ביותר.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:47 pm
דורך פליקער
אוי איז דעי קליפ הערליך, ער איז א קלארער שטערן און מיינע אויגן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:16 pm
דורך יידל
אסאך מאל האב איך עפעס וואס כ'ווייס נישט וואו צו לייגן. די פאלגענדע קליפ גייט אריין אין דעם כלל. זאל איך עס לייגן אין קונסט? אין מוזיק? אין געזעלשאפט? אין שמייכל? כ'ווייס שוין אליינס נישט. ס'איז לדעתי א הערליכער קליפ, ישראל לעם מאכט א דזשאב איינס אין דער וועלט, אבער נישט דאס איז די סיבה פארן עס פאוסטן. ביי 3:20 הייבט אן זינגן א תנועה'לע שלא מעלמא הדין. עס האט ארויפגעברענגט אויף מיינע לעפצן א שמייכעלע און אין מיינע אויגן טרערלעך ביינעזאם. בעפאר די וואס ווייסן זאגן אויס וואס די ניגון איז וויל איך אז [tag]איך אויך[/tag] זאל זאגן אויב די ניגון איז דפוק צו נישט... שמעו ותחי

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FWqrJxZ3gTs[/youtube]